ידיעות שונות בעניני חולין

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:48 am

יעדע באקטיריום און וויירוס האט אייגענע אייגענשאפטן, אריינגערעכנט ווילאנגע עס קען לעבן אן א באלעבאס (host). בנוסף צו דעם קען מעדעצין זיין מער אדער ווייניגער אפעקטיוו צו געוויסע שטריכן פון א וויירוס.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1014
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 942 מאל

Re: ידיעות שונות בעניני חולין

הודעהדורך שמערל » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:39 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:מאטעמאטיש מוז זיין אז יעדער וועלכער האט א קאלד שטעקט אהן נאך איין מענטש אין עוורידזש:

אויב זאל עס זיין ווייניגער ווי איינעם וואלט די ווירוס צוביסלעך אויסגעשטארבן, אויב וואלט עס געווען מער פון איינעם וואלט סוף כל סוף יעדער איינער געווען פארקיהלט אגאנץ לעבן.

וואס איך פארשטיי נישט איז אז לפי"ז וואלט יעדע ווירוס (נישט נאר קאלדס) געדארפט זיין די זעלבע שכיח.

נישט די זעלבע שכיח, נאר אייביג בלייבן מיט א סטעבל קאנסטענט נאמבער. למשל די פלו קען זיין האלט אייביג אנגעשטעקט איין פראצענט פון די באפעלקערונג, און אי קאליי נאר א צענטל פון א פראצענט. דער עיקר איז אז די מאס אנגעשטעקטע טאר זיך נישט טוישן, און ווען יא איז צרות, און עס פאסירט א מאסן מגיפה, וואס נישט נאר די מענטשן נאר אויך די נייע שעדליכע באקטיריע וועט אפשטארבן, והדרא סדר העולם לדוכתיה.

און די זעלבע מעשה איז נישט נאר ביי באקטיריע, נאר יעדע באשעפעניש און געוואוקס וועט זיין אין א עקוויליבריום פון זיך נישט פארמערן אדער פארמינערן פאר טויזענטער יארן. נאר זיך אייביג האלטן אויף די זעלבע ראטע. און ווען א אויסנאם געשעהט, פארדרייט עס די גאנצע עקאלאגישע סיסטעם.

די גרעסטע משל אין די היגע וועלט זענען מענטשן. זייט די מענטשן האבן באקומען פאוער איבער אנדערע באשעפענישן דורכן נוצן זייער שכל, האבן זיי זיך אנגעהויבן צו פארמערן, און א דאנק דעם זענען טויזענטער ספישיס פון בעלי חיים און געוואוקסן אפגעמעקט געווארן.

Sent from my SM-G935T using Tapatalk
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1095 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1105 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 3:27 am

שמערל: נאר איין קליינע באמערקונג פון א גרויסן, וועלט בארימטן ביאלאג, וועלכער האט שטודירט אין הארווארד מעדיקל סקול.
די סיבה פארוואס א באקטעריע אדער א וויירוס האלט זיך צו א געוויסע פראצענט פון אנשטעקן די באפעלקערונג, וענדט זיך נישט אין רצון פון די מענטשן. נאר אין די שטארקקייט פון די באצילן. ווי ווייט און שנעלל, גרינג אדער שווער די אנשטעקיגקייט צושפרייט זיך. למשל ס'זענען פארהאן באקטעריעס אדער וויירוסן וועלכע סוירווייוון א לאנגע צייט אין די פרייע אטמאספערע. למשל די קאלד אדער פלו וויירוס. דאס כאפט זיך זייער שנעלל און גרינג איבער. אבער די טובערקולאז באקטעריע כאפט זיך נישט אזוי גרינג אריבער פון איין מענטש צו א צווייטן. נאר דורך נאנטע קאנטאקט. און די סעקשועל טרענסמיטעד דיזיעסעס ווי העיטש.איי.ווי. גייט נאר אריבער דורך בלוט אדער סעקשועל קאנטאקט. נישט דורך די אטמאספער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 11:16 pm

קענט איר זיך פארשטעלען א טיי-לעפל-פול פון א געוויסע חומר וואס איר זאלט נישט קענען רירען פון ארט?

אפי' דער דמיון איז שווער. כ'מיין, ס'איז א טיי-לעפל... גיב עס א שטופ מיט'ן פינגער...

נישט נאר קענט איר עס נישט רירען, נאר הונדערטער טרעקטארס וועלן אויך נישט קענען.

דער כח המשיכה פון גראוויטי הערשט פון יעדן שטיק חומר צו יעדן אנדערן שטיק חומר וואס געפונט זיך אין די בריאה. די שטארקייט פונ'ם גראוויטי ווענדט זיך אין וואו ווייט די צוויי חפצים זענען איינס פון די אנדערע, און פון וויפיל חומר זיי באשטייען.

'וויפיל חומר' קען זיין א טריקי הגדרה אריינצונעמען אין קאפ. זאכן וועגען (=גראוויטי) נישט ווייל זיי זענען גרויס, זיי וועגען ווייל זיי האבן אסאך חומר. גראדע וועט געווענליך זיין אז גרויסע חפצים האבן אסאך חומר, און ווייס ווערסא.

יעצט באקענט אייך מיט'ן ניוטראן שטערן. זי האט אן אומגעהויערע מאס חומר אריינגעקוועטשט אין גאר א קליינעם ארט. א טיי-לעפעלע פון ניטראן-סטאר-חומר איז אוממעגליך צו רירען פון ארט.

פאקטיש וועגט אזא טיי-לעפל א נישטיגע צוואנציג מיליאן פונט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6620 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 1:52 pm

סליחה, טעיתי.

ס'וועגט צוואנציג ביליאן פונט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6620 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יאנואר 03, 2018 5:26 pm

נעמט א מענטש וועלכער איז בלינד מיום הולדו, גיבט אים צוויי חפצים - א רונדיגע און א קעסטלדיגע. ער באטאפט זיי גוט מיט די הענט און האט קיין פראבלעם צו פאנאנדערטיילען איינע פון די אנדערע; די וועלכע שפירט זיך כך וכך איז 'רונדיג', דער אנדערער וואס שפירט זיך כו"כ איז 'קעסטלדיג'.

פלוצלינג באקומט דער מענטש דעם כח הראיה, און איך ווייז אים די צוויי חפצים, ער קען זיי באטראכטען אבער נישט אנרירען - וועט ער וויסן וועלכע איז וועלכע?

זו שאלה נשאל אין דעם זיבעצנ'טע יאר-הונדערט, און האט געברענגט ברייטע דעבאטעס.

משנתקן העולם און מען האט אנגעהויבען מאכן 'קעטערעק' אפעראציעס האט מען ענדליך באקומען די געלעגנהייט עס אויסצופרובירען. והנה, דער לכאורה-פלא'דיגער אמת איז אז ער וועט 'נישט' קענען זאגען וועלכע חפץ איז דער רונדיגער וכו'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6620 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 03, 2018 9:56 pm

אז א טראנספארמער קען נאר ארבעטן אויף עי. סי. (אלטערנעיטינג קוררענט) און נישט אויף די. סי. (דיירעקט קוררענט). ואידך פירושא. זיל גמור...!

די זעלבע איז מיט א קעפעסיטאר. עס קען נאר פונקציאנירן נארמאל מיט עי. סי. נישט מיט די. סי. אבער מ'נוצט עס אמאל יא אויף די. סי.. קשיא...! זיל גמור...!

נ.ב.: איך שרייב נאר די לכאורה מיסטעריעזע זאכן ווייל ס'איז דא אנ'אנדער חשוב'ער ניק שליט"א וואס שרייבט אויך (לעצטנס) אויף דעם סטייל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

Re: ידיעות שונות בעניני חולין

הודעהדורך טמיר » מאנטאג מערץ 05, 2018 1:31 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:סליחה, טעיתי.

ס'וועגט צוואנציג ביליאן פונט.

א מעטשבאקס וועגט 3 ביליאן, סא א טיי לעפל דארף צי וועגן נענטער צי 20 מיליאן
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 2884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 479 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 05, 2018 3:34 am

טמיר: אויב עפעס אן אביעקט וועגט 20 מיליאן פונט אדער 3 ביליאן פונט איז מיר נישט קיין נפקא מינה פאר 2 טעמים. איינס. ווייל איך קען עס נישט רירן פון ארט. און ממילא קען איך עס נשט אפוועגן. צווייטנס. איך האב פון זיי ביידע נישט קיין שום נוצן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג מערץ 05, 2018 9:25 am

אויב מען רעדט ענגלישע פונט איז שוין איינמאל א נפקא מינה..
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 12:34 am

זייער באלערנד און איטערעסאנט, ס'האט מיר פארענטפערט אפאר קשיות וואס באדערן מיר שוין פון אלץ קליין קינד.
https://youtu.be/yqmso0c9CBs
בד״ו, קוק די ערשטע קאממענט, און די רעפלייס אויף דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום זונטאג מערץ 18, 2018 12:56 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 16, 2018 12:24 pm

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג מערץ 16, 2018 5:05 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=CL_4VRMZqF0

די עצה זיינע איז אביסל פארפירעריש. ארעמע קענען נישט שפארן קיין שטייערן דורך אויפשטעלן א קארפאראציע, רייכע אבער קענען יא.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 16, 2018 5:41 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=CL_4VRMZqF0

רביה"ק זי"ע: ער איז א גוטער קאמוניסט. און זיינע עצות זענען פאלש און מוגזם. אך און וויי איז צו א פרייוועט מענטש ואס מאכט א קארפארעישן און צאלט נישט קיין טעקסעס. די איי. אר. עס. וועט איהםאפשינדן די הויט. און אוועקנעמען זיינע הויזן. אדער אפילו לייגן אין דזשעיל...!

יעצט וועט קומען דער היינטצייטיגער סאפיסטיקירטער חכם און פילאזאף, וועלכער האט שוין אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורס'ישע ביכלעך און זאגן אז דער אלטער בעל עגלה איז אלד פעשיאנד. און ער פארשטייט נישט וואס דער נארראטאר זאגט דארט בשם דעם מחבר פון יענעם בוק, אויפ'ן קליפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:57 pm

קורקלענד האט געשריבן:די עצה זיינע איז אביסל פארפירעריש. ארעמע קענען נישט שפארן קיין שטייערן דורך אויפשטעלן א קארפאראציע, רייכע אבער קענען יא.

דאס פארשטיי איך אויך, איך האב נאר געוואלט אז דו זאלסט מיר מסביר זיין פארוואס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך וואלווי » מוצ"ש מערץ 17, 2018 11:42 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די עצה זיינע איז אביסל פארפירעריש. ארעמע קענען נישט שפארן קיין שטייערן דורך אויפשטעלן א קארפאראציע, רייכע אבער קענען יא.

דאס פארשטיי איך אויך, איך האב נאר געוואלט אז דו זאלסט מיר מסביר זיין פארוואס.


די פראקטישער סיבה איז אזוי ווי ר' בערל זאגט אז ס'גייט נישט טויגען צום סוף.

די סיבה איז אויך ע"פ אמת. ווייל ווען אן אינדיווידיואל שטעלט אוועק א קארפארעישאן און סטראקטשערט עס צו עלימינעיטען די טעקסעס וואס ער וואלט געצאלט אויף געווענליכע פעיראל אלס ארבעטורער, דאס הייסט אז די עקספענסעס פון די קארפארעישאן וועלען אריינעסן אין די פארדינסטן, און דער בעל הקארפערעישאן וועט צום סוף נאר ארויסנעמען א מינימאל געהאלט וואס קען געטעקסט ווערען, אדער נאכמער ווען ער נעמט גארנישט און ס'איז קלאר שווער מהיכן ירק זה חי, אדער אז די קארפארעישאן אפערעיט אויף א לאסס, בכל אופן זענען די אלע זאכען פעסטע רעד פלעגס און שרייענדע רויטע לעמפלעך, ווייל ס'איז קלאר אז דא איז א ספעציעלע סטראקטשער צו עלימענעיטן טעקסעס וואס ע"פ דין וואלט געגאנגען צום גאווערנמענט, ווייל דא איז באמת נישט דא א ערענסטע ביזנעס מיט עכטע "ביזנעס" פארפיט ענד לאסס, און ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז די איי אר עס לויפט נאך און אודיט די קארפארעישאן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג מערץ 18, 2018 1:26 am

איך וועל עס פרובירן מסביר צו זיין. איך וועל זיך האלטן בעיקר צו די פעדעראלע התחייבות כדי צו האלטן די זאך סימפּל.

די היינטיגע שטייער ראטע פאר א קארפאראציע איז 21%. דעריבער דארף די התחייבות זיך רעכענען פאר מער כדי ס'זאל זיך לוינען בכלל.

ווער עס פארדינט ווייניגער ווי $38,701 צאלט נאר צוועלף פראצענט, דעריבער שטייט ער דערווייל בעסער ווי דער גביר, און דערווייל לוינט זיך עס נישט. אויף רווחים ציווישן $38,701 און $82,501 צאלט מען 22%, ס'לוינט זיך אבער נאכאלץ נישט כאטש אפי' ס'איז איין פראצענט טייערער אזוי.

די סיבה פארוואס ס'לוינט נישט איז בעיקר וויבאלד די געלט וואס א קארפאראציע פארדינט קען מען נישט ניצן פאר פערזענלעכע אויסגאבעס, חוץ אויב מ'נעמט עס ארויס אין פארדינסט. און ווען מען נעמט ארויס די פארדינסטן דארף מען איבער צאלן שטייערן אויף די פערזענליכע ראטעס. און אנדערע ווערטער, מ'ווערט גע'טעקס'ט צוויי מאל אויף די זעלבע רווחים.

דעריבער, א באלעבאס וואס לעבט אויף א בודזשעט פון צוויי מאות א יאר און פארדינט א 'גראוס אינקאם' פון דריי פופציג. טאמער ארבעט ער אויף א קאפאראציע וועט ער קודם דארף אראפ שינדן 21%, און דערנאך וועט ער דארפן ווידער צאלן די פערזענליכע ראטעס, און לסוף וועט עס קאסטן דאפעלט. טאמער אבער טוהט ער דאס אונטער א על.על.סי. וועט ער טאקע צאלן מער ווי 21% אבער ס'וועט נאר זיין איין מאל און ער וועט קענען ניצן די רווחים אינסטענטלי פאר פערזענלעכע אויסגאבעס.

די סיבה פארוואס פאר א גביר וואס פארדינט אפאר מיליאן א יאר איז עס יא שטארקע בענעפיט, איז ווייל ער ניצט נישט רוב פון זיינע פארדינסטן צום לעבן, ער ניצט עס נאר אויף צו אינוועסטירן פאר מער רווחים. און ווילאנג די געלט ווערט נאר געניצט פאר ביזנעס איז די ראטע נאר 21%. אבער אויף די ביסל וואס ער ניצט אויף צום לעבן צאלט ער טאקע א העכערע ראטע אבער ס'איז נאר אויף א קליין חלק פון זיינע פארדינסטן.

אונטערשטע שורה איז אז א ארימאן צאלט אין רוב פעלער נישט מער ווי א גביר.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 18, 2018 1:37 am

פארוואס קען איך נישט למשל קויפן א הויז אויף מיין קארפארעישן'ס נאמען, אזוי וועל איך נישט דארפן צאלן קיין שטייער אויף די געלט וואס די הויז האט מיר געקאסט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 391 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג מערץ 18, 2018 1:44 am

אויף סיי וועלכע פערזענליכע הנאה וואס איר נעמט ארויס דארפט איר באצאלן שטייערן. ס'גייט אריין בגדר פארדינסטן. פונקט אזוי ווי א קאר וואס ווערט באצאלט דורך א קארפאראציע טאר מען עס נישט ניצן פאר פערזענלעכע באניץ, חוץ טאמער מען באצאלט פאר די פריוואטע באנוץ.

אויך איז וויכטיג צו באטאנען, אז ווען מען ניצט רעסורסן פון א קארפאראציע אויף פערזענליכע באניץ פארלירט עס די זעלבסטשטענדיגקייט אויף לייעביליטי.


איך בין נישט קיין אקאונטענט אבער איך בין גאנץ קאנפידענט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 18, 2018 3:14 am

וואלווי: נאר מוסיף זיין צו דיין מאמר. און ווען די גאווערנמענט פי' די איי. אר. עס. לויפן איינעם נאך, קענמען זיך שוין נישט ארויסדרייען פון זייערע הענט. וווייל זיי קענען אויפווייזן אז אז אונזער חתן דנן, וועלכער שרייט אז ער איז אן ארימאן , לעבט גאנץ א פיינעם, ברייטן און בכבוד'יגן לעבן. אפילו די איזראעלישע מס הכנסה האבן שוין געהאט זייערע מעטאדן נאכצוקוקן אזעלכע וואוילע יודעלעך וועלכע שטעללן זיך אהער אלס ארימעלייט. און דערווייל מאכן זיי גאנץ א פיין לעבן. זיי פלעגן נאכקוקן די עלעקטריק און טעלעפאן ביללס פון אט די מענטשן און זיי אפירגענומען. אויב דו ביסט א בלוטיגער ארימאן ווי דו שטעלסט זיך אהער., פארוואס האסטו אזאלכע הויכע עלעקטריק און טעלעפאן ביללס. אויך האבן זיי געוואלט מאכן א געזעץ אז אלע סטארס וועלכע פארקויפן טייערע עלעקטראנישע חפיצים ווי סטיריאס און גרויסע טי. ווי. סקרינס זאללן מוזן איבערגעבן א ליסט פון זייערע קאסטומערס. אבער די סטארס האבן זיך נישט געלאזט. און זיי זענען געגאנגען אין געריכט.איז די געזעץ בטל געווארן. אויך דאהי אין אמעריקע. אין די בראשית יארן פון ווען אי. זי. פעסס איז אריינגעקומען אין באנוץ, האבן זיי אפיהרגענימען עטליכע היימישע אידעלעך וועלכע זענען געווען אויף מעדיקעיד און אפילו אויף וועלפעיר. און זיי האבן ארויסגעברענגט זייערע איזי. פעסס רעקארדס און געפרעגט ר' איד. אויב ביסטו אזא ארימאן ווי דו שטעלסט דיך אהער, וויאזוי קענסטו אזוי סאך ארומפארן...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7407 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט