וואויניטש מאנוסקריפט איז לשון הקודש!!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

וואויניטש מאנוסקריפט איז לשון הקודש!!

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מוצ"ש יאנואר 27, 2018 10:59 pm

די מיסטעריע פון די וואויניטש מאנוסקריפט פלאגט שוין מענטשן פאר 600 יאר. יעצט זאגן פארשער אז א נייע קאמפיוטער סיסטעם צו דערגיין די שפראך פון די מאנוסקריפט זאגט אז עס איז געשריבן אין לשון הקודש.

דאס איז א נייע דראמאטישע טוויסט אין די געשיכטע, און איז נאך מער אינטערעסאנט פאר אונז אידן. וועלכע איד האט דאס געשריבן? וואספארא אידישע סודות ליגן דארט באהאלטען? איז דאס סודות התורה, סודות פון חכמה?


http://www.independent.co.uk/news/scien ... 80951.html
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 28, 2018 2:33 am

ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1625 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 28, 2018 6:24 am

קריינא (נישט, אוקריינא) דאיגרתא: ייש"כ. זייער אינטרעסאנט. נאך אדורכליינען א ביסל פון וואס די אזוי גערופענע ..."עקספערטן"...זאגן איבער די וואויניטש מאנוסקריפט בין איך כמעט זיכער אז דער חיבור שטאמט פון שפאניע. און ס'איז געשריבן געווארן דורך איינעם פון די חכמי ספרד פון יענע תקופה. און די שפראך אין וואס ס'איז געשריבן געווארן איז מסתמא ..."לאדינא"... אדער א פארם פון א לאקאלן דיאלעקט וואס די אידן אין יענע געגנט האבן דאמאלס גערעדט. ווייל לויט ווי מערסטע עקספערטן שאצן אפ איז דער חיבור געשריבן געווארן אין די 1430-1450'גער יארן. אויב זיי זענען גערעכט היסטאריש, האבן זיי געמאכט א קליינעם געאגראפישן טעות. אז ס'קומט נישט פון איטאליע, נאר פון א געוויסע געגנט אין שפאניע. און דער טעם פארוואס ס'איז געשריבן געווארן אין א ..."קאוד"... שפראך, איז, ווייל די צרות און ענגשאפט פאר די אידן אין שפאניע האבן זיך שוין אנגעהויבן. ווייל מ'דארף געדענקען אז דער גירוש שפאניע אינ'ם יאר רנ"ב ולמספרם 1492 איז שוין געווען די קולמינאציע (פיינעל עקט) אין די דראמאטישע געשיכטע פון די רדיפות וואס די אידן אין שפאניע האבן געליטן. זייערע צרות האבן זיך געצויגן בערך א משך פון 100יאר...!

ווען איך בין געווען א יונגל האב איך געזעהן א אלט ספר (ילקוט מעם לועז) ביי א ספרדי'שן איד. דער ספר איז געווען געשריבן מיט אידישע, רש"י אותיות אבער די שפראך איז געווען לאדינא. דער איד האט זייער פלייסיג געלערנט פון דעם ספר, מיט א ספעציעלן, מתיקות'דיגן ניגון, א יעדן שבת נאכמיטאג. די שפראך לאדינא איז געווען א דיאלעקט פון ספאניש וואס די אידן אין שפאניע (און זייערע אייניקלעך) האבן זיך באנוצט. אריינגעמישט א סאך ווערטער אין לשון הקודש. ווייל די אריגינאלע שפראך אין וואס דער מחבר ר' יעקב כולי האט געשריבן דעם ספר איז געווען לאדינא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט