בלאט 1 פון 1

2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:47 am
דורך העניך
א שטוינענדע אנטדעקונג איז היינט באקאנט געווארן איבער דער וועלט, אז וויסנשאפטלער האבן באוויזן צו דעשיפרירן דעם כתב פון א שטיקל פון א 2,000-יעריגער פארברענטער תורה, און דער נוסח איז אקוראט, אות ביי אות, ווי דער נוסח המסורה.

דער נוסח המסורה איז באפעסטיגט געווארן ערשט מיט א קנאפע טויזנט יאר צוריק דורך די חכמי המסורה ווי בן אשר. די עלטערע כתבי יד פון דער תורה וואס מ'האט געהאט ביז היינט, הויפטזעכליך די מגילות ים המלח, האבן אסאך שינויים פון דעם נוסח המסורה.

דאס 2,000-יעריגע שטיקל פון א תורה איז געפונען געווארן אין עין גדי מיט א פופציג יאר צוריק, אבער עס איז געווען צו שטארק פארברענט אז מ'זאל עס קענען לייענען. מיט דער פארשריט פון טעכנאלאגיע האט מען יעצט באוויזן אויפצודעקן דעם כתב, און עס שטעלט זיך ארויס צו זיין א גענויען נוסח המסורה פון אנפאנג ספר ויקרא.

דאס מיינט אז דער נוסח המסורה האט שוין עקזיסטירט 2,000 יאר צוריק, און איז נישט געווען אן ערפינדונג פון טויזנט יאר שפעטער.

באריכט אין ניו יארק טיימס: Modern Technology Unlocks Secrets of a Damaged Biblical Scroll http://nyti.ms/2d07TEo