דעצימלס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

דעצימלס

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מאי 18, 2020 6:08 pm

די 250 פּאַרטס פּער מיליאן איז מער בכמות. דאס איז ווייל פּראפּארציאנאל איז דאס מער, ווי נאר בערך דאפלט מער ביי פּאַרטס פּער בּיליאן [די דינאמינעיטאר] וואס דארף צו זיין גרעסער מיט פיר ארדערס פון מעגניטוד [ביי 10; 1000 מאל מער].

ועפי״ז איז אויך די 300 פּאַרטס פּער בּיליאן א שטרענגער סטאנדארד, וויבאלד דאס איז ווייניגער בכמות וכנ״ל וממילא פארלאנגט עס אז עס זאל זיין נאך ווייניגער ווי דעם וכו׳.

***

אינעם שמועס פון די חילוק אין נומערן צווישן איין סקווער און א צווייטע איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דאס ווערט בעצם אנגערופן א קאַנגרוּאָם. פון פערמאט׳ס רייט טרייענגעל טעארעם, באשריבן אביסל דא, קומט אויס אז אויב איז דא א סיריִס/פּעטערן פון (דריי אדער מער) סקווער נומערן וואס די חילוק צווישן זיי איז די זעלבע [אן אריטמעטיק סיִקווענס], קען די חילוק נישט זיין א סקווער נומער אליין.

אגב, יעדע קאַנגרוּאָם איז אויך א קאַנגרוּענט נומער (באשריבן דארט וואו איך האב אויבן צוגעליִנקט). הגם אבער אז אויב האט מען א קאַנגרוּענט נומער איז עס ל״ד א קאַנגרוּאָם, אבער עס איז זיכער א נומער וואס קומט ארויס פון מאָלטיפּלייען א קאַנגרוּאָם ביי די סקווער פון עפעס א רעשׁאָנעל נומער.

***

אן אינטרעסאנטע זאך בנוגע סקווער נומערן איז אז אויב רעכען איך צאם אין רייע א געוויסע צאל אַדד נומערן, וועט עס אלעמאל זיין די זעלבע ווען איך סקווער יענע צאל נומער. למשל, אז איך רעכען צאם די ערשטע אין א רייע 8 אַדד נומערן, 1+3+5+7+9+11+13+15 קומט דאס אויס צו 64. דאס איז די זעלבע ווי 8².
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און איין גאסט