אריסטו׳ס סקווער פון אפּאזיציע (והמסתעף)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מאי 09, 2022 8:04 pm

די סקווער, מיט אירע געדאנקן פון יוּניווערסאל עפירמעישאן און יוּניווערסאל נעגעישאן, גייען אין איינקלאנג מיט אריסטו׳ס לאגישע געזעצן פון דיקטום דע אַמני עט נוּלאָ:

‏1). דיקטום דע אַמני - אויב איז דא עפעס אין א כלל, איז עס אויך דא אין די פרטים בתוך הכלל

‏2). דיקטום דע נוּלאָ - אויב איז עפעס נישט דא אינעם כלל, איז עס אויך נישט דא אין די פרטים בתוך הכלל
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 10891 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3200 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג יוני 21, 2022 10:39 pm

דער קאמיקער דאַן מקמילען נוצט די געדאנק פון בּוּליען לאגיק און לאגיק געיטס פאר הומאר. אויב געבט מען צוויי אינפּוּטס און זיי זענען באהאפטן מיט אַן "און", דאן כדי אז עס זאל ארויסגעבן אן "אמת" וועליוּ פעהלט אויס אז ביידע אינפּוּטס פאר זיך זאלן זיין "אמת"; אנדערש איז די אַוּטפּוּט "פאלש".
1.jpg


אויב זענען זיי באהאפטן ע"י אַן "אדער", דאן איז די אַוּטפּוּט אלס "אמת" סיידן אויב ביידע פון די אינפּוּטס זענען "פאלש" פאר זיך.
2.jpg
2.jpg (37.38 KiB) געזען געווארן 36 מאל


ועפי"ז זאגט ער אז ביי א פרייליכע פארהייראטע לעבן ארבעט דאס אז טאמער איז די מאן "נישט גערעכט" און די פרוי "גערעכט" דאן איז די אַוּטפּוּט "פרוי גערעכט". טאמער איז די מאן "גערעכט" און די פרוי "גערעכט" דאן איז די אַוּטפּוּט ווייטער "פרוי גערעכט". טאמער איז די מאן "גערעכט" און די פרוי "נישט גערעכט" דאן איז די אַוּטפּוּט אבער ווייטער "פרוי גערעכט". טאמער איז די מאן "נישט גערעכט" און די פרוי "נישט גערעכט" דאן איז די אַוּטפּוּט "מאן נישט גערעכט".
3.jpg
3.jpg (31.92 KiB) געזען געווארן 36 מאל


ער נוצט סתם אזוי אסאך טאוולען און מאטעמאטישע/הנדסה מושגים אין זיין קאמעדיע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 10891 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3200 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט