די א' ב' פון סייענס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 12:10 am

מי אני: ייש"כ. איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. בד"כ האביך נישט ליעב אדורכצוליינען לאנגע דיסערטאציעס. ס'קען זיין פאני. די איינציגסטע זאך וואס כ'האב יא ליעב אדורכצוליינען, און האב געדולד דערצו איז די ..."פיין פרינט"...און די לעגאלע שפראך פון א קאנטראקט. סיי אין ענגליש. און סיי אין עברית...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14090
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9189 מאל

Re: די א' ב' פון סייענס

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:32 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:מי אני: ייש"כ. איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. בד"כ האביך נישט ליעב אדורכצוליינען לאנגע דיסערטאציעס. ס'קען זיין פאני. די איינציגסטע זאך וואס כ'האב יא ליעב אדורכצוליינען, און האב געדולד דערצו איז די ..."פיין פרינט"...און די לעגאלע שפראך פון א קאנטראקט. סיי אין ענגליש. און סיי אין עברית...!
די ליינסט די קליינע אותיות צו וויסן וואס די קאנטראקט שטעלט פאר?
אדער אלס נייגעריקייט?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 921
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 900 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 23, 2020 4:03 pm

פאליטיקאנט: ביידע. סיי צו וויסן וואס די קאנטראקט שטעלט פאר. און סיי צו פראקטיצירן די לעגאלע שפראך..."ליגאליעז"...!

איכ'ל דיר געבן א ביישפיל...איך ליעס א ווען פון די ניססאן קא. מיין פריער'דיגער ליעס איז געווען פאר 3 יאר. מיט 12,000 מייל פער יאר. בערך א יאר פאר מיין ליעס האט זיך געענדיגט האביך אנגעהויבן באקומען בריעף (עטליכע א יעדן טאג) מיט אפפערס וועלכע האבן אויס געזעהן צו זיין זייער גוט. נאך אפשר צו גוט. איינס פון די הויפט אפפערס איז געווען אז אויב איך טרעיד אין מיין קאר דורך זיי וועלל איך באקומען א נייע קאר מיט א שטארקע אפ-גרעיד. + קעש. אין די ווערט פון אפאר טויזנט דאללער. נו. ששון ושמחה. אזא גוטן אפפער האביך שוין לאנג נישט געהאט...!

ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען די פיין פרינט. (וואס האט אנטהאלטן א סאך סעיף קטן'ס) און די עקסעפשאנס, האביך איינגעזעהן. (ס'איז געווען ארויסגעשריבן גאנץ קלאר.) אז אלעס האט סותר געווען וואס ס'איז געשטאנען אין ערשטן פאראגראף פונ'ם בריעף...

ערשטנס. דער אפפער איז נאר גילטיג (נישט גילטי) אויב איך האב פראפערטי אדער א באנק אקאונט וואס איך קען משעבד זיין צו זיי.
צווייטנס. דער קעש אפפער קומט מיט א 24% אינטערעסט ראטע פער יאר.
דריטנס. איך האב זייער א קליינע מיילעדזש אללאוענס.
פערטנס. א יעדער מייל וואס איך בין אווער וועט מיך קאסטן $1.25.

זייט דאמאלס זענען אנגעקומען נאך א סאך בריעף מיט די גוטע אפפערס. און אלע האבן געהאט די זעלבע נוסח. אין די פיין פרינט איז געשטאנען פונקט די פארקערטע וואס אין ערשטן, הויפט פאראגראף. נאכדעים. ווען אזא בריעף איז אנגעקומען. אפילו פון ניססאן דיעלערס אליין. האביך עס צוריסן און גלייך אריינגעווארפן אין גארבידזש. דער איינציגער רעאליסטישער אפפער איז געווען דורך מיין אריגינאלל'ן דילער...!

אדער למשל די אגרימענטס וואס די סעללפאון קאמפעניס אפפערן. די פיין פרינט איז א סאך מאל סותר וואס זיי פארציילן אין הויפט פאראגראף...!

נאר ביי די פאון קאמפעניס איז דאך א ביסל בעסער. למשל ספרינט, זייער עיקר ציעל איז זיך צו באשיצן פון אויסנוצן די מעמבערשיפ פאר אומלעגאלע אדער קרימינאלע אקטיוויטעטן. אדער ווען איינער ווילל אויסנוצן די דאטא סטריעמינג פאר קאמערציעלע געלעגנהייטן. איך געדענק מיט יארן צוריק ווען כ'האב אנגעהויבן צו ליינען די פיין פרינט פון קאנטראקטס איז געווען ביי די געז קא. ווען זיי האבן גע'אפפערט צו ליעסן א האט וואטער טענק ביי זיי. אין די אדווערטייזמענט האבן זיי צוגעזאגט אלע גוטע בענעפיטס. און די פיין פרינט איז בכלל געווען מיט א לשון פון סטראשענען. אויב מ'טוט נישט דעיס. אדער אויב מ'איז עובר אויף יענץ איז דער קאנטראקט בטל ומבוטל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14090
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9189 מאל

כעמישע און נוקלעארע עקוועישאנס

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:10 pm

‏רעדענדיג פון מאלעקיולס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז כעמיקעל רעאקציעס האבן עקוועישאנס ווי אזוי מ׳חשבונ׳ט ווי אזוי דאס גייט צו. דאס ארבעט אויפ׳ן יסוד פון סטאָאיִכיאמעטרי וואס זי איז מיוסד אויפ׳ן כלל פונעם געזעץ פון די קאנסערוועישאן פון מאסע. דהיינו, איך דארף מאכן זיכער אז די מאס פון עלעמענטס וואס זענען דא אין די כעמישע ריעקטענטס מיט וואס איך האב אנגעהויבן, איז די זעלבע ווי אינעם ענדגילטיגן פראדוקט הגם אין אנדערע צאמשטעלן. דאס זעה איך דורך דעם כעמישן עקוועישאן. למשל, ווען איך האב א מעטעין מאלעקיול וואס איז צאמגעשטעלט פון 1 קארבאן אטאם און 4 היידראדזשען אטאמען, און דאס קומט צאם מיט צוויי אקסידזשען מאלעקיולס וואס יעדעס איינס איז א צאמשטעל פון 2 באהאפטענע אקסידזשען אטאמען (דאס איז גראדע די אקסידזשען וואס מיר אטעמען; מאלעקיולס פון צוויי באהאפטענע אקסידזשען אטאמען), גייט דאס ריעקטען און פארוואנדעלט ווערן אין א קארבאן דיאקסייד מאלעקיול, וואס איז צאמגעשטעלט פון 1 קארבאן אטאם באהאפטען צו 2 אקסידזשען אטאמען, און צו צוויי וואסער מאלעקיולס, וואס איז ווי באקאנט צאמגעשטעלט פון 1 אקסידזשען אטאם און 2 היידראדזשען אטאמען. די עקוועישאן גייט אויסזעהן אזוי:
CH₄+2O₂→CO₂+2H₂O
יעדע אות באדייט די עלעמענט [C=קארבאן אא״וו] און די קליינע נומערן אונטען [סאָבּסקריפּט] באדייטן וויפיל פון די עלעמענט צו וואס די קליינע נומער איז באהאפטן זענען אין די מאלעקיול. די גרויסע נומער פאר די מאלעקיול באדייט אז אזויפיל פון די גאנצע מאלעקיול האב איך. יעצט, אונז קענען מיר זעהן פון די עקוועישאן די סטאָאיִכיאמעטרי דערפון. דהיינו, אויף די ריעקטענטס/לינקע זייט וואו איך הייב אן האב איך אלעס צוזאמען: 1 קארבאן אטאם, 4 היידראדזשען אטאמען, און 4 [ווייל 2 מאל 2] אקסידזשען אטאמען. אויף די פראדוקט/רעכטע זייט וואו איך ענדיג קען איך ציילן די זעלבע: 1 קארבאן אטאם, 4 היידראדזשען אטאמען [2 מאל א וואסער מאלעקיול וואס יעדעס איינס האט 2 היידראדזשען אטאמען], און 4 אקסידזשען אטאמען [קארבאן דייאקסייד האט 2 און איך האב נאך 2 וואסער מאלעקיולס וואס יעדעס איינס האט 2 אקסידזשען אטאמען].

אגב, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די ריעקשאן ביי מעטעין איז אן עקסאטערמיק ריעקשאן [די באקאנטע קאמבּאָסטשען סארט ריעקשאן] ווייל עס גיבט ארויס מער ענערגיע ווי דאס וואס ס׳נעמט אריין מעיקרא אויף צו זיין די קאטעליסט פונעם ריעקשאן. עס איז לעומת זה דא ענדאטערמיק ריעקשאנס וואס כדי צו באווייזן די ריעקשאן נעמען זיי אריין מער ענערגיע ווי זיי גיבן ארויס.

כעמישע ריעקשאנס טוהן נאר בעצם טוישן די בּאַנדס פון די עלעקטראנס צווישן איין עלעמענט אונעם צווייטן און נישט די אינעווייניגסטע נוקליאיי פונעם אטאם. אבער אן ענליכע סארט עקוועישאן איז שייך ביי רעידיאוֺאקטיווע פראצעסן וואו עס טוישן זיך יא די אינעווייניגסטע מאס פּראטאנס וכו׳ אינעם אטאם.
DC5EB9BC-EE60-4E8E-ADD0-F4D645B8AB0F.jpeg

דאס איז אן עקוועישאן פון די אלפאַ דיקעי פון יורעיניאום וואו עס ווארפט ארויס א היִליִאום נוקליאוס כנ״ל. אויף די לינקע זייט הא׳מיר אן אייסאָטוֺיפּ פון יורעיניאום [דאס איז די U] וואס די אויבערשטע נומער נעבן עס ווייזט איר אטאמישע מאסע והיינו וויפיל פּראטאנס און ניוטראנס עס האט אין טאטאל [238]. און די אונטערשטע נומער נעבן עס ווייזט איר אטאמישע נומער והיינו וויפיל פּראטאנס עס פארמאגט (92, וואס איז די זעלבע ביי יעדע אייסאָטוֺיפּ פון יורעיניאום; אין אנדערע ווערטער די אייסאָטוֺיפּ האט מעיקרא 146 ניוטראנס). דאס ווערט פארוואנדעלט בשעת אן אלפאַ דיקעי צו אן אייסאָטוֺיפּ פונעם עלעמענט טאריאוּם (דאס איז די TH) וואס האט אן אטאמישע מאסע פון 234 און אן אטאמישע נומער פון 90 (וואס דאס איז ביי יעדע אייסאָטוֺיפּ פון טאריאוּם), צוזאמען מיט א היליאום (נוקליאוס) וואס האט אן אטאמישע מאסע פון 4 און אן אטאמישע נומער פון 2 (ווי אויך גאממא ענערגיע). אז מ׳רעכענט צאם די אטאמישע מאסעס פון די רעכטע זייט וועט עס ״בּאלאנסירן״ און אויסקומען צום זעלבן אטאמישע מאסע אויף די לינקע זייט וואו מ׳האט אנגעהויבן. דאס גייט אויך זיין ווען מ׳רעכענט צאם די אטאמישע נומערן פון די רעכטע זייט און מ׳פארגלייכט זיי צום לינקן זייט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1882
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך יאנואר 13, 2021 8:05 pm

אז מ׳דערמאנט כעמיקעל עקוועישאנס און פארמולאס, און דאס אז אטאמען באהעפטן זיך צו שאפן מאלעקיולס דורך קאָוועילענע בּאַנדס, זענען דא אפאר וועגן ווי אזוי מ׳שרייבט ארויס די סטרוקטור (וממילא בערכ׳דיגע שׁעיפּ) פון א מאלעקיול. אָרגעניק כעמיסטרי איז א געביט אין כעמיסטרי וואס שטודירט מאלעקיולס וואס ארבעטן ארום א סטרוקטור פונעם עלעמענט קארבאן, וואס דאס איז די באזיס פון ״לעבעדיגע״ [אָרגעניק] מאלעקיולס וואס אונז קענען מיר. אין דעם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום סקעלעטעל פארמולא/סטרוקטור ווי אזוי ארויסצושרייבן דאס אויסשטעל פון א מאלעקיול.

דאס צו מסביר זיין וועלן מיר נוצן א משל פונעם סקעלעטעל סטרוקטור פונעם קעפיִן מאלעקיול [דאס איז דאך ״קאווע״ שטיבל ;) ], וואס איר אלגעמיינע כעמיקעל פארמולא איז
C₈H₁₀N₄O₂
דהיינו, די מאלעקיול איז צאמגעשטעלט פון 8 קארבאן אטאמען, 10 היידראדזשאן אטאמען, 4 נייטראדזשאן אטאמען, און 2 אקסידזשען אטאמען. דאס איז איר סקעלעטעל סטרוקטור:
9527C2E5-EA13-4320-B98E-15B066C1B085.png


דאס ארבעט אז וויבאלד די עיקר וואס מ׳טוהט דא שטודירן זענען די קארבאן אטאמס שרייבט מען דאס נישט ארויס (רוב מאל); זיי זענען די ווערטיסיִס [עקן/בייגן און ענדס] וואס מען זעהט. ווי אויך די היידראדזשאן אטאמען וואס זענען מחובר צו די קארבאנס [צו ערגענצן איר שׁעל וואס וויל 8] ווערן אויך נישט ארויסגעשריבן. אויב עפעס האט א דאפלטן-בּאַנד אדער טריפּל-בּאַנד [צוויי אטאמען שׁעירן איינע מיט׳ן אנדערן צוויי אדער דריי עלעקטראנס] וועט עס האבן צוויי אדער דריי ליינס צווישן איין אטאם און דעם צווייטן. מ׳דארף געדענקן אז קארבאן האט אן אטאמישע נומער פון 6, והיינו אז עס האט 4 וועילענס עלעקטראנס - 2 אין איר אינעווייניגסטע שׁעל [וואס איז פול] און 4 אין איר דרויסענדיגער שׁעל [וואס וויל נאך 4 אנצוקומען צו ערגענצן איר 4 עלעקטראנס אנצוקומען צו 8]. היידראדזשאן האט אן אטאמישע נומער פון 1, והיינו 1 וועילענס עלעקטראן [עס וויל נאך 1 בנוסף צו איר 1 אנצוקומען צו 2]. אנדערע אטאמען [גערופן ביי דעם העטערעאטאמען] און די היידראדזשענס המחוברים להן ווערן יא ארויסגעשריבן.

יעצט, דא איז א בילד פון די זעלבע סקעלעטעל סטרוקטור פונעם קעפיִן מאלעקיול מיט די אריינגעפילטע קארבאן און היידראדזשאן אטאמען:
1B812844-BEE4-49C8-8E54-20F068A6D783.jpeg


ווי מ׳קען זעהן ביי די עקן און בייגן האט מען נישט געהאט ארויסגעשריבן די קארבאן אטאמען וההיידראדזשאנס המחוברין להן ווייל מ׳האט דאס פארשטאנען מעיקרא. אז מ׳באמערקט די פיר קארבאן אטאמען אינדערמיט האבן שוין 4 באהעפטונגען יעדעס איינס.

עס זענען דא יוצאי מן הכלל צו דעם קאנווענשאן. למשל, צומאל שרייבט מען יא ארויס די היידראדזשאנס וואס זענען מקושר צו די קארבאנס ווען דאס קלארט מער ארויס די סטרוקטור פונעם מאלעקיול. ביי די מאלעקיול למשל שרייבט מען דאס יא ארויס, ווייל מ׳וויל צייגן וואו די היידראדזשאן מאלעקיולס זענען אין 3D.
B7AF1CA5-5669-44C9-B428-23F792CABFFC.jpeg

דאס זענען צוויי אנדערע מאלעקיולס הגם זיי באשטייען פון די זעלבע אטאמען. אין די ערשטע זענען ביידע היידראדזשאן אטאמען ״ארויפציהער״ צו אונז [דאס באדייטן די שטארקע ליינס וואס שטעקן זיך ארויס אינדערמיט] און אין די צווייטע איז די אונטערשטע היידראדזשאן ״העכער״ און די אויבערשטע ״אונטן״ [דאס באדייט די דעשׁט ליין].

***

ובנוגע כעמיסטרי איז דא די וויץ:
EEA27F7C-EECD-42C4-A896-378353EB7A03.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1882
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט