מיין ליקוי חמה

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

מיין ליקוי חמה

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]מ׳קען עס נישט דעסקרייבן פאר איינעם וואס האט עס נישט געזעהן איז א אויסדריק וואס מ׳הערט אפט, און ווערט ברייט באנוצט אויף אומריכטיגע פלעצער, דא האב איך די ערשטע מאל מיטגעהאלטן אזא סארט סצענע וואס קען אנגערופן ווערן אויב זעהט מען נישט מיט די אויגן קען מען עס נישט פארשטיין. פון אלע ווידיאוס וואס איך האב געזעהן בעפאר האב איך מיר נישט געחלומט אויף אזא מראה

איבער א שעה בעפאר האט די זון אנגעהויבן צו פארלירן איר שלימות, מ׳קעהן זעהן וויאזוי וואס א מינוט ס׳גייט דורך ווערט די זון מער און מער קלענער, בעסיקלי זעהט מען א חודש מחזור פון די לבנה אין צוויי שעה

צוואנציג מינוט בעפאר ווען די זון איז שוין א גאר דינע ליין הייבט אן ווערן א אנדערער קאליר, ס׳ווערט טונקל, אבער עפעס א קאליר וואס מקען נישט אראפלייגן, א אינטערסאנטער דעיטיים לייט באלייכט די ארום.

אינצווישן ווערט טונקעלער און טונקעלער און דער זון ווערט קלענער און קלענער ביז ס׳ווערט אויס, דאס ווערן אויס קען געזעהן ווערן מיט די ספעציעלע ברילל׳ן, די גאנצע ארום איז אפגעשטעלט, קאר׳ן פארן נישט, מענטשן וואקן נישט, אלעס קוקט צום הימל. דאן פלוצים צינדט זיך אן ווי א מאשין די נויז פון די נאכט היישעריק/קריקעטס, פון איין סעקונדע צום צווייטן הערט זיך א מאסיווע נויז פון די ארום.

ביי די צייט פון טאטעל עקליפס האט זיך באוויזן א הערליכער רינג וואס האט ארויסגעשיינט פון ארום, (קאראנע) די שיינקייט דערפון איז אומבאשרייבליך, די לעבעדיגע קאליר קען נישט ווערן איבערגעגעבן.

מענטשן הייבן אן שאלן און מאכן קולות, די עקסייטמענט איז עפעס גאר גרויס, מ׳קען הערן מענטשן מאכן קולות פון מיילן ווייט, אוטומאטישע נאכט לעקטער צינדן זיך אן און די גאנצע ארום איז טונקל

דארט ווי איך האב מיטגעהאלטן איז נישט געווען פארוואלקענט מילא אונטען אויף די ערד איז געווען טונקל, אויבן אויפן הימל איז יא געווען ליכטיגער, פון די זון וואס האט ארויסגעשיינט פון די זייטן, אין אנדערע פלעצער למשל אין מיזורי (לויט ווי איך האב געהערט פון א חבר) איז געווען פארוואלקענט מילא איז יא געווארן גענצליך טונקל,

נאך צוויי מינוט הייבט די זון אן ארויסקומען, די ערשטע רגע קוקט דאס אויס ווי א דיימאנד רינג, א דינע שטריך ארום איז שטארק באלאכטן, און א פינטל ביים עק וואס ווערט פארמירט דורך דעם וואס די זון הייבט זיך אן באווייזן און שיינט גאר שטארק, עפעס א מין ליכטיגקייט וואס איך האב נאך נישט געזעהן, און דאן ווערט צוריק ליכטיג

דערמיט ענדיגט זיך א געשיכטע וואס האט געהאלטן געשפאנט טויזענטער אמעריקאנע, האטעלס איבער א שעה אוועק פון די סיטיס ווי סאיז געווען א טאטעל עקליפס איז געווען אויספארקויפט, כמעט צוויי שעה אוועק איז אויך געווען אויספארקויפט די נארמאלע האטעלן, די צוויי סטאר האטעלן האבן געבעטן ביז ניין הונדערט דאללער, איבעראל זענען מענטשן געשלאפן אין קארס, ביי יעדע פארקינג לאט, רעסט עריע זענען געווען פול רוב פארקינג פלעצער מיט פולע משפחות שלאפענדיג

די טרעפיק איז געווען א דיזעסטער, יעדע פארק איז געווען פארפלייצט מיט מענטשן. און וועלעכער געשעפט מ׳איז נאר אריין איז געווען ליינס פון מענטשן, און די ווינקלן איז געזעהן געווארן פולע אידן מיט טלית ותפילין. זיבן אזייגער צופרי איז שוין די גאסן געווען פיל מיט כל ערליי עקוויפמענט, דער עולם האט אנגעשפיצט די מאשינערי, און ליטעלי געזיצן אויפן גאס ביז צוויי אזייגער.

#מה רבו מעשיך ה׳[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר