בלאט 1 פון 1

דראמאטישער געפונס: מעגליכער זיגל פון ישעיהו הנביא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:52 pm
דורך אבטולמוס
ישראלישע ארכעאלאגן האבן געמאלדן אז זיי האבן מעגליך געפונען דעם פערזענליכן זיגל פון ישעיהו הנביא. געפונסן פון תקופת בית ראשון זענען גאר זעלטן, און אוודאי געשעט כמעט נישט אז מ'זאל טרעפן עפעס וואס זאל קלאר אנדייטן אז עס האט באלאנגט פאר א ספעציפישן באקאנטן מענטש, בפרט אזא צענטראלע פיגור אין תנ"ך.

דער זיגל פארמאגט די אותיות "ישעיה[ו] נבי[א]". חוקרים שטעלן זיך פאר אז דער לעצטער אות דארף זיין אן אלף, און עס איז דאס ווארט "נביא".

פאר מיר איז אינטערעסאנט אז לויט דעם איז "נביא" געווען אן אפיציעלע פאזיציע, מיט וועלכע דער נביא האט זיך אליין אונטערגעשריבן!

https://www.timesofisrael.com/in-find-o ... unearthed/