גלויבעל ווארמינג - גלויבעל קאאלינג

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

גלויבעל ווארמינג - גלויבעל קאאלינג

שליחה דורך שלמה המלך »

פאר בערך 50 יאר צירוק זענען געוועהן אסאך וויסענשאפטלער וואס האבן פארפירט אז די וועלט וועט בקרוב ווערן אינגאנצען אפגעפרארען און ס'וועט זיין עק וועלט (אויס וועלט) אבער די לעצטע פאר יאר האט מען איינגעזעהן אז ניין, נישט דאס וועט ענדיגען דעם וועלט נאר פינקט קאפויער - גלויבעל ווארמינג! די וועלט ווערט ווארעמער און ווארעמער ביז איינטאג וועט דאס פארברענט ווערן ח"ו

לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט נאך אן עסק וואס האלט ביים חרוב מאכען אונזער וועלט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די זוהן! זעה אין די שכינות'דיגען אשכול דערוועגען.

ווי אונזער ידען האט געברענגט דארט זאגט פארט שלמה המלך אז די באשעפער האט געזאגט אז יא איך האב טאקע באשפען די וועלט און פיר עס ווי עס דארף צי זיין אבער די זעה עס נישט חרוב צי מאכען!

למעשה איז דא זייער אסאך וואס לאכען פון די אלע וואס זארגן זיך פאר'ן באשעפערס וועלט ווי איינער זאגט, האבן שוין די אלע וויסענשאפטלער אויסגעפיגערט ווי אזוי דער באשעפער האט בכלל באשאפען די וועלט און וויזוי ער פירט עס אז די זאלסט זיין דער מבין וואס גייט עס חרוב מאכען און דאס פרובירן מסדר זיין? נישט נאר אידען נאר להבדיל גוים איז אויך דא אסאך וואס מאכען דאס זייער אוועק!

אונזער הויעך געשעצטער פארמער ווייס פרעזידענט וואס איז געלאפען פארן פרעזידענט אמט בימים ההם און גענומען אויפן טיקעט אונזער אלטען יוסל ליעבערמאן פארן וויצע אמט האט למעשה פארלוירען, און יוסל האט זיך צירוקגעזעצט צי די גמרא אבער דער ערל גאור האט זיך אריינגעלייגט אין אויפטוהן פאר דער וועלט.

ער האט עררייכט א מאדאל פונעם פרעזידענט פאר זיינע אויפטוען אבער למעשה איז ער אראפ פון די מאפע מיט זיין מעדאל אינאיינעם......

היצט בלייבט די שאלה איז טאקע יש דברים בגוי אדער נאר פאר די קומעדיגע פאר יאר אויב חלילה משיח וועט נאכנישט זיין דא און עפעס פריש וועט אויפקומען??

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר