ישראלישע "במבה" ברענגט מעדיצינישער טויש אין אמעריקע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

ישראלישע "במבה" ברענגט מעדיצינישער טויש אין אמעריקע

שליחה דורך העניך »

גרויסע מעדיצינישע נייעס איז היינט געמאלדן געווארן אז דאקטוירים טוישן זייער רעקאמענדאציע בנוגע פיצלעך און פינאטס.

דאקטוירים פלעגן עצה'ן אז מ'זאל נישט געבן פאר גאר יונגע קינדער צו עסן פינאטס אדער זאכן וועלכע פארמאגן פינאטס, ווייל דאס פארגרעסערט די שאנסן אז דאס קינד זאל אנטוויקלען אן אלערגיע צו פינאטס.

אבער דאקטוירים האבן עטליכע יאר צוריק באמערקט אז אין ארץ ישראל אנטוויקלען קינדער כמעט נישט קיין פינאט אלערגיעס. צוביסלעך זענען זיי אויפגעקומען אז די ישראלים געבן דעם פינאט באשמירטן מאכל "במבה" פאר זייערע קינדער פון גאר קליינווייז אן.

א 5-יעריגע שטודיע וואס האט זיך יעצט געענדיגט האט טאקע באשטעטיגט אז געבן פינאטס פאר יונגע קינדער איז זאגאר אפעקטיוו אין צוריקהאלטן פינאט אלערגיעס זיך צו אנטוויקלען.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר