בלאט 1 פון 1

די יוקלידיען אלגאריטם

נשלח: מוצ"ש יאנואר 07, 2017 9:10 pm
דורך טאמבל סאס
מען זאגט נאך פון יוקליד, איינע פון די גריכישע גדולים אין מעטאמאטיקס אזוי:

מיר קענען שטענדיג אויסגעפונען וועלכע נומער איז די העכסטע קאמען צעטיילער פון צוויי פאזיטיוו אינטערדזשעס דורך די פאלגענדע אינסטרוקציעס.

1. זיי מייחס מ און נ צו די גרעסערע און קלענערע ערכים (values) רעספעקטעוולי.

2. יעצט דעווייד מ ביי נ. און זיי מייחס ר צו די איבערגעבליבענע.

3. יעצט אזוי, אויב איז די איבערגעבליבענע נישט 0, זיי פונדאסניי מייחס מ צו וואס איז פריער געווען נ און און זיי מייחס נ צו ר און אצינד קער דיך צוריק און חזר איבער אינסטרוקציע נומער 2. אדערווייז, איז די גרעסטע קאמען דעוויידער, דאס וואס איז אצינד די ערך פון נ.


לאמיר נעמען צוויי דוגמאות. קודם 62-36.

36 גייט אריין אין 62 איין מאל און די רעמעינדער (איבערגעבליבענע) איז 26.

26 גייט אריין אין 36 איין מאל און די רעמעינדער איז 10

10 גייט אריין אין 26 צוויי מאל און די רעמעינדער איז 6

6 גייט אריין אין 10 איין מאל און די רעמעינדער איז 4

4 גייט אריין אין 6 איין מאל און די רעמעינדער איז 2

2 גייט אריין אין 4 צויי מאל און די רעמעינדער איז 0.

סאוי 2 איז די העכסטע קאמען דיווייזער פון ביידע 62 און 36.

געוואלדיג!

דוגמא נומער 2.

18-48

18 גייט אריין אין 48 צוויי מאל און די רעמעינדער איז 12

12 גייט אריין אין 18 איין מאל און די רעמעינדער איז 6

6 גייט אריין אין 12 צוויי מאל און די רעמעינדער איז 0

סאו, די העכסטע קאמען דעווייזער פון 18 און 48 איז די נומער 6.

וואס יעצט?

ביקש קדמונו של עולם להקדים הקדום הקדים להם-הקדמונים, חכמים הקודמים במוקדמים.