סיפורי צדיקים

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

סיפורי צדיקים

הודעהדורך חכם המדות » דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:56 pm

זייענדיג א מאטעמאטיקער שטויס איך זיך אפט אן אין געשיכטעלעך און אנעקדאטן איבער אמאליגע מאטעמאטיקער, פיזיקער, און וויסנשאפטלער. אן אינטערעסאנטע זאך וואס כ'האב באמערקט איז אז די מעשיות טראגן א שטארקע ענדליכקייט צו מעשיות וואס מ'וואלט פארציילט אויף גדולי ישראל, בפרט די פונעם ליטווישן חדר.... כ'האב געוואלט מפרסם זיין א ליקוט פון אזעלכע סארט געשיכטעס, און ווער עס קען זאל צולייגן כיד ה' הטובה עליו (מיט א מקור אויב מעגליך).

----
די פאלגנדע געשיכטע פארציילט מען וועגן פאול סעמיולסאן'ס דיסערטעישאן דיפענס. (ווען מען ענדיגט א PHD דארף מען זיך שטעלן פאר א קאמיטע פון פראפעסארן זיי צו קאנווינסען אז דער PHD קאנדידאט איז אויפגעקומען מיט א חידוש הראוי לכדי PHD). סעמיולסאן איז געווען איינער פון די קלוגסטע סטודענטן וואס האט נאר אמאל געמאכט א PHD אין הארווארד, און זיין דיסערטעישאן איז געווען א מעכטיגער אויסטרעף אין מאטעמאטישע עקענאמיקס וועלכע האט דראמאטיש גערוקט דעם פעלד פאראויס. ער האט שפעטער געווינען א נאבעל פרייז אין עקענאמיקס פאר זיין ארבעט וועלכע ער האט אנגעהויבן אין זיין PHD דיסערטעישאן.

נאך וואס ער האט געענדיגט זיין דיפענס האט ער פארלאזט דעם צימער ווי עס איז די שטייגער כדי צו געבן די געלגענהייט פאר די קאמיטע צו דיסקוסירן פריוואט די שטארקייטן אינעם שוואכקייטן פונעם סטודענט'ס ריסוירטש. סעמיולסאן'ס הויפט עדווייזאר האט זיך אויסגעדרייט צו זיינע קאלעגעס און געפרעגט "well, did we pass?"

מקור
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:04 pm

זיסער געדאנק.

בנוגע די מעשה, האב איך עס אמאל געזען א טראפ אנדערש, אז איינער פון די בוחנים האט געפרעגט Did we pass? פון סעמיולסאן זעלבסט...

עס זענען טאקע דא נאך אזעלכע געשיכטעס, אדרבה, ברענג נאך. כ'האב אמאל געהערט וועגן א מאטעמאטיקער אזא וואס פלעגט פארגעסן אז ער דארף עסן אדער שלאפן...
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10026 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:40 pm

נאך א מעשה'לע וואס איך האב געהערט פארציילן אויף דעם גרויסן מאטעמאטיקער און סייענטיסט אלבערט איינשטיין. אז ווען ער איז אמאל ארויפגעגאנגען אויף א באס אין די שטאט בערלין. און דער באסדרייווער האט איהם געגעבן טשענדזש. האט ער זיך אזוי געשפיעלט מיט די טשענדז. און עס געווארפן פון איין האנט צו די צווייטע. זייענדיג שטארק פארמוח'ט אין זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט. ביז דער באסדרייווער האטציך אנגערופן..."ס'זעהט אויס אז דער מענטש קען נישט רעכענען"... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13621
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8737 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יאנואר 04, 2017 1:39 am

א קאצקע ווארט פון דעם רבי ר' אלבערט ז"ל:

There are two things that are infinite, the universe and man's stupidity..... And I am not sure about the universe.” – Albert Einstein

ובהסברו של אחד הרבנים
I find it's a clever way of saying people are crazy. Rabbi Stephen Baars
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך חכם המדות » מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:27 pm

ראובן האט געשריבן:עס זענען טאקע דא נאך אזעלכע געשיכטעס, אדרבה, ברענג נאך. כ'האב אמאל געהערט וועגן א מאטעמאטיקער אזא וואס פלעגט פארגעסן אז ער דארף עסן אדער שלאפן...

יא, א באקאנטע געשיכטע מיט נארבערט ווינער. ער איז געווען א פראפעסאר אין MIT און כאטש ער איז געווען א גאון עצום איז ער געווען גאר עבסענט-מיינדעד.

די געשיכטע גייט אז זיין משפחה האט זיך אריבערגעצויגן צו א נייע אדרעס און זיין ווייב וויסנדיג אז ער וועט נישט געדענקן דעם אדרעס האט אויפגעשריבן די אדרעס אויף א שטיקל פאפיר און אים עס געגעבן אינדערפרי אזוי אז ער זאל געדענקן וואו ער וואוינט. מה עשה הקב"ה? אינמיטן טאג האט אים איינער געפרעגט א הארבע פראגע און מתוך התלהבות האט ער ארויסגעצויגן דעם שטיקל פאפיר פון טאש און אנגעהויבן פירקלן דערויף מאטעמאטישע חשבונות. אינמיטן האט ער זיך געכאפט אז ער האט געמאכט א טעות, האט ער צוקנייטשט דעם פאפיר און דאס אוועקגעווארפן.
סוף טאג ווען עס איז געקומען צייט אהיימצוגיין האט ער זיך געכאפט אז ער האט נישט דעם אדרעס פון זיין נייעם הויז. איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן: ער וועט אהיימגיין צו זיין אלטן הויז און זיין ווייב, ווען זי וועט זען אז ער קומט נישט אהיים וועט זי אים גיין זוכן דארט. אנקומענדיג צו זיין אלטן הויז האט ער געטראפן דארט א קליין מיידל שטיין ביים טיר, האט ער איר געפרעגט "זאג נאר מיידעלע, דו ווייסט אפשר וואו עס וואוינט די משפחה וואס פלעגט דא וואוינען?"
די קליין מיידעלע האט אים געענטפערט "עס איז בסדר, טאטי. מאמי האט מיך געשיקט איך זאל דיך אויפפיקן"...


מקור
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:34 pm

אויפ'ן טשימפ'ער רב (איך ווייס נישט ווער ער איז געווען.) פארציילט מען א סאך אזאלכע מעשיות...! אבער א סאך פון די מעשיות לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אפילו פאר אן עבסענט מיינדעד דזשיניוס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13621
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8737 מאל

הודעהדורך חכם המדות » מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:38 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:אויפ'ן טשימפ'ער רב (איך ווייס נישט ווער ער איז געווען.) פארציילט מען א סאך אזאלכע מעשיות...! אבער א סאך פון די מעשיות לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אפילו פאר אן עבסענט מיינדעד דזשיניוס...!

ריכטיג, דעריבער ברענג איך עס. עס זענען דא אן א שיעור אזעלכע מעשיות אויף מאטעמאטיקער ממש ווי זיי וואלטן געווען עפעס גדולים... :lol:

אגב, אויף די מעשה מיט ווינער, הייסט עס אז מ'האט געפרעגט זיין טאכטער אויב עס איז אמת און זי האט געזאגט אז די חלק אז ער האט פארגעסן זיין נייעם אדרעס איז אמת, אבערדי חלק אז ער האט איר נישט דערקענט איז נישט אמת.
באניצער אוואטאר
חכם המדות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2016 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 1:28 am

דער באוויסטער פיסיסיסט-מאטאמטישן-סייענטיסט וואן-ניומאן פלעג קענען אנשלאפן מיט א קאמפלאצירטע קשיא און זיך אויפוועקען אידערפרי מיט אן ענטפער. ממש ווי די צדיקים להבדיל וואס די בעלי תוס' אדער אריה"ק האט זיך מגלה געווען בחזיונם...

אויך איז ער געווען א באוויסטע געפערליכע דרייווער. ער האט רואיגערהייט געדרייווט א קאר בשעת ליינען א בוך, דער פראבלעם איז אבער געווען אז די מענטשען אויף די סיידוואק האבן נישט רואיגערהייט איבערגעלעבט.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2468
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3227 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 4:11 am

איך האב געהאט א רבי׳ן, וועמענ׳ס נאמען איך וויל נישט ארויסגעבען אבער נישט קיין באקאנטען, וואס איז געווען פון די צדיקים פון דער סארט.

פאר׳ן אריינגייען אין ביה"כ פלעגט ער זיך ארומדרייען עטליכע מינוט ארויסצוציען זיין קאפ פון דברי תורה.

מ׳פלעגט איהם זע׳ען לאכען צו זיך הויך אינמיט׳ן לערנען, און איך האב איהם געזע׳ען ווי ער קוקט אין א סידור ביי די מוסף פון ראש השנה א וואך פאר ר"ה, א פשוט׳ן סידור אן קיין מפרשים, און ער לאכט צו זיך. זעט זיך אויס ער האט עפעס געכאפט דארט.
אלס יונגער בחור האט מען איהם געפרעגט שאלות אין גאנץ ש"ס און ער פלעגט ענטפערען. איין טאג האט ער מחליט געווען ׳עד כאן׳ און ער האט אויפגעהערט ענטפערען. נאר זיין קינדער האט ער צומאל געלאזט פארהערען, ווייל זיין ווייב האט עס פארלאנגט. זיי פלעגען נעמען גמרות און ווייזען אן עק פון א דף און ער האט געזאגט וועלכע דף וכדו׳.

איך פערזענליך בין מער נתפעל געווארען פון זיין לויטערע מדות, וואס על אף זיין שווערע נאטורליכע באציאונגען מיט אנדערע צוליעב זיין אויסגעצייכענטקייט, האט ער פון זיך גארנישט געמאכט און פראבירט יענעם מכבד צו זיין און מיטצופיהלען.
אבער דאס באלאנגט שוין נישט אין די אשכול

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8600 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 1:14 pm

איינשטיין אמאל ,אויף די וועג צו א וויכטיגע קאנפרענץ זאגט מען, רופט אן זיין פרוי, דיסאריענטירט און פרעגט איר: וואו בין איך און וואו דארף איך זיין?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2812 מאל

סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 1:50 pm

ס׳איז דא די באקאנטע (אבער נישט זיכער אמת׳ע) מעשה מיט ארכימידוס ווען ער איז אויפגעקומען מיט זיין ארכימידוס פרינציפ. די פרינציפ לויטעט אז ווען מ׳לייגט אריין א זאך אין וואסער וועט די וואסער ארויפשטיפן [די בויאנט פארס] כפי די וואג פון וויפיל וואסער די זאך האט אוועקגעשטופט פון פלאץ. איז א זאך וואס האט מער מקום/וואליום אבער וועגט נישט אזוי סאך ווי וואסער לעומת זה הוואליום ווייל עס איז נישט אזוי דענס [איר מאסע איז נישט אזוי קאנצענטרירט, צו ווייל אירע אטאמען זענען מער צושפרייט וכו׳], וועט די וואג פון די וואסער אין פונקט די וואליום וואס איז אוועקגעשטופט געווארן מחמת די זאך זיין מער, וממילא וועט די בויאנט פארס זיין מער און די זאך וועט נישט זינקן און שוועבן על פני המים.

די מעשה לויטעט אז דער קעניג פון סירעקיוס (וואו ארכימידוס האט געוואוינט) האט אריינגעגעבן א שטיק גאלד צו א שמיד זאל אים מאכן א קרוין. דער קעניג האט דערנאך חושד געווען דער שמיד אין אויפטוישן אביסל פון די גאלד און אריינלייגן אין דעם אנשטאטס אן אנדערע ביליגערע מעטאל, און הגם עס האט געוואויגן די זעלבע מעיקרא האט ער דאך מורא געהאט אז אפשר האט ער צוגעלייגט אזויפיל פון די אנדערע מעטאלן כדי אז עס זאל אזוי וועגן. האט ער געפרעגט דעם חכם ארכימידוס צו ער קען מברר זיין צו אין דעם קרוין איז דא די גאנצע גאלד וואס ער האט געהאט געגעבן (אן עס דארפן צושמעלצן כמובן). אין אנדערע ווערטער, וויבאלד גאלד איז גאר דענס (לעומת אנדערע מעטאלן, מחמת דעם אז אירע אטאמן אליין פארמאגן מער פרויטאנס און ניוטראנס) וועגט דאס מער ווי אן אנדערע מעטאל מיט די זעלבע וואליום/גרויס. איז אויב האט דער שמיד אויפגעטוישט צו א ביליגערע מעטאל איז כדי אנצוקומען צום זעלבן וואג פון די גאלד וואס איז אים געגעבן געווארן מעיקרא האט ער געמוזט פארמערן מער מעטאל, וממילא וועט עס זיין א גרעסערע וואליום ווי מעיקרא וכנ״ל. און דאס האט דער קעניג געוואלט וויסן: ווי אזוי קען מען מברר זיין די פונקטליכע וואליום פונ׳ם קרוין לעומת א פשוט׳ע גראדע שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג.

ווען ארכימידוס איז אריין אין באד איז אים בייגעפאלן דעם פרינציפ, וואס א (פשוט׳ע) חלק מזה איז אז מער וואליום וועט אוועקשטופן מער וואסער. וממילא זאל מען אריינלייגן אין וואסער סיי אזא שטיק גאלד וואס דער קעניג האט געגעבן און סיי די קרוין. דאדורך וועט מען אויב איז די קרוין מער אין וואליום ווי סתם א שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג. ער איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער איז ארויסגעלאפן נאקעט אויף די גאס און אויסגערופן ״יוריקא [איך האב עס]״.

די מעשה ענדיגט זיך אז דער שמיד האט למעשה יא געהאט אויפגעטוישט פון די גאלד.

***

יעקב טראכטענבערג [א אידישע מאטעמאטיקער], כדי צו באשעפטיגן און אונטערהאלטן זיין מח בשעת׳ן זיין א העפטלינג ביי די נאציס אין קאנצענטראציע לאגער, איז אויפגעקומען מיט דעם טראכטענבערג סיסטעם פון רעכענען אריטמעטיק אין קאפ.

***

די אינדיאנע פרוי שאקונטאלא דעווי איז געווען באקאנט אלס ״די מענטשליכע קאמפיוטער״. דער פסיכאלאג ארטור דזשענסען האט איר בוחן געווען אויף די קיוב רוט פון 61,629,875 [וועלכע נומער מאל די זעלבע נומער מאל די זעלבע נומער קומט אן צו די נומער וואס איך האב געפרעגט; איין מאל מער ווי א סקווער רוט, עיין כאן] און די זיבעטע רוט [כנ״ל נאר זיבן מאל] פון 170,859,375. זי האט געגעבן די ענטפערס [395 פאר׳ן ערשטן און 15 פאר׳ן צווייטן] פאר דזשענסען האט געקענט אראפשרייבן די שאלות אין זיין בוך.

זי האט אויך געגעבן די 23 רוט [כנ״ל נאר 23 מאל די נומער] פון א נומער מיט 201 דידזשיטס. זי האט געגעבן דעם תירוץ אין 50 סעקונדעס. מ׳האט געדארפט מאכן א ספעציעלע פראגרעם צו מברר זיין איר ענטפער.

ווען מ׳האט איר געפרעגט 7,686,369,774,870 × 2,465,099,745,779, האט זי געגעבן די ענטפער, 18,947,668,177,995,426,462,773,730, אין 28 סעקונדעס.

***

דער בריטישער מאטעמאטיקער דזשעאפרי העראלד הארדי איז געגאנגען באזוכן דעם אינדיאנער מאטעמאטישן עילוי סריניוואסא ראמאנוזשאן אין שפיטאל. ווען ער איז אנגעקומען האט ער אים פארציילט אז די נומער אויפ׳ן טעקסי איז געווען א ״בארינג״ נומער 1729 און האפענטליך נישט אי׳מזל׳דיג. האט אים ראמאנוזשאן געענטפערט אז עס איז גאר אן אינטרעסאנטער נומער. עס איז די קלענסטע נומער וואס איז די סומע פון צוויי קיובס אין צוויי אנדערע וועגן. דהיינו, 3^1 + 3^1 אדער 3^10 + 3^9. די נומער ווערט אנגערופן די [טעקסיקעב] הארדי-ראמאנוזשאן נומער.

דער יאפאנעזער מאטעמאטיקער מאסאהיקא פודזשיווארא האט געוואוזן אז די נומער איז איינס פון פיר פאזיטיווע אינטעדזשערס וואס די סומע פון אירע דידזשיטס ווען מ׳מאלטיפלייט עס ביי די פארקערטע, קומט צוריק צום אריגינעלעם נומער.

כזה: 19 = 9 + 2 + 7 + 1
1729 = 91 * 19

(די אנדערע דריי זענען 1458, 81, 1)

*

ובענין זה, פון אינטרעסאנטע נומערן פון אינדיאנע מאטעמאטיקערס, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען די נומער 6174 וואס ווערט אנגערופן די קאפרעקאר קאנסטענט על שם דער אינדיאנער מאטעמאטיקער דאטאטרעיא ראמטשאנדרא קאפרעקאר.

אויב מען וועט נעמען פיר דידזשיטס (וואס אמווייניגסטנס צוויי פון זיי זענען אנדערש; זעראס זענען אויך אין כלל און קענען זיין די נומער(ס) פארן נומער, למשל כזה 0019) און מען סעט דאס אויף פון דעם גרעסטן נומער וואס די דידזשיטס קענען מאכן און די קלענסטע, און דערנאך נעמט מען די חילוק פון די צוויי [subtraction] און דערנאך טוהט מען דאס נאכאמאל [מען סעט אויף די דידזשיטס פון די נומער וואס מען באקומט פון גרעסטע און קלענסטע, און דערנאך נעמט מען די חילוק צווישן די צוויי כנ"ל], גייט מען אנקומען צו 6174 אין מערסטנס זיבן מאל וואס מען טוהט די פראצעדור.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג דעצעמבער 01, 2019 3:58 pm

דער מאטעמאטיקער יעקב בערנאלי האט געוואלט מ׳זאל אויסקרוצען אויף זיין מציבה א לאגעריטמיק ספיירעל, וואס יעדע מאל עס דרייט זיך פארמערט זיך די ווייטקייט פון איין רינג צום דערנעבנדן אזויפיל מאל פון א געוואוסע צאל. דער פאכמאן האט אבער געמאכט א טעות און אויסגעקרוצט אן ארכימידיען ספיירעל, וואס מיט יעדע דריי פארמערט זיך די ווייטקייט פון איין רינג צום דערנעבנד די זעלבע.

*

ענליך צו דעם האט דער דייטשע מאטעמאטיקער קארל פרידריך גאוסס אויפגעוואוזען אז מ׳קען צאמשטעלן א העפטאדעקעגאן [א 17 זייטיגע שעיפ] מיט נאר א רולער און א קאמפעס. ער האט געוואלט אז דאס זאל מען אויסקרוצן אויף זיין מציבה לאחר מיתתו, אבער דער פאכמאן האט נישט געוואלט זאגענדיג אז עס וועט אויסזעהן ווי א געהעריגע עיגול.

(אסאך אנדערע וויסענשאפטלער האבן געלאזט אויסקרוצען אויף זייערע מציבות געוויסע פון זייערע וויסענשאפטליכע דערגרייכונגען.)

*

מ׳פארציילט אויך אויף אים אז ווען ער׳ז געווען א קינד אין חדר האט דער לערער זיך געוואלט אפרוהן און געזאגט פאר׳ן קלאס זאל צאמרעכענען צוזאמען אלע נומערן פון 1 ביז 100 צו וויפיל דאס קומט אויס, האפענענדיג אזוי זיך צו קענען אפרוהן ביז זיי קומען אן צום צאל.

גאוסס האט באמערקט אז יעדע פאר כעין א״ת ב״ש קומט אויס צו 101. דהיינו, 1+100=101, 99+2=101 וכו׳ וכו׳. קומט אויס אז ער וועט האבן דא פון דעם 50 מאל 101, וואס קומט אויס צו 5050. (דאס איז די לאגיק אונטער אזא סארט אריטמעטיק סעריס.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:44 am

דער מאטעמאטישן עילוי דר. טערענס טאוי, וואס ווערט פארעכענט לויט מאנכע אלס דער גרעסטער מאטעמאטיקער וואס לעבט, האט מיטגעהאלטן אוניווערסיטעט-לעוועל מאטעמאטיקס אלס 9-יעריג קינד.

IMG_6160.jpg

שמועסענדיג אין מאטעמאטיקס מיט׳ן בארימטן מאטעמאטיקער דר. פאול ערדאש, זייענדיג 10 יאר אלט.

אגב, דער פאול ערדאש אליין האט נאר געלעבט פאר מאטעמאטיק. ער האט כמעט נישט פארמאגט קיין חפצים און פלעגט וואנדערן צוזאמצוארבעטן פון איין מאטעמאטישן חכם צו א צווייטן (צו וועמען ער פלעגט קומען און זאגן ״מיין מח איז אפען״. אזא כעין בחינה להבדיל, הריני כבן עזאי, אויף צוזאמצוארבייטן...), און לעבן ״ארויס פון רענצל״. ער פלעגט זאגן אז איינער וואס האט אויפגעהערט טוהן מאטעמאטיק איז ״געשטארבן״, בשעת איינער וואס איז טאקע געשטארבן איז ״אוועק״. (צווישן אסאך אנדערע אינטרעסאנטע קוריאזע מימרות.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך והאיש משה » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:23 pm

א סיפור וואס האט געטראפן ביי מיין רבי'ן פאר איטליכער 35 יאר צוריק.

די רבי איז א פראפעסאר און כעמיע (Chemistry) בשעתו איז ער צוגעפארן צום University וואס געפינט זיך א קנאפע 2.5 מייל פון זיין היים כדי צו גיבן א לעקציע, מיטן קאר.
ווען די רבי געבט שיעור ליגט ער ראשו ורובו אריינגעטוהן אינעם סוגיא אזוי ווייט אז דענסטמאל פארנ'דיג און טראכטענדיג אין לערנען, האט ער גארנישט באמערקט ווי א בוים איז אים אנטקעגען געקומען... און טראךךךךך...... ער איז אריינגעפארן בכל כחו ואונו אינעם בוים, אין די קאר האט זיך צושפליטערט אויף שטיקלעך ס'איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט, אבער דער רבי איז ארויס מיט ניסי נסים גאנצע ביינער און חוץ א שניט אויפ'ן שטערן און אביסל בלוט פון די נאז איז ער ארויס גאנצערהייט, ס'איז נאך געווען א האלבע מייל צו וואקען ביזן University איז די רבי ארויס פונעם קאר און צושפאצירט כדי צו גיבן דעם שיעור.

נאכ'ן שיעור קומט די רבי ארויס פון שיעור צימער און וואקט ארויס פונעם בנין און גייט צום פארקינג לאט און זוכט ארום זיין קאר, און קען עס בשום פנים ואופן נישט טרעפן... ער האט אינגאנצען פארגעסן אז ער האט איר איבערגעלאז קוים א שעה צוריק צושמעטערט ביי א בוים...
איינער פון די קאלעגן קומען צו, און פרעגן העפליך אפשר קען איך דיר העלפן? וואס זוכסטו? ענטפערט ער איך טרעף נישט מיין קאר, פרעגט אים יענער: וואס איז די בלוט אויפ'ן שטערן? צושמייכלט ער זיך אה איך דערמאן מיר שוין ווי די קאר ליגט, און ער האט יעמאלט אהיים געוואקט די 2.5 מייל צופיס...

די מעשה געהערט פון רבי'ן פערזענליך, אבער פונקט פאריגע וואך האביך געהאט א שמועס מיט'ן רבינ'ס זוהן האט ער מיר איבערגעחזר'ט די מעשה.

אגב נישט דאס איז די (עיקר) סיבה פארוואס איך בין א חסיד פון איהם (דהיינו איך שפיר זיך בטל און זיין געגנווארט) די עיקר גיי איך איך ארויס פון די כלים פון זיין עבודת המידות ריינקייט אין קנאה תאוה וכבוד, און ווער רעדט נאך פון זיין דביקות ה', הלואי זאל מען זיך אפלערנען אפס קצהו, אבער אז די עולם האט געשריבן אזעלכע סארט מעשיות האבעך אראפגעברענגט די מעשה, ווייל צו אלע זיינע מדריגות איז ער אויך א ערנסטע עילוי.
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:14 pm

מי אני האט געשריבן:די אינדיאנע פרוי שאקונטאלא דעווי איז געווען באקאנט אלס ״די מענטשליכע קאמפיוטער״. דער פסיכאלאג ארטור דזשענסען האט איר בוחן געווען אויף די קיוב רוט פון 61,629,875 [וועלכע נומער מאל די זעלבע נומער מאל די זעלבע נומער קומט אן צו די נומער וואס איך האב געפרעגט; איין מאל מער ווי א סקווער רוט, עיין כאן] און די זיבעטע רוט [כנ״ל נאר זיבן מאל] פון 170,859,375. זי האט געגעבן די ענטפערס [395 פאר׳ן ערשטן און 15 פאר׳ן צווייטן] פאר דזשענסען האט געקענט אראפשרייבן די שאלות אין זיין בוך.

זי האט אויך געגעבן די 23 רוט [כנ״ל נאר 23 מאל די נומער] פון א נומער מיט 201 דידזשיטס. זי האט געגעבן דעם תירוץ אין 50 סעקונדעס. מ׳האט געדארפט מאכן א ספעציעלע פראגרעם צו מברר זיין איר ענטפער.

ווען מ׳האט איר געפרעגט 7,686,369,774,870 × 2,465,099,745,779, האט זי געגעבן די ענטפער, 18,947,668,177,995,426,462,773,730, אין 28 סעקונדעס.

viewtopic.php?f=4&t=5128
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 12:15 am

מי אני האט געשריבן:דער מאטעמאטישן עילוי דר. טערענס טאוי, וואס ווערט פארעכענט לויט מאנכע אלס דער גרעסטער מאטעמאטיקער וואס לעבט, האט מיטגעהאלטן אוניווערסיטעט-לעוועל מאטעמאטיקס אלס 9-יעריג קינד.

ער האט זיך געהאט אליין אויסגעלערענט ווי אזוי צו ליינען, זייענדיג צוויי יאר אלט, דורכ׳ן וואטשן סעסאמי סטריט. (מקור)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יאנואר 06, 2020 10:46 pm

דער בריטישער ביאלאגיסט דזשאן העלדעין ווען ער האט זיך צוקלאפט/צובלוטיגט זיין קאפ זייענדיג פיר יאר אלט האט ער געפרעגט דעם דאקטאר, ״איז דאס אקסיהימאגלאבין [די מאלעקיול אין די בלוט הימאגלאבין ווען עס פארט זיך מיט אקסידזשען און טראנספארירט דאס צו די צעלן אינ׳ם גוף] אדער קארבאאקסיהימאגלאבין [ווען די הימאגלאבין פארט זיך אנשטאט מיט קארבאן מאנאקסייד וואס איז גרינגער זיך צו פארן מיט די מאלעקיול, וממילא נישט מיט אקסידזשען, וואס דאס איז די געוואלדיגע סכנה דערפון ווייל די הימאגלאבין אין די בלוט ברענגען דעמאלטס נישט קיין אקסידזשען צו די צעלן]
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יאנואר 19, 2020 1:06 am

אין די יאר וואס גאלילעיאו גאלילעי איז געשטארבן (אנהויב 1642 למספרם) איז אייזעק ניוטאן געבוירן (סוף יאר למספרם).

(מ׳קען אפשר, להבדיל, זאגן א שטיקל רמז בזה בענין (קהלת א ה) וזרח השמש ובא השמש (עיין בקידושין עב:), ווייל די צוויי האבן עוסק געווען אין די סייענס פון מהלך גלגלי הרקיע.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך ישעיה » מאנטאג יאנואר 20, 2020 10:51 am

מי אני האט געשריבן:אין די יאר וואס גאלילעיאו גאלילעי איז געשטארבן (אנהויב 1642 למספרם) איז אייזעק ניוטאן געבוירן (סוף יאר למספרם).

(מ׳קען אפשר, להבדיל, זאגן א שטיקל רמז בזה בענין (קהלת א ה) וזרח השמש ובא השמש (עיין בקידושין עב:), ווייל די צוויי האבן עוסק געווען אין די סייענס פון מהלך גלגלי הרקיע.)

וכן העיר הרב @פארוואס? כאן
ישעיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 9:26 am

נאסא׳ס $125,000,000 מארס קלימאט ארביטער איז פארלוירן געגאנגען אין 1999 ווען עס איז אנגעקומען און געגאנגען צו נאנט צו מארס. דאס איז צושטאנד געקומען וויבאלד איינע פון די קאמפיוטער סיסטעמען אויף די ערד פון לאקהיד מארטין (וואס האט דאס געבויט), וואס האט אויסגערעכענט די טראדזשעקטארי, וועג, כח, וכו׳ פונ׳ם מאשין, האט דאס אויסגערעכענט אין (אמעריקאנע) ענגלישע יוניטס, דהיינו (פרעשור אין) פונטן וכו׳. משא״כ נאסא׳ס קאמפיוטער וואס האט באקומען די נומערן/דאטא פון זיי אויף אויסצופירן די קארעקשנס וכו׳ האט זיך פארגעשטעלט/איז געווען אויסגעשטעלט/פראגראמירט אז דאס איז שוין אין די סטאנדארד סייענטיפישע מעטריק יוניטס [ניוטאנס]. מ׳האט געהאט געמאכט קארעקשאנס צו די טראדזשעקטארי 7 מאל, וואס יעדעס מאל איז די חילוק אין די טראדזשעקטארי גרעסער געווארן וויבאלד די חילוק צווישן די צוויי יוניטס איז מיט א פאקטאר פון 4.45 מאל אזוי סאך.

(עס זענען געווען וויניגסטנס צוויי ענדזשינעירס דארט וואס האבן יא עפעס באמערקט דעם דיסקרעפענסי פון פאראויס, אבער מען האט זיי נישט אויסגעהערט ווייל ״זיי זענען נישט נאכגעגאנגען די ריכטיגע פראטאקאלן ביים פיילן די פעיפערווארק״.)

זעה׳מיר דעם ענין אז חכמים דארפן ״משוה זיין מדותיהם״...

***

ווען דער אידישער-אונגארישער מאטעמאטישער עילוי דזשאן וואן ניומאן איז געווען זעקס יאר אלט האט ער געקענט דיוויידען צוויי אכט-דידזשיט נומערן און געקענט רעדן (אלט) גריכיש. ווען ער האט אמאל געטראפן זיין מאמע קלאצן האט ער איר געפרעגט, ״וואס טוהסטו יעצט אויסרעכענען?״ ווען ער איז געווען אכט יאר אלט האט ער שוין געקענט קאלקולוס.

אין יענע תקופה, ביים צווייטן וועלט מלחמה, זענען געווען אסאך מאטעמאטישע, פיזישע וכו׳ גאונים וואס האבן אימיגרירט פון אונגארן צו אמעריקע (ובתוכם דער דזשאן וואן ניומאן). ווען מ׳האט געפרעגט דעם אידישן-אונגארישן פיזיקער לעא סזילארד פארוואס מען זעהט נישט קיין אינטעליגענטע ברואים פון אנדערע פלאנעטן, האט ער גע׳ענטפערט, ״זיי זענען שוין דא צווישן אונז - מ׳רופט זיי נאר אונגארישע״. מ׳האט זיי דעריבער גערופן ״די מארשינס״ [בני מאדים]. דאס איז געגאנגען אין איינקלאנג מיט דעם אז זיי האבן גערעדט א שפראך וואס מ׳פארשטייט נישט, גערעדט ענגליש מיט א שטארקע אקסענט, און געקומען פון בערך די זעלבע ראיאן אין אונגארן.

(גראדע זענען דא אויף די לבנה און מארס קרעיטערס וואס מ׳האט א נאמען געגעבן נאך א חלק פון זיי.)

*

מענין לענין באותו ענין, ווען די נאציס האבן ארויסגעווארפן פון די אוניווירזיטעט פון גאטטינגען די אידישע מאטעמאטיקער, האט בערנהארד רוסט, די נאצישע מיניסטער פון ערציאונג/עדוקעישן, געפרעגט די באקאנטע דייטשע מאטעמאטיקער דוד הילבערט, ״צו די מאטעמאטישע אינסטיטוט האט טאקע אזוי געליטען דורך דעם וואס די אידן זענען שוין נישט דארט?״ האט הילבערט גע׳ענטפערט, ״געליטען?! עס עקזיסטירט שוין נישט!״

(אגב, ערווין פלאנק, די זון פונ׳ם ״פאטער פון קוואנטום מעכאניקס״ מאקס פלאנק, איז געווען א קאלאבארירער אין שטאופענבערג׳ס 20 יולי אטענטאט פרואוו אויף היטלער, און די נאציס האבן אים גע׳הרג׳עט דערפאר.)

***

פונ׳ם פראנצויזישע מאטעמאטישע בורבאקי גרופע [״ניקאלאס בורבאקי״] קען מען אפשר זעהן די שטארקייט פון אחדות און ״כאיש אחד״ ביי חכמה.

***

בערטראנד ראססעל האט פארציילט אז אין אנהויב האט ער געהאלטן אז דער פילאזאף לודוויג וויטגענשטיין איז אינטרעסאנט און האט נישט געקענט אפמאכן אויף אים צו ער איז א גאון צו פשוט אן עקסענטריק. איינמאל האט אים וויטגענשטיין געפרעגט אויף זיך אליין צו ער האלט אז ער איז אן אידיאט אדער נישט. אויב ער איז אן אידיאט וועט ער ווערן א עיראנאט/פילאט און אויב נישט גייט ער גיין ווייטער אין פילאזאפיע. האט אים ראססעל געזאגט ער זאל אים שרייבן עפעס אין פילאזאפיע. נאכ׳ן ליינען דעם ערשטן זאץ האט אים ראססעל געזאגט, ״ווער נישט קיין עיראנאט״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » פרייטאג פעברואר 14, 2020 12:07 am

מי אני האט געשריבן:ס׳איז דא די באקאנטע (אבער נישט זיכער אמת׳ע) מעשה מיט ארכימידוס ווען ער איז אויפגעקומען מיט זיין ארכימידוס פרינציפ. די פרינציפ לויטעט אז ווען מ׳לייגט אריין א זאך אין וואסער וועט די וואסער ארויפשטיפן [די בויאנט פארס] כפי די וואג פון וויפיל וואסער די זאך האט אוועקגעשטופט פון פלאץ. איז א זאך וואס האט מער מקום/וואליום אבער וועגט נישט אזוי סאך ווי וואסער לעומת זה הוואליום ווייל עס איז נישט אזוי דענס [איר מאסע איז נישט אזוי קאנצענטרירט, צו ווייל אירע אטאמען זענען מער צושפרייט וכו׳], וועט די וואג פון די וואסער אין פונקט די וואליום וואס איז אוועקגעשטופט געווארן מחמת די זאך זיין מער, וממילא וועט די בויאנט פארס זיין מער און די זאך וועט נישט זינקן און שוועבן על פני המים.

די מעשה לויטעט אז דער קעניג פון סירעקיוס (וואו ארכימידוס האט געוואוינט) האט אריינגעגעבן א שטיק גאלד צו א שמיד זאל אים מאכן א קרוין. דער קעניג האט דערנאך חושד געווען דער שמיד אין אויפטוישן אביסל פון די גאלד און אריינלייגן אין דעם אנשטאטס אן אנדערע ביליגערע מעטאל, און הגם עס האט געוואויגן די זעלבע מעיקרא האט ער דאך מורא געהאט אז אפשר האט ער צוגעלייגט אזויפיל פון די אנדערע מעטאלן כדי אז עס זאל אזוי וועגן. האט ער געפרעגט דעם חכם ארכימידוס צו ער קען מברר זיין צו אין דעם קרוין איז דא די גאנצע גאלד וואס ער האט געהאט געגעבן (אן עס דארפן צושמעלצן כמובן). אין אנדערע ווערטער, וויבאלד גאלד איז גאר דענס (לעומת אנדערע מעטאלן, מחמת דעם אז אירע אטאמן אליין פארמאגן מער פרויטאנס און ניוטראנס) וועגט דאס מער ווי אן אנדערע מעטאל מיט די זעלבע וואליום/גרויס. איז אויב האט דער שמיד אויפגעטוישט צו א ביליגערע מעטאל איז כדי אנצוקומען צום זעלבן וואג פון די גאלד וואס איז אים געגעבן געווארן מעיקרא האט ער געמוזט פארמערן מער מעטאל, וממילא וועט עס זיין א גרעסערע וואליום ווי מעיקרא וכנ״ל. און דאס האט דער קעניג געוואלט וויסן: ווי אזוי קען מען מברר זיין די פונקטליכע וואליום פונ׳ם קרוין לעומת א פשוט׳ע גראדע שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג.

ווען ארכימידוס איז אריין אין באד איז אים בייגעפאלן דעם פרינציפ, וואס א (פשוט׳ע) חלק מזה איז אז מער וואליום וועט אוועקשטופן מער וואסער. וממילא זאל מען אריינלייגן אין וואסער סיי אזא שטיק גאלד וואס דער קעניג האט געגעבן און סיי די קרוין. דאדורך וועט מען אויב איז די קרוין מער אין וואליום ווי סתם א שטיקל גאלד מיט די זעלבע וואג. ער איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער איז ארויסגעלאפן נאקעט אויף די גאס און אויסגערופן ״יוריקא [איך האב עס]״.

די מעשה ענדיגט זיך אז דער שמיד האט למעשה יא געהאט אויפגעטוישט פון די גאלד.
.

viewtopic.php?f=4&t=7108
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 17, 2020 11:18 pm

וואלווי האט געשריבן:דער באוויסטער פיסיסיסט-מאטאמטישן-סייענטיסט וואן-ניומאן פלעג קענען אנשלאפן מיט א קאמפלאצירטע קשיא און זיך אויפוועקען אידערפרי מיט אן ענטפער. ממש ווי די צדיקים להבדיל וואס די בעלי תוס' אדער אריה"ק האט זיך מגלה געווען בחזיונם...

אויך איז ער געווען א באוויסטע געפערליכע דרייווער. ער האט רואיגערהייט געדרייווט א קאר בשעת ליינען א בוך, דער פראבלעם איז אבער געווען אז די מענטשען אויף די סיידוואק האבן נישט רואיגערהייט איבערגעלעבט.

Don't text and drive...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13621
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8737 מאל

סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » דינסטאג פעברואר 25, 2020 2:55 pm

עס ווערט פארציילט (אין די אנאלעקטס) אז ווען קאנפושעס האט געטראפן יאן הוּאי, פון זיינע גרויסע תלמידים, וואס איז אפגעטיילט געווארן פון אים בשעת זייערע מיטמאכענישן, האט ער אים געזאגט, ״איך האב געמיינט אז דו ביסט שוין געשטארבן״. האט ער אים געענטפערט, ״בשעת דער רבי לעבט ווי אזוי וואלט איך מיך געוואגט צו שטארבן״.

אפשר א שטיקל קנייטש אין דעם אז כל זמן שהתלמיד קיים כאילו הרב קיים (עיין ברש״י דברים לא כט)... [אז דער רבי לעבט נאך זיין צייט איז עס דורך די לעבן (ומעשים) פונ׳ם תלמיד]

*

מ׳דערציילט אז דער אראבישער חכם אל-פאראהידי איז געשטארבן ווייל ער איז געווען אזוי פארטראכט אין אויסחשבונ׳ען אז זיין משרתת זאל נישט ווערן בעוול׳ט, אז ער האט בטעות אריינשפאצירט אין א מאסק און זיך אריינגעקלאפט אין עפעס גאר שטארק.

*

ס׳דא וואס זאגן אז דער דאנישער אסטראנאמער טייקא בראהי איז געשטארבן דורך דעם וואס ער האט זיך געדארפט איינהאלטן פון גיין אין ביה״כ ביי א סעודה מחמת אימת וכבוד המלכות, און דאס האט געשטאדט צו זיין בית השתן.

ער האט אויך געהאט פארלוירן א חלק פון זיין נאז אין א שווערד דיול מיט מאנדעראפּ פּארסבערג, וואס איז צושטאנד געקומען ווען זיי האבן זיך גע׳טענה׳ט איבער ווער ס׳איז דער גרעסערער מאטעמאטיקער. די דיול האבן זיי געהאט אין די פינסטער און דעמאלטס האט מאנדעראפּ אים אפגעשניטען/אפגעהאקט א חלק פון זיין נאז. פון דעמאלטס אן איז ער געגאנגען מיט א פראסטעטיק געמאכט פון אייזן [בראס]. פאר א יומא דפגרא זאגט מען אז ער האט געהאט א פראסטעטיק פון גאלד אדער/און זילבער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

Re: סיפורי צדיקים

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מאי 20, 2020 11:28 pm

דער מאטעמאטיקער דר. גריגארי פּערעלמאן האט אויפגעוואוזן דעם פּוֺינקארעי קאנדזשעקטשור אין טאפּאלאגיע. דאס איז (געווען) איינע פון די 7 מילעניוּם פראבלעמען אויף וואס עס איז דא א באלוינונג אויף יעדעס איינס פון זיי פון $1,000,000 פאר דער וואס פארענטפערט/ווייזט זיי אויף. ווען מען האט אים געאפפערט דאס געלט האט ער עס אפגעזאגט, זאגענדיג אז זיין ארבעט איז דאך געווען מיוסד אויף די ארבייט [ריטשי פלוֺי] דערין פונעם מאטעמאטיקער דר. ריטשערד העמילטאן. (ער האט אויך אפגעזאגט די פיעלדס מעדאל, וואס איז אין מאטעמאטיקס ענליך צום נאבעל פרייז, וואס מ׳האט אים געוואלט גיבן דערפאר.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 874 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2020 2:07 am

מי אני האט געשריבן:עס ווערט פארציילט (אין די אנאלעקטס) אז ווען קאנפושעס האט געטראפן יאן הוּאי, פון זיינע גרויסע תלמידים, וואס איז אפגעטיילט געווארן פון אים בשעת זייערע מיטמאכענישן, האט ער אים געזאגט, ״איך האב געמיינט אז דו ביסט שוין געשטארבן״. האט ער אים געענטפערט, ״בשעת דער רבי לעבט ווי אזוי וואלט איך מיך געוואגט צו שטארבן״.

אפשר א שטיקל קנייטש אין דעם אז כל זמן שהתלמיד קיים כאילו הרב קיים (עיין ברש״י דברים לא כט)... [אז דער רבי לעבט נאך זיין צייט איז עס דורך די לעבן (ומעשים) פונ׳ם תלמיד]

*
וואלט מען איהם געקענט אנרופן ..."חצי נזק"...~ נאכ'ן אריגינאלן חצי נזק פון די שטאט מונקאטש...!
מ׳דערציילט אז דער אראבישער חכם אל-פאראהידי איז געשטארבן ווייל ער איז געווען אזוי פארטראכט אין אויסחשבונ׳ען אז זיין משרתת זאל נישט ווערן בעוול׳ט, אז ער האט בטעות אריינשפאצירט אין א מאסק און זיך אריינגעקלאפט אין עפעס גאר שטארק.

*

ס׳דא וואס זאגן אז דער דאנישער אסטראנאמער טייקא בראהי איז געשטארבן דורך דעם וואס ער האט זיך געדארפט איינהאלטן פון גיין אין ביה״כ ביי א סעודה מחמת אימת וכבוד המלכות, און דאס האט געשטאדט צו זיין בית השתן.

ער האט אויך געהאט פארלוירן א חלק פון זיין נאז אין א שווערד דיול מיט מאנדעראפּ פּארסבערג, וואס איז צושטאנד געקומען ווען זיי האבן זיך גע׳טענה׳ט איבער ווער ס׳איז דער גרעסערער מאטעמאטיקער. די דיול האבן זיי געהאט אין די פינסטער און דעמאלטס האט מאנדעראפּ אים אפגעשניטען/אפגעהאקט א חלק פון זיין נאז. פון דעמאלטס אן איז ער געגאנגען מיט א פראסטעטיק געמאכט פון אייזן [בראס]. פאר א יומא דפגרא זאגט מען אז ער האט געהאט א פראסטעטיק פון גאלד אדער/און זילבער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13621
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8737 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 3 געסט