דער פייערדיגער מענטש

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

דער פייערדיגער מענטש

הודעהדורך חקרן » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 5:35 pm

ווי אזוי האט זיך דער מענטש ערווארבן צו ווערן דער מאכטפולסטער בעל-חי?
דער פייער

(נישט דער מוח)


דער שוואכער מענטש
לאמיר זיך נישט לאזן נארן! דער מענטש איז א שוואכער בעל-חי, צוקלאפטע צובראכענע ציין מיט גאר שוואכע נעגל. ווער רעדט נאך פון די מוסקלען... דאס איז סתם א לצנות. אין א געפעכט מיט אן אקס אדער א בער, וועט דער מענטש פארלירן מיט א נאק-אוט! אפילו מיט א מאלפע – אין וועמען דער מענטש ענדלט אזוי שטארק, וועט זיך דער מענטש נישט קענען פארמעסטן, איין קנאק פון דער מאלפע און דער מענטש איז דערנאך.

ריכטיג, עס זענען פארהאן בעלי-חיים וואס זענען פיל שוואכער פון מענטשן, אבער געווענליך איז דאס די רעדע פון קלענערע בעלי-חיים, וואס זענען נאטורליך אויך פיזיש שוואכער. בעלי-חיים וואס זענען אין דער זעלבער גרויס פון דער מענטש, אדער אפילו עטוואס קלענער, זענען געווענליך פיל שטערקער פון דער מענטש.

אין אנדערע ווערטער: אין פיזישע שטארקקייט געפינט זיך דער מענטש, אויפן בעסטן פאל ערגעץ אינצווישן די בעלי-חיים, און מעגליך צווישן די שוואכערע העלפט פון אלע בעלי-חיים.

די סיבה פארוואס דאס איז אזוי, איז וויבאלד דער גרויסער מוח פון דער מענטש, נעמט אויף פיל ענערגיע און שעפט פון אים אויס דעם גאנצן כח. דערפאר איז זי אזוי שוואך און אומבאהאלפן.

דער פארפירענער מלך
אצינד שטעלט זיך די פראגע:
ווי אזוי האט דאס פאסירט, אז דער מענטש – טראץ זיין שוואכקייט, האט באוויזן אויפצוהייבן איר קאפ און זיך ארויפדראפען צום שפיץ פון אלע בעלי-חיים, ווערנדיג דער קעניג פון דער בריאה, ער באווייזט צו פאנגען ריזיגע און שטארקע בעלי-חיים און דאן הערשן אויף זיי, זיי אריינלייגן אין טור-גארטנס און טון מיט זיי וואס ער וויל נאר.

ווי אזוי טוט דאס דער מענטש? – ער איז דאך נישט פון די שטארקע בעלי-חיים, ער וואלט דאך געדארפט ליגן אונטערן טיש און ציטערן פון די גרויסע און שטארקע חיות וואס געפינען זיך אויף דער וועלט? - ווי אזוי האט זיך דער מענטש ארויפגעדראפעט אויף די אויבערשטע פון שטייסל און איז געווארן דער באלעבאס איבער די וועלט, פלאנצנדיג וואו ער וויל און טון אין די וועלט וואס אימער אים געפעלט?

דער סברה וואלט געזאגט פונקט פארקערט, אז דער מעכטיגער לייב זאל הערשן אויף די בריאה, פאנגען אנדערע בעלי-חיים, ווי אויך מענטשן, און הערשן אויף אלעס און אלעמען. ווי אזוי האט דאס דווקא דער שוואכער מענטש באוויזן?

א נארמאלער רעכטדענקיגער מענטש וועט דערויף ענטפערן, אז דאס האבן מיר צו פארדאנקען אונזער גרויסער און קלוגער מוח וואס מיר מענטשעלעך פארמאגן. א דאנק אונזער מוח און אונזער קלוגשאפט, האבן מיר די שכל צו טראכטן און קלערן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די גרעסערע בעלי-חיים און מיט די גאנצע וועלט. דאס האט אונז ארויפגעדראפעט אויף דער מזרח פון דער וועלט, ביז מיר קענען רעאגירן און באלבאטעווען אויף די גאנצע וועלט און טון מיט די בריאה וואס אונז געפעלט.

אבער איז דאס טאקע ריכטיג? – איז דער גרויסער מוח און אונזערע טאלאנטן, דאס וואס האט אונז צוגעברענגט אויבן-אן? - נישט אזוי זיכער! – מיר האבן א גאנצע טוץ פון קושיות און סתירות, וואס פרעגט אפ דער טעאריע. מעגליך אז דאס איז נישט דער ריכטיגער ענטפער צו דער פראגע.

א קלוגער שוואכלונג
מיט לאנגע ווייטע יארן צוריק, האט געלעבט אויף די וועלט די 'הומו-אביליס' און 'הומו ארקאטאס' (אנדערע סארט מענטשן וואס האבן עקזיסטירט אין די ווייטע פארגאנגענהייט). זיי האבן פארמאגט א גרויסן מוח, נאך גרעסער פון דער היינטיגער מענטש – דער 'הומו סאפיינס'. שוין דעמאלס האבן זיי באוויזן צו פאבריצירן טעפ און אנדערע כלים, זיי האבן פארמאגט א גוטע קאמיוניקאציע צווישן זיך.

קלערט איר אז מיט זייער קלוגשאפט האבן זיי געהאקט א חיים טובים? – עה, לא מיניה ולא מקצתיה. זיי האבן שטענדיג געלעבט אין א פחד פון אנדערע בעלי-חיים, שוין אפגערעדט אז זיי האבן זיך נישט דערוואגט צו פאנגען פון די גרויסע און שטארקע בעלי-חיים. זיי פלעגן זיך שפייזן פון געוואוקסן, פאנגען קלענערע און שוואכערע חיות, אדער פלעגן זיי אויפעסן די שיריים פון די נבלות וואס די חיות האבן איבערגעלאזט.

די הומו-אביליס פלעגן נוצן זיינע קלוגע טאלאנטן, צו פראדוצירן העק פון שטיין. וואס פלעגן זיי טון מיט די העק? – זיי פלעגן אויסהאקן די מוח-ביינער פון אנדערע בעלי-חיים. אין אנדערע ווערטער: נאך וואס דער לייב האט אויפגעגעסן די נבלה און אנדערע בעלי-חיים האבן זיך דערקוויקט מיט די שיריים פון דעם לייב, הערשט דאן איז געקומען דער קליינער מענטשעלע, מיט זיין העקל וואס ער האט אויסגעטראפן מיט זיין קלוגן מוח, דערמיט האט ער אויסגעהאקט דער מוח-ביין און אויפגעגעסן די פלייש פון אינעווייניג.

א געוואונס פון קלוגשאפט!

נאכמער; אפילו אונזער מענטש – דער הומו סאפיינס, געפינט זיך שוין מיליאנען יארן אויפן כדור הארץ, אבער במשך לאנגע יארן נישט באוויזן זיך צו צעשפרייטן די הענט אזוי ווי היינט. נישט שטענדיג איז דער מענטש געשטאנען אין שפיץ פון אלע בעלי-חיים און געקענט פאנגען פון זיי וויפיל עס האט זיך זיי געגליסט.

ביז מיט פיר-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, איז דער מענטש געווען א יצור וואס האט מורא געהאט ארויסצושטעקן דעם נעזל פון איר לעכל. ער האט פשוט געציטערט פון אנדערע בעלי-חיים.
הערשט מיט פיר-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, געפינען מיר שוין אז דער מענטש האט זיך א ריק געגעבן און אנגעהויבן צו פאנגען גרעסערע חיות פון אים, אבער אפילו דעמאלס איז דאס צוגעגאנגען מיט פחד פחדים, ער איז נאך דעמאלס נישט געווען דער שטארקער מענטש וואס מיר קענען היינט. עס האט גענומען אסאך צייט ביז דער מענטש איז געווארן דער פולקאמער באלעבאס איבער די חיות און געהאט די מעגליכקייט צו פאנגען יעדע סארט בעל-חי.

דאס האט פאסירט הערשט מיט הונדערט-טויזנט יאר צוריק, ווען דער מענטש איז געווארן "דער מאכטפולסטער בעל-חי אויף דער וועלט". ביז דעמאלס איז ער גארנישט ווערד געווען.

אין אנדערע ווערטער: מיליאנען יארן האט דער מענטש געלעבט אויף דער וועלט, און טראץ זיין גרויסן מוח, האט ער שטענדיג געלעבט אין פחד און שרעק, און שטענדיג מורא געהאט פון גרעסערע און שטערקערע בעלי-חיים וואס פלעגן פון זיי פאנגען און עסן. דער גרויסער מוח פון דער מענטש האט אים גארנישט געהאלפן און עס האט אים גארנישט צוגעגעבן.
אלזא, נישט דער גרויסער מוח פון דער מענטש, האט אים געברענגט זיין גליק.

דעמאלס וואס יא? – וואס האט גורם געווען אז דער מענטש זאל אנגעקומען צו דער שפיץ פון די בעלי-חיים, צו קענען פאנגען און עסן פון זיי, וויפיל עס לאזט זיך נאר?

דער וועלט - פייערלאז
איין ענטפער איז פארהאן דערויף.
פייער!

אונטער מעכטיגע מאכטפולקייט איז צו פארדאנקען דעם פייער וואס דער אויבערשטער האט באשאפן. אן פייער וואלטן מיר געווען קאפוט, גארנישט.

מיר זענען אבער אזוי צוגעוואוינט צו דער פייער, אז מיר באגרייפן גארנישט ווי אזוי אונזער לעבן וואלט אויסגעקוקט אן פייער.

שטעלט אייך אפ א וויילע, פארלעשט אייער סעלפאן, פארמאכט אייערע אויגן אויף א צען מינוט און שטעלט אייך פאר ווי אזוי דער וועלט וואלט אויסגעקוקט אן קיין פייער. ווי אזוי וואלט אייער לעבן אויסגעקוקט?! – עס וואלט נישט געווען קיין הייצונג, ליכט, ווארעם-וואסער און געקעכץ... א מענטש וואלט נישט געקענט עקזיסטירן אין די נאכט-שעות און וואלט זיך געמוזט געפינען פארשפארט ביז די ליכטיגקייט שיינט אויף. די שיינע הייזער וואלטן נישט עקזיסטירט, מען וואלט געוואוינט אין היילן, אן קיין ליכטיגקייט, געגעסן רויע עסן, קיין געווער, מיר וואלטן זיך טאקע געפארכטן פון די בייזע חיות אינדרויסן.

אזוי איז טאקע געווען ביז דריי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, ווען דער מענטש האט רעאליזירט דער כח און וויכטיגקייט פון פייער.
באמת דארפן מיר דאנקען יעדן טאג דעם בורא-עולם אויף די הפלא'דיגע בריאה פון פייער. דאס גיבט אונז א פיל שטערקערע באקוועמליכקייט אויף די וועלט, און ווארשיינליך אונזער גאנצער כח העכער אנדערע בעלי-חיים און אונזער שליטה אויף די וועלט. די גאנצע היינטיגע טעכנעלאגיע איז בלויז צו פארדאנקען די פייער.

דער שר-האש
ביז לאנגע יארן צוריק, האבן מענטשן נישט באגריפן די וויכטיגקייט פון פייער און נישט געהאט די השגה ווי אזוי מען מאניפילירט פייער פאר זייער טובה. מענטשן האבן געלעבט אין די היילן, דארט האבן זיי זיך באשיצט פון די פראסטיגע קעלט וואס האט געהערשט ביינאכט, זיי האבן זיך נישט דערוואגט ארויסצוקומען אונטערן הימל, אויס מורא פון די טונקלקייט און די שעדליכע בעלי-חיים וואס דרייען זיך ארום אין די נעכט, דאס איז שוין אויסער די דרויסנדיגע קעלט וואס די מענטשן האבן נישט געקענט דערהייבן.

דער מענטש פלעגט דעריבער זיך באהאלטן אין די נעכט, און בלויז בייטאג פלעגט זי ארויסקומען פון די היילן, קלויבן פרוכט און גרינצייג, פאנגען קלענערע חיות און שפייזן דערמיט זיינע קינדער (רויערהייט). ווי נאר די נאכט האט זיך אונטערגעריקט, האבן זיך די מענטשן צוריקגעקערט צו זייערע היילן, ביז דער פרימארגן וועט אויפשיינען.

הערשט מיט צוויי/דריי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, האט דער מענטש אנגעהויבן באגרייפן, אז מיט פייער קען מען טון פארשידענע פונקציעס און דאס קען ארויסהעלפן פאר דאס מענטשליכע לעבן.
דער תועלת פון פייער איז פילפארביג:
1. מען קען זיך דערמיט אנווארעמען אפילו מען געפינט זיך אינדרויסן, אפילו בייטאג, אפילו אין די היילן און וואו אימער. ביז דעמאלס האט א מענטש נישט געוואוסט פון אזא סארט מציאות, אצינד האט דער מענטש אויסגעטראפן א מיטל ווי אזוי מען קען זיך דערווארעמען פון די ביטערע פרעסטן וואס הערשן אינדרויסן.
2. ליכטיגקייט: דער מענטש האט אנגעהויבן פארשטיין אז פייער קען ליכטיג מאכן דעם גאנצן ארום און ערמעגליכן דאס ארומגיין אין די טונקלקייט פון די נאכט. עס איז צוגעקומען א שטיק חיות אין דאס לעבן פון דער מענטש, ער קען עקזיסטירן און זיך ארומדרייען ביינאכט, טראץ דער טונקלקייט אינדרויסן.
3. פייער קען אויך גענוצט ווערן אלס וואפן קעגן אנדערע שרעקעדיגע בעלי-חיים וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט. אצינד האט שוין דער מענטש פארמאגט א וואפן קעגן בעלי-חיים און ער האט שוין ווייניגער געדארפט מורא האבן פאר די שרעקעדיגע חיות, וואס דראען אים צו פארצוקן.

דער באנוץ פון פייער האט געטוישט דעם גאנצן אידענטיטעט פון דער מענטש. עס איז געווארן אן אנדערער מענטש, דאס איז שוין מער נישט געווען קיין טאג בעל-חי, וואס באהאלט זיך ביינאכט אין די היילן. דער מענטש האט אנגעהויבן צו קענען לעבן אינדרויסן אויך ביינאכט, זיך באנוצנדיג מיטן פייער זיך צו ווארעמען און צו ליכטיג מאכן. אפילו אין די היילן איז דער מצב געווארן לייכטער, ווארעמער און ליכטיגער. שוין אפגערעדט דערפון אז דער מענטש איז געווארן עטוואס פרייער פון די שרעקעדיגע חיות וואס פלעגן אים פארשקלאפן.

הפנים, מיט די פייער איז דער מענטש געווארן אסאך באקוועמער אויף גאט'ס וועלטל. אסאך באקוועמער האבן מיר געשריבן? – א נייער מציאות! – דער מענטש האט אויסגעטראפן דער גן-עדן.
ווען דער מענטש האט אנאליזירט און איינגעזען די טובה וואס די פייער ברענגט אים אויף די וועלט, האט ער אויפגעהויבן זיינע הענט צו הימל און געזאגט: "ברוך אתה ה' אלקנו מלך העולם, בורא מאורי האש".

פייער אין די תורה

קוקנדיג אביסל מיט א תורה'דיגער בליק, פארשטייען מיר די שמחה וואס אדם-הראשון האט געהאט, אויסטרעפנדיג דעם כח פון פייער. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז פריער איז אדם-הראשון געווען אין גן-עדן, דארט וואו עס האט אים גארנישט געפעלט. ער איז געווען גרויס און שטארק, זיין גרויסקייט האט ארומגענומען די וועלט. ליכטיגקייט האט ער גענאסן פון דעם אור-הגנוז. ער האט אלעס פארמאגט.

פלוצלינג האט אים דער באשעפער פארטריבן פון גן-עדן, אוועקגענומען די ליכטיגקייט און אים געמאכט קליין און שוואך. אדם האט געציטערט, אצינד איז ער געווען אומבאהאלפן קעגן די אנדערע חיות, ווי אזוי וואלט ער געקענט אנגיין אן קיין ליכטיגקייט און אן פייער?

דאן האט אים דער באשעפער באוויזן דעם פייער, וואס דערמיט האט דאס אים געגעבן קראפט און שטארקקייט קעגן די אנדערע בעלי-חיים, דאס האט אים ליכטיג געמאכט דעם ארום און ער האט שוין געקענט אנגיין אין לעבן.

יעדן מוצאי שבת מאכן מיר די ברכה "בורא מאורי האש". מיר דארפן זיך מתבונן זיין, דאנקען דעם אויבערשטן אויף זיינע חסדים און באגרייפן די געוואלדיגע מתנה וואס דער בורא כל עולמים האט אונז געשאנקען.

פייער אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם
מיינט איר אוודאי אז איר באגרייפט שוין דעם כח פון פייער, און וויפיל דאס גיבט צו פארן מענטש? – נישט זיכער. פייער איז פיל מער פון דעם וואס איר קלערט!

מיט בערך צוויי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, האט דער מענטש אנגעהויבן צו באגרייפן דעם פייער. אין אנהויב האט דער מענטש זיך באנוצט מיטן פייער אויף זיינע פריוואטע צוועקן, צו קענען אנגיין מיטן לעבן ביינאכט און זיך ווארעמען דערמיט.

במשך די צייט האבן מענטשן אנגעהויבן איינצוזען אז פייער איז פיל מער מאכטפולער פון דעם. צוביסלעך האט מען זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער, אויף פיל גרעסערע און מאסנשטאבליכע פראיעקטן.
מענטשן האבן אנגעהויבן אפצוברענען גאנצע וועלדער, מיטן ציל צו כאפן די חיות וואס זענען פארכאפט געווארן אין די פייער און זיי נעמען פאר זיך. מען האט אפגעברענט גאנצע שטחים, מיטן ציל צו פארבינדן איין דארף מיטן אנדערן, פאר די באקוועמליכקייט פון דער מענטש, אזוי איז געשאפן געווארן דערפער, שטעט און לענדער.

אפילו אין פריוואטן באנוץ איז דער פייער מער צונוצגעקומען. מענטשן האבן זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער, אויף צו קענען בעסער פראדוצירן זייערע כלים. דורך פייער האט מען פאבריצירט פיל שענערע און בעסערע כלים, וואס האבן ערליך געדינט דעם מענטש.

געקאכטע עסן
און ווי אזוי קען מען פארגעסן; קאכן... מענטשן האבן זיך גענומען קאכן מיט פייער. א גאנצע רייע פון נייע מאכלים זענען אפירגעקומען אויפן מארקעט, און מענטשן האבן זיך געקענט מחיה זיין דערמיט.

איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט פון פריער? – מענטשן האבן בלויז געקענט עסן רויע מאכלים, פרוכט און גרינצייג, אדער רויע פלייש... זאל נישט אויסגערעדט זיין. "געקאכטע עסן" איז געווען א חידוש אין די בריאה. מען טאר נישט פארגעסן אז עס זענען פארהאן פיל מאכלים וואס עס איז אוממעגליך צו עסן רויערהייט. איידער מען האט זיך באנוצט מיט פייער, האבן מענטשן נישט געקענט געניסן פון פילע סארט געוואוקסן, א שטייגער ווי ווייץ, רייז, קארן, קארטאפל און נאך.

און מיינט נישט אז דאס איז געווען א מינדערוויכטיגער חידוש. דאס האט געטוישט דער מענטש אויף שטענדיג. דער דיעטע פון דער מענטש האט זיך געטוישט, און דאס האט גורם געווען ערנסטע שינויים אין דאס פיזישע און גייסטישע געבוי פון דער מענטש, באאיינפליסנדיג מיט א שטארקקייט דאס געדאנקענגאנג פון דער מענטש.

עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט, אז געקאכטע עסן פארדייעט זיך פיל גרינגער ווי רויע עסן. דער פאקט איז, אז א מענטש קייעט און פארדייעט זיין עסן שנעלער ווי אנדערע בעלי-חיים. די סיבה דערצו איז, אז קאכן פארגרינגערט דעם קייען און פארדייען. מען זאגט אז מאלפעס פארברענגען פינף שעה א טאג מיט קייען עסן, אנדערע בעלי-חיים זענען נישט אנדערש דערמיט. די פייער האט גורם געווען אז מען זאל קענען קאכן עסן און זיך איינשפארן פיל צייט פון קייען און די שוועריגקייטן פון פארדייען די עסן. קאכן איז אויך א געזונטע זאך, דערפאר וואס עס הרג'עט אוועק פיל שלעכטע באקטעריעס פון די רויע עסן.

די קאנצעקווענצן איז געווען זייער קלאר. ביז צוויי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, האבן מענטשן פארמאגט א גרעסערן מאגן, הערשט שפעטער האט דער מאגן פון דער מענטש זיך איינגעצוימט און געווארן קלענער. דאס איז געשען אין די זעלבע עפאכע וואס מען האט זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער. דער שייכות צווישן די צוויי איז שטארק מערקבאר. געקאכטע עסן ברענגט אז דער מענטש זאל נישט מוזן עסן אזויפיל, ער זאל זיך באגיניגן מיט ווייניגער. דאס מאכט אז דער מאגן זאל ווערן מער איינגעצוימט, לאזנדיג מער ענערגיע פאר דער מוח.

אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז דאס באנוץ פון פייער דורך מענטשן, האט פיל ארויסגעהאלפן פאר דער מוח פון דער מענטש צו ווערן בעסער אנטוויקלט און מעגליך אויך גרעסער. דארפן מיר דעריבער דאנקען דעם אויבערשטן אויפן פייער, וויבאלד דאס האט אונז אומדירעקט גורם געווען צו א געזונטערע מוח.
ברוך אתה ה'... בורא מאורי האש!

דער עלטער פון פייער
אין א זייטיגן נאטוץ, למען הפונקטליכקייט:
עס איז נישט קלאר פונקטליך ווען מענטשן האבן זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיט פייער. לויט טייל מיינונגען זענען שוין פארהאן צייכענעס פון פייער דורך מענטשן מיט א מיליאן יאר צוריק, אנדערע עדות זענען פארהאן פאר אכט-הונדערט-טויזנט יאר צוריק, אבער דאס זענען נישט קיין קלארע פאקטן און אפילו אויב דאס זאל זיין ריכטיג, איז דאס נישט געווען קיין רעגלמעסיגע זאך אז מענטשן זאלן זיך באנוצן מיט פייער, ביז פאר צוויי-הונדערט-טויזנט יאר צוריק בערך.

מאניפילירן דעם פייער
עס מוז גענומען ווערן אין באטראכט, אז פיל בעלי-חיים באנוצן זיך מיט די כוחות און ריסארסעס וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אויף די וועלט. עס זענען פארהאן וואס באנוצן זיך מיט די ווינט, כוואליעס, די זון און-אזוי-ווייטער. אבער קיין איין בעל-חי קען זיך נישט ארומשפילן דערמיט לויט זיין פארלאנג.

נעמט צום-ביישפיל דער אדלער, ער דערשמעקט וואו עס געפינט זיך הייסע לופט, דארט הויבט ער זיך אויף און ערלויבט אז די הייסע לופט זאל אים אויפהייבן און טראגן. דער אדלער קען אבער נישט פראדוצירן הייסע לופט וואו אימער ער גייט, ער קען בלויז בענעפיטירן פון די ערטער וואו עס איז פארהאן הייסע לופט.

ווידער דער מענטש באנוצט זיך מיט די פייער, נישט בלויז דארט וואו עס איז פארהאן פייער. דער מענטש קען איבעראל פראדוצירן פייער און זיך באנוצן דערמיט. דאס איז די חכמה וואס דער מענטש פארמאגט, און דורכדעם האט ער דערגרייכט דעם שטאפל פון הערשן און זיין העכער אלע בעלי-חיים פון די וועלט.

א דאנק דעם פייער, האט דער מענטש זיך ערווארבן דעם הויכן שטאפל פון זיין דער באלעבאס איבער די וועלט. דורך די פייער האט דער מענטש באקומען דעם כח צו באהערשן אלע סארט בעלי-חיים, אויספלאסטערן פרישע וועגן און שטעגן, בויען בנינים און אויפטון גדולות ונצורות.

מיר דארפן באדאנקען דעם באשעפער פאר די פייער, וואס דורכדעם זענען מיר אנגעקומען אויף דעם שטאפל וואו מיר שטייען אצינד.

דער פייערדיגער מוח
אנדערע חוקרים נעמען דאס א שטאפל ווייטער. לויט זיי האט דער מענטש זיך ערווארבן זיין גרויסן מוח נאר דורך דעם פייער. זיי ווייזן אן אז דער 'הומו סאפיינס' (דאס איז אונזער מענטש וואס עקזיסטירט היינטיגע טעג), האט אנגעהויבן צו אנטוויקלען זיין מוח, הערשט נאכדעם וואס ער האט זיך אנגעהויבן צו באנוצן מיטן פייער, און דאס איז ערמעגליכט געווארן א דאנק דעם פייער און עסן געקאכטע עסן. אין אנדערע ווערטער: די פייער האט גאר צוגעברענגט צום גרויסן מוח פון דער מענטש.

מיטן באנוץ פון דעם פייער, איז דער מענטש געווארן דער געוועלטיגער אויף דער וועלט, א דאנק דעם וואס ער קען זיך באנוצן מיטן פייער וואו אימער ער גייט און שטייט. דער מענטש דארף זיך שוין נישט שעמען מיט זיינע קליינע שוואכע נעגל און ציין, ער דארף זיך שוין נישט קליין האלטן מיט זיינע שוואכע מוסקלען. ער פארמאגט א וואפן וואס קיין בעל-חי פארמאגט נישט – דער פייער.

און דער פייער איז אזא מאכטפולער וואפן, וואס ווי מאכטפול זי איז, האט זיך דער מענטש קיינמאל נישט פארגעשטעלט איר אמת'ע מאכטפולקייט – נעמליך אז דאס איז דער ערשטער שטאפל פארן אטאם.

און ווער ווייסט וואס נאך?!

המשך יבוא
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 7:05 pm

קודם זאגט איר אז אדם הראשון האט אויסגעטראפן פייער און נאכדעם זאגסטו אז ס'געווען הינדערט טויזענט יאר ציריק וויזוי שטימט עס?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 8:27 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:קודם זאגט איר אז אדם הראשון האט אויסגעטראפן פייער און נאכדעם זאגסטו אז ס'געווען הינדערט טויזענט יאר ציריק וויזוי שטימט עס?

און אז ס'שטימט נישט איז וואס? איז די גאנצע געדאנק אפגעפרעגט?!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

Re: דער פייערדיגער מענטש

הודעהדורך טמיר » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:13 pm

עס זעהט אויס אז חקרן האט א נייע שיטה אין די סוגיא פון בריאת העולם. קום אריין קלאר ביטע

Sent from my Moto G (5) using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 496 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:56 pm

א מין משוגעת דאס, יעדער איינער דארף האבן א שיטה אין יעדע נושא אויפ'ן כדור הארץ?! מ'קען שוין נישט אויסשמועסן קיין געדאנקען ווי נארמאלע מענטשן?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:05 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:55 pm

.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:08 pm

ס'שטימט זייער גוט צוזאמען, ביידע מעשיות ברענגען ארויס ווי דאנקבאר מ'דארף זיין פאר פייער. פונקטליך די לעגענדעס/פאקטן אונטער דעם איז בכלל נישט נוגע, ס'איז נאר ארויסצוברענגען א פוינט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

הודעהדורך חקרן » דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:33 pm

בנוגע די שאלות אויפן וועלט באשאף, גיי איך נישט אריין אין די פארשידענע שיטות ווי אזוי אפצולערנען בריאת העולם, צו די יארן פון אדם הראשון מיינט טאקע אונזערע יארן, וואס עס איז געווען פאר דעם יום הרביעי שנתלה בו המאורות און ווי אזוי מען רעכנט די זאכן. איך רעד לויט די סייענטיסטישע מהלך און איך גיי נישט אריין אין די שיטות, ווי אזוי עס שטימט מיט די תורה (וואס מען קען עס זיכער מאכן שטימען, די שאלה איז נאר ווי אזוי...)
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:04 pm

חקרן: ייש"כ. נישט מיט אלע דיינע הנחות און טעאריעס ביניך מסכים 100%. אבער דאך. דיין מאמר איז זייער שטארק באלערנד. ס'וואלט אויך כדאי געווען אויב דו אדער איינער פון די חכמי ה'שטיבל זאלל באשרייבן, א ביסל באריכות דאס אויסטרעפן פון דעם ראד/רעדל. און די ביישטייערונג וואס דאס האט געהאט צו די פראגרעס פון די ציוויליזאציע פאר דער מענטשהייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך חקרן » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:32 pm

פון א רוחניות'דיגער שטאנדפונקט: ווי אזוי וואלט א רעלעגיעזער לעבן אויסגעקוקט אן פייער? - נישט קיין חנוכה ליכט, נישט קיין פאקלען צו באגלייטן דעם רבי'ן... דאס גאנצע בית-המקדש מיט די קרבנות וואלט נישט געווען, קיין מצות באקן, המן טאשן, יארצייט ליכט, ריבניצער ציון... אייסעך וואס...
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:32 pm

חקרן האט געשריבן:פון א רוחניות'דיגער שטאנדפונקט: ווי אזוי וואלט א רעלעגיעזער לעבן אויסגעקוקט אן פייער? - נישט קיין חנוכה ליכט, נישט קיין פאקלען צו באגלייטן דעם רבי'ן... דאס גאנצע בית-המקדש מיט די קרבנות וואלט נישט געווען, קיין מצות באקן, המן טאשן, יארצייט ליכט, ריבניצער ציון... אייסעך וואס...

די ירושליימע הפגנות אנע פייער , ביסט נארמאל?...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 7:42 pm

קאצקע ציקער: ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. צוברעכן טרעפיק לייטס קענמען מיט שטיינער אן פייער.אויך איבערדרייען די גרויסע גארבידזש קאנטעינערס הנקרא צפרדעים, קענמען אן אונטערצונדן אויך. פארשטייצעך, אז ווען מ'צינדט עס אונטער און ס'גייט א ריח הנחוח איז א סאך בעסער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7702 מאל

הודעהדורך מיימון » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 8:27 pm

פייער פארנעמט טאקע א זייער וויכטיג ארט אין אלע רעליגיעס זע דא
www.bhol.co.il/forUms/topic.asp?cat_id=4&topic_id=427218&forum_id=1364&upd=1
און דאm.ynet.co.il/Articles/3251130
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 429 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט