בלאט 1 פון 1

וויאזוי מ'שרייבט אן אקאדעמישער פארש-פאפיר

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 9:59 pm
דורך שהי פהי
אריינגייענדיג אין א קלאס פון היסטאריע, פארלאנגט מען פון מיר אפצושרייבן א פארש-פאפיר פון בערך 7-10 בלעטער איבער סיי וועלכן וויכטיגן קאפיטל/פערזאן אין דער געשיכטע פון דער מערב-ציוויליזאציע. אבער פון "היסטאריע" בין איך אריין אין א מצב פון "היסטעריע", וויבאלד איך האב נאך קיינמאל נישט געשריבן קיין פארש-פאפיר, און איך ווייס נישט וויאזוי מ'שטעלט אהער אזא זאך.
מיין שאלה איז בעיקר וואס ס'זענען די פארלאנגען אין אן אקאדעמישן פארש-פאפיר, וואס שייך די מקורות וואס איך ברענג צו, דער אופן וויאזוי צו פארצייכענען די ביבליאגראפיע, א.א.וו. קען זיין אז איך וואלט געדארפט פרעגן נאך שאלות, נאר מיין ידיעה קומט פשוט נישט אן צו דעם. אלזא, אויב איינער ווייסט וואס ס'איז כדאי אז איך זאל וויסן, ביטע ענטפערט, און איך האף אז דאס וועט מיר העלפן איבערקומען דעם פלאנטער.
א גרויסן יישר כח.