אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס

הודעהדורך העניך » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:13 am

מינוטן צוריק האט CNN פובליצירט אן עקסקלוסיוון ארטיקל פון פרעזידענט באראק אבאמא, וואו ער פארשפרעכט אז אמעריקע וועט שיקן א מענטש צו מארס, און אים/איר צוריקברענגען געזונטערהייט ביז די 2030ער יארן. דער ענדגילטיגער ציל וועט זיין צו ערמעגליכן מענטש זיך צו באזעצן אויף מארס פאר א לענגערער צייט.

דאס דערמאנט דעם צוזאג פון פרעזידענט קענעדי אנפאנג פון די 1960ער יארן אז מ'וועט שיקן א מענטש צו דער לבנה ביז דער ענדע פון דעם יאר-צענדליג, וואס האט געפירט צו דער לבנה לאנדונג אין 1969.

אין דעם ארטיקל רעדט אויך אבאמא פון וויסנשאפטליכער פארשריט וואס אמעריקע האט געמאכט אין זיין אדמיניסטראציע, און די האפענונג אויף דער צוקונפט.

Barack Obama: America will take the giant leap to Mars
http://www.cnn.com/2016/10/11/opinions/ ... index.html
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:40 am

וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:43 am

ס'איז אן אלטערנאטיוו צו דעם גלויבאלען אנווארעמונג פראבלעם וואס פלאגט דעם עולם הזה.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1422 מאל

הודעהדורך נאטירליך » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:47 am

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Budget_of_NASA
אמעריקע גיט אויס יעדע יאר ביליאנען פאר נאסא איז דאס סתם א hobby פון א רייכע לאנד? אדער עס ליגט מער אין דעם?
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:51 am

rps20161013_005112.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2058
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:12 am

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?

די לענדער וואס זענען די מערסטע פאראויס אין טעכנאלאגיע און וויסענשאפט זענען געווענטליך אויך פאראויס אין אלע אנדערע הינזיכטן וואס פארבעסערען די לעבן פאר דאס פאלק
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1774
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2236 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:09 am

ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:17 pm

ספעיס מיסיעס בעצם ברענגט א געוואלדיגע נוצן פאר די מענטשהייט, מיין שאלה איז נאר געווען וואס וועלן מיר פארדינען פון שיקן אינדיווידואלע מענטשן אהין, און פארוואס לוינט זיך פאר די רעגירונג צו אינוועסטירן דערין, בפרט בעת דער דעפיציט איז שוידערליך הויך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:23 pm

וואס פארשטייסטו נישט? אז אמעריקע האט א פארטרעטער אין ספעיס, וועט - לשיטת הרעגירונג רעזידענץ - געהויבן ווערן די פרעסטידזש פון איר איבער די וועלט. הפנים אזוי האלטן זיי, און פאר דעם כבוד המדומה זענען זיי גרייט צו גיסן שווערע געלטער אבי מ'זאל אנקוקן די פאראייניגטע שטאטן ווי דער טאטע פון דעם אלגעמיינעם כדור העולם.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:22 pm

לויט רוב וויסנשאפטלער (יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג) וועלן מענטשן עווענטועל וואוינען אויף אנדערע פלאנעטן אלס אן אלטערנאטיווע פאר אונזער וועלטל. גיין אויף מארס איז א "ריזיגער שפרינג פאר דער מענטשהייט", ווי ארמסטראנג האט געזאגט אויף דער לבנה.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:26 pm

כ'מיין אז קודם זאל מען באזעצן בלומינבורג און לעיקוואד, און נאכדעם וועט מען זען אויב עס וועט זיין ווער ס'זאל קויפן א שטיקל ארבטייל אויפן מארס. פארפאלן, דער עולם גלייכט ס'שטאט, מ'וויל בלייבן צוקוועטשט ווי סארדינ'ס אין קאנזערוון שאכטלען און צאלן רענט אינעם באבנ'ס באבן אריין, אפילו מאנסי איז נישט קיין אפציע, קומען זיי מיר פארקויפן מעשה'לעך מיט פלאנעטן? אי"ה ווען די גלאבל ווארעמינג וועט טון דאס וואס באג 2000 האט געדארפט טון (געדענקסט???...) וועלמיר זיך אלע הייבן און פארן צום לבנה...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:59 pm

העניך האט געשריבן:(יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5625
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2535 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 6:06 pm

העניך האט געשריבן:לויט רוב וויסנשאפטלער (יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג) וועלן מענטשן עווענטועל וואוינען אויף אנדערע פלאנעטן אלס אן אלטערנאטיווע פאר אונזער וועלטל. גיין אויף מארס איז א "ריזיגער שפרינג פאר דער מענטשהייט", ווי ארמסטראנג האט געזאגט אויף דער לבנה.

viewtopic.php?f=10&t=5938#p185817
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1774
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2236 מאל

הודעהדורך יין שרף » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:04 pm

געוואלדיג האט געשריבן:ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.

תפארת שלמה פרשת האזינו, אינדאסירט די ספעיס מיסיעס לצורך רפואה.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20161015_200203-800x737.jpg
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2003
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2523 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:14 pm

העי יין שרף, וועלקאם בעק. פליז בלייבן דא מיט אונז!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 2:21 pm

מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט