ידיעות שונות בעניני חולין

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:48 am

יעדע באקטיריום און וויירוס האט אייגענע אייגענשאפטן, אריינגערעכנט ווילאנגע עס קען לעבן אן א באלעבאס (host). בנוסף צו דעם קען מעדעצין זיין מער אדער ווייניגער אפעקטיוו צו געוויסע שטריכן פון א וויירוס.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 992
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

Re: ידיעות שונות בעניני חולין

הודעהדורך שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:39 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:מאטעמאטיש מוז זיין אז יעדער וועלכער האט א קאלד שטעקט אהן נאך איין מענטש אין עוורידזש:

אויב זאל עס זיין ווייניגער ווי איינעם וואלט די ווירוס צוביסלעך אויסגעשטארבן, אויב וואלט עס געווען מער פון איינעם וואלט סוף כל סוף יעדער איינער געווען פארקיהלט אגאנץ לעבן.

וואס איך פארשטיי נישט איז אז לפי"ז וואלט יעדע ווירוס (נישט נאר קאלדס) געדארפט זיין די זעלבע שכיח.

נישט די זעלבע שכיח, נאר אייביג בלייבן מיט א סטעבל קאנסטענט נאמבער. למשל די פלו קען זיין האלט אייביג אנגעשטעקט איין פראצענט פון די באפעלקערונג, און אי קאליי נאר א צענטל פון א פראצענט. דער עיקר איז אז די מאס אנגעשטעקטע טאר זיך נישט טוישן, און ווען יא איז צרות, און עס פאסירט א מאסן מגיפה, וואס נישט נאר די מענטשן נאר אויך די נייע שעדליכע באקטיריע וועט אפשטארבן, והדרא סדר העולם לדוכתיה.

און די זעלבע מעשה איז נישט נאר ביי באקטיריע, נאר יעדע באשעפעניש און געוואוקס וועט זיין אין א עקוויליבריום פון זיך נישט פארמערן אדער פארמינערן פאר טויזענטער יארן. נאר זיך אייביג האלטן אויף די זעלבע ראטע. און ווען א אויסנאם געשעהט, פארדרייט עס די גאנצע עקאלאגישע סיסטעם.

די גרעסטע משל אין די היגע וועלט זענען מענטשן. זייט די מענטשן האבן באקומען פאוער איבער אנדערע באשעפענישן דורכן נוצן זייער שכל, האבן זיי זיך אנגעהויבן צו פארמערן, און א דאנק דעם זענען טויזענטער ספישיס פון בעלי חיים און געוואוקסן אפגעמעקט געווארן.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 896
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1055 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 3:27 am

שמערל: נאר איין קליינע באמערקונג פון א גרויסן, וועלט בארימטן ביאלאג, וועלכער האט שטודירט אין הארווארד מעדיקל סקול.
די סיבה פארוואס א באקטעריע אדער א וויירוס האלט זיך צו א געוויסע פראצענט פון אנשטעקן די באפעלקערונג, וענדט זיך נישט אין רצון פון די מענטשן. נאר אין די שטארקקייט פון די באצילן. ווי ווייט און שנעלל, גרינג אדער שווער די אנשטעקיגקייט צושפרייט זיך. למשל ס'זענען פארהאן באקטעריעס אדער וויירוסן וועלכע סוירווייוון א לאנגע צייט אין די פרייע אטמאספערע. למשל די קאלד אדער פלו וויירוס. דאס כאפט זיך זייער שנעלל און גרינג איבער. אבער די טובערקולאז באקטעריע כאפט זיך נישט אזוי גרינג אריבער פון איין מענטש צו א צווייטן. נאר דורך נאנטע קאנטאקט. און די סעקשועל טרענסמיטעד דיזיעסעס ווי העיטש.איי.ווי. גייט נאר אריבער דורך בלוט אדער סעקשועל קאנטאקט. נישט דורך די אטמאספער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10307
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11346 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6460 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 11:16 pm

קענט איר זיך פארשטעלען א טיי-לעפל-פול פון א געוויסע חומר וואס איר זאלט נישט קענען רירען פון ארט?

אפי' דער דמיון איז שווער. כ'מיין, ס'איז א טיי-לעפל... גיב עס א שטופ מיט'ן פינגער...

נישט נאר קענט איר עס נישט רירען, נאר הונדערטער טרעקטארס וועלן אויך נישט קענען.

דער כח המשיכה פון גראוויטי הערשט פון יעדן שטיק חומר צו יעדן אנדערן שטיק חומר וואס געפונט זיך אין די בריאה. די שטארקייט פונ'ם גראוויטי ווענדט זיך אין וואו ווייט די צוויי חפצים זענען איינס פון די אנדערע, און פון וויפיל חומר זיי באשטייען.

'וויפיל חומר' קען זיין א טריקי הגדרה אריינצונעמען אין קאפ. זאכן וועגען (=גראוויטי) נישט ווייל זיי זענען גרויס, זיי וועגען ווייל זיי האבן אסאך חומר. גראדע וועט געווענליך זיין אז גרויסע חפצים האבן אסאך חומר, און ווייס ווערסא.

יעצט באקענט אייך מיט'ן ניוטראן שטערן. זי האט אן אומגעהויערע מאס חומר אריינגעקוועטשט אין גאר א קליינעם ארט. א טיי-לעפעלע פון ניטראן-סטאר-חומר איז אוממעגליך צו רירען פון ארט.

פאקטיש וועגט אזא טיי-לעפל א נישטיגע צוואנציג מיליאן פונט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6909 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6421 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 1:52 pm

סליחה, טעיתי.

ס'וועגט צוואנציג ביליאן פונט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6909 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6421 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט