2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

הודעהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:47 am

א שטוינענדע אנטדעקונג איז היינט באקאנט געווארן איבער דער וועלט, אז וויסנשאפטלער האבן באוויזן צו דעשיפרירן דעם כתב פון א שטיקל פון א 2,000-יעריגער פארברענטער תורה, און דער נוסח איז אקוראט, אות ביי אות, ווי דער נוסח המסורה.

דער נוסח המסורה איז באפעסטיגט געווארן ערשט מיט א קנאפע טויזנט יאר צוריק דורך די חכמי המסורה ווי בן אשר. די עלטערע כתבי יד פון דער תורה וואס מ'האט געהאט ביז היינט, הויפטזעכליך די מגילות ים המלח, האבן אסאך שינויים פון דעם נוסח המסורה.

דאס 2,000-יעריגע שטיקל פון א תורה איז געפונען געווארן אין עין גדי מיט א פופציג יאר צוריק, אבער עס איז געווען צו שטארק פארברענט אז מ'זאל עס קענען לייענען. מיט דער פארשריט פון טעכנאלאגיע האט מען יעצט באוויזן אויפצודעקן דעם כתב, און עס שטעלט זיך ארויס צו זיין א גענויען נוסח המסורה פון אנפאנג ספר ויקרא.

דאס מיינט אז דער נוסח המסורה האט שוין עקזיסטירט 2,000 יאר צוריק, און איז נישט געווען אן ערפינדונג פון טויזנט יאר שפעטער.

באריכט אין ניו יארק טיימס: Modern Technology Unlocks Secrets of a Damaged Biblical Scroll http://nyti.ms/2d07TEo
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1534 מאל

Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

הודעהדורך טמיר » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 9:11 am

די טוירם שטוינענד איז פאסיג פאר די ביקורת המקרא חברה. אונז חרידים ווייסן שוין פון לאנג אז די תורה איז די זעלבע פון 3500 יאר צוריק
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 2826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:12 am

דאס האט גארנישט מיט ביקורת המקרא. טייל חרדים ווייסן אז עס פלעגן זיין שינויי נוסחאות אין די פסוקי המקרא. אויב ווייסט מען דאס נישט פון די מגילות ים המלח ווייסט מען דאס פון לערנען גמרא.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1534 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:36 am

העניך: שנויי נוסחאות און די מגילות ים המלח זענען אינגאנצן נישט קיין פארגלייך. ווייל ביי די מגילות ים המלח איז נישט נאר אייצלנע ווערטער אנדערש ווי אין די תורה המסורה לנו. נאר אפילו דער קאנטעקסט איז נישט די זעלבע אין רוב פלעצער ביי די מגילות ים המלח. דאס נעמט נישט אוועק פון דעם וויכטיגקייט פון דעם געפינס. אבער קיין תורה שבכתב איז עס זיכער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7186 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:37 am

די ארטיקל נאטירט אז ס'איז דערווייל א מחלוקה אויב ס'איז פון די ערשטע יאר הונדערט (לויט עקספערטן אויף כתב) אדער פון די דריטע יאר הונדערט (לויט קארבאן דעיטינג). מ'רעדט יעצט פון צוויי קאפיטלעך פון אנפאנג ויקרא. אבער מיט די נייע טעכנעלאגיע, האפן זיי, וועט מען קענען דעשעפירן אנדערע מאניוסקריפטס פון אנדערע פלעצער וועלכע מ'האט אויך ביז יעצט נישט געקענט ליינען.

כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2456
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3706 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:39 am

מען רעדט בסך הכל פון צוויי קאפיטלעך אין ויקרא, דאס ווייזט נאר אז די צוויי פרקים האבן שוין עקסיזטירט אין אונזער גירסא פאר צוויי טויזענט יאר נישט אז די גאנצע תורה צוזאמען איז געווען אין אונזער גירסא.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1700
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:45 am

יואליש האט געשריבן:די ארטיקל נאטירט אז ס'איז דערווייל א מחלוקה אויב ס'איז פון די ערשטע יאר הונדערט (לויט עקספערטן אויף כתב) אדער פון די דריטע יאר הונדערט (לויט קארבאן דעיטינג).

ריכטיג. און אפילו לדעת די וואס האלטן אז עס איז בלויז 1,700 יאר אלט איז עס אויך א גאר שטארקע אנטדעקונג.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1534 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:49 am

ריכטיג, די היינטיגע נוסח המסורה איז אוועקגעשטעלט געווארן אין שנת אלף למספרם, דאס איז נאכאלץ עלטער
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1700
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:54 am

נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס די פארשער ברענגען ארויס איז אז דאס איז נישט א מגילה וואס מ'האט געקענט נוצן ווי א חומש, נאר א חלק פון א פאקטישן ספר תורה פון אן ארון הקודש אין א שול.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1534 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:55 am

קלאר אז ס'איז א אטעם פארכאפענדע אנדעקונג!
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2456
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3706 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:00 am

די עיקר חידוש איז אז דאס איז די ערשטע מאנוסקריפט וואס איז לגמרי דומה צו אונזער מסורה, א זאך וואס מען האט נאכנישט געטראפן ביז היינט
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1700
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2120 מאל

הודעהדורך רוסישער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 4:55 pm

יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.

ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:46 pm

רוסישער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.

ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'


:oops:
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2456
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3706 מאל

Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

הודעהדורך פערינא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:44 am

רוסישער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.

ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'

ווי קען מען זען די שיפרירטע ווערטער? פון פסוק ב פאנגט זיך די מגילה אן ביי "אדם די יקריב" אדער פון די אנפאנג פסוק "דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם"? אויב פעלט פסוק א מיט די ערשטע ווערטער פון פסוק ב זעט עס מער אויס ווי א כוהנים manual ווי א חלק פון חומש.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:25 am

מ'האט עס געטראפן אין די ארון קודש פון א שוהל. נישט קיין מענועל
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 732
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1246 מאל

Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

הודעהדורך פערינא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:25 pm

ווי ס'איז געלעגען בשעת ס'איז פארברענט געווארן האט נישט קיין שייכות מיט די אומשטענדן פון די סופר וואס האט עס געשריבן. ניין?
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

הודעהדורך פערינא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:27 pm

די פילע טעקסט פון די דזשורנאל איז צו געפינען דא

http://advances.sciencemag.org/lens/adv ... eference_5
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

הודעהדורך פערינא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:48 pm

בילד
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:58 pm

סאו פסוק א' איז יא דא נאר להכעיס קען מען נישט זעהן די אלף פון ויקרא.... :twisted:
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 732
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1246 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:41 pm

אינטערעסאנטער ארטיקל איבער דער אויפדעקונג. איין נקודה איז ווערד צו דערמאנען, אז עס איז לכאורה נישט געווען קיין גאנצער ספר תורה, נאר א ספר ויקרא. לויט דעם שרייבער, פראפעסאר מארק ברעטלער, האט מען דעמאלט נאך נישט געהאט די טעכנאלאגיע צו קענען צוזאמעננייען אלע פינף ספרים אין איין תורה.

http://thetorah.com/the-ein-gedi-torah-scroll/
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1534 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron