פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מערץ 13, 2018 10:55 pm

פראפעסאר סטיווען האוקינג איז נפטר געווארן אין עלטער פון 76 יאר. דער פראפעסאר איז געווען פון די גרעסע מוחות און מחדשים און דעם פעלד פון פיזיק, און טראצדעם וואס ער האט נישט געקענט רעדן אדער רירן זיינע אברים, האט ער געשריבן ביכער, געגעבן רעדעס דורך א מאשין, און געברענגט א געוואלד מיט חכמה אויף דער וועלט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8900 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 13, 2018 11:49 pm

אינטערסאנט צו באמערקן אז אין 1963 איז ער ל״ע דיגאנזט געווארן מיט די שרעקליכע מחלה AlS. די דאקטורים האבן אים געגעבן נאר צוויי יאר צולעבן. געווענטליך לעבט מען נישט מעהר ווי פינף יאהר מיט די מחלה. און למעשה האט ער איבערגעלעבט מיט די מחלה איבער 50 יאהר, ער האלט די רעקארד פון לעבן די לענגסטע אין די היסטאריע מיט די מחלה.
הרה״צ רבי מרדכי חנא פוקס זצ״ל איז געוועהן אין וויען, און מאיז דורכגעגענען א געשעפט וואס דער מוכר איז געשטאנען אינדערויסן און געשריגן ״ברילן״ האט ר׳ מרדכי חנא זיך אנגערופן די איינציגסטע ברילן וואס איך בין פאראינטערסירט איז וואס מקען נאר אריינקוקן אין ״זיך״ און נישט ארויסקוקן אויף ״יענעם״...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5486
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3250 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » מיטוואך מערץ 14, 2018 12:28 am

ביי די 21 איז דער אייקאנישער טראכטער געגעבען געווארן נאר אפאר יאר צו לעבן פאר ער האט געשפענדעט נאך 55 יאר אין זיין צובראכענעם קערפער צו עקספלארן די יוניווערס ווי ניוטון און איינשטיין בשעתם און אינספירירט א נייגער אין די הארץ פון אסאך אינגע מענטשען צו פארשטיין מה לפנים ולאחור.

ער פלעגט אונטערנעמען פארשידענע אוואנטורעס נאר צו ווייזן אז מיט די ריכטיגע ספיריט דארף מען נישט זיין געבינדען פון פיזישע באגרעניצונגען. ער האט איבערגעלאזט 3 קינדער און וועלט פון חידושים וואס וועט ווערן שטודירט פאר אסאך דורות.

זיין מערסט פאפולערע בוך (בכלל נישט קיין לייכטע ליין):
A Brief History of Time: From The Big Bang To Black Holes

א ביאגראפישע פילם וואס זאל זיין אויף דיין to watch ליסטע:
The Theory of Everything

שינוח בשלום על משכבו
שצם_חנכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:16 am
האט שוין געלייקט: 552 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 14, 2018 5:52 am

ער פלעגט האבן א מנהג צו טרעטן אויפן הינעראויג פון שונאים-מתנגדים
ז״ל

Stephen Hawking was rumored to run over the toes of people he didn't like with his wheelchair
http://www.businessinsider.com/stephen- ... mor-2018-3
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 14, 2018 6:33 am

אויב אזוי, פארשטייט מען שוין, א געווענליכע גוי.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1363
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך מערץ 14, 2018 9:12 am

חבל, מי יתן לנו תמורתו.

פראפעסאר האוקינג איז געווען א סימבאל פון מענטשליכע ערייכונג, ווייזענדיג אז פיזישע באגרעניצונג קען נישט צוריקהאלטן דעם רצון פונעם שכל צו דערגרייכן די עקן פונעם אוניווערס.

דער פראפעסאר האט מחדש חידושים אין די סייענטיפישע וועלט, ער האט געוויזן אז שווארצע לעכער זענען נישט אזוי שווארץ, און חוקר געווען וויאזוי די יקום האט זיך אנגעהויבן. און צו דעם האט ער געשריבן ביכער מסביר צו זיין פארן המון עם די יסודות פון סייענס.
ועל גב דאס אלעס האט ער געהאט א חוש צו הומור און פלעגט אפט ערשיינען אויף קאמעדי שאוס.

פראפעסאר האוקינג האט געמאכט די וועלט פאר א שענערע, מער פארשטענדליכע פלאץ, און זיין השפעה וועט בלייבן אויף לאנגע דורות צי אינספירירן חכמה און שכל און סייענטיפישע חידושים.
יהא זכרו ברוך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום מיטוואך מערץ 14, 2018 10:35 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1733
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2153 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מיטוואך מערץ 14, 2018 9:13 am

באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1733
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2153 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך מערץ 14, 2018 10:45 am

אישתישבי האט געשריבן:אויב אזוי, פארשטייט מען שוין, א געווענליכע גוי.


כנהוג היינט איז דאך אלעמאל אחרי מות קדושים און מוויל אים אראפמאלן ממש אלץ א מלאך, ברענג איך טאקע די מ״מ מזאל זען אז ער איז געווען א בשר ודם
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מערץ 14, 2018 10:53 am

נפטר געווארן? נפטר פון וואס?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1417 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:03 am

לכאורה, מיט א תורה'דיגע בליק, טאר מען נישט מספיד זיין אזא איינעם. מיט אלע גוטע זאכן וואס ער האט נאר אויפגעטון, אפילו ער איז געווען א מלאך. אויב איז ער געווען א כופר בעיקר וואס מ'האט נישט געמעגט קומען און בארירונג מיט אים, דאן טאר מען נישט אים נישט משבח זיין.

אזויפיל יא, ובזה יצאתי ידי הספדתי, אז די עיטייאיסטן זענען לכאורה א גרויסע טובה פאר די אידן, ווייל געווענטליך נעמען זיי זיך אן פאר יומעניטי אנשטאט רעליגיע כידוע. נו אויב אזוי איז טאקע אן אבידה אזא גרויסע ריז פון איינעם פון זיי.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1417 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 14, 2018 9:07 pm

בן אדם האט געשריבן:אויב איז ער געווען א כופר בעיקר וואס מ'האט נישט געמעגט קומען און בארירונג מיט אים, דאן טאר מען נישט אים נישט משבח זיין.

כ'אב קיינמאל נישט געהערט פון אזא הלכה, וואו שטייט עס?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1672
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 14, 2018 10:52 pm

אפשר לא תחנם, מען טאר נישט געבן קיין חן. אבער דאס איז יעדער גוי.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1363
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 14, 2018 10:59 pm

אבער פארוואס טאר מען נישט קומען אין בארירונג מיט איהם?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1672
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך חסיד פון ליטא » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:41 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אבער פארוואס טאר מען נישט קומען אין בארירונג מיט איהם?
אין ויואל משה שרייבט איר דאך אז שאני מינות דמשכי!
הדרת ביך?
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:18 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:42 pm

מינות מיינט עבודה זרה, ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט געווען קיין גלח.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1672
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך חסיד פון ליטא » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:43 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מינות מיינט עבודה זרה, ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט געווען קיין גלח.
טא פארוואס מאכט איר אזא עסק פון ציונות?
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:18 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 14, 2018 11:45 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מינות מיינט עבודה זרה, ווי ווייט איך ווייס איז ער נישט געווען קיין גלח.
טא פארוואס מאכט איר אזא עסק פון ציונות?

די ויואל משה האב איך נישט געשריבן, דאס האט געשריבן א צווייטער וואס האט זיך פאררופן אויף מיין נאמען... ;)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1672
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:29 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה האב איך נישט געשריבן, דאס האט געשריבן א צווייטער וואס האט זיך פאררופן אויף מיין נאמען... ;)

רבינו סר מן הדרך!!!
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 2:16 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:38 am

א מוסר השכל

בילד

איך מיין נישט צו שפעטען אין זיין מחלה. נאר אז ער איז זיכער יעצט אריבער א ריזיגע שאק, ווען ער טרעפט זיך מיט דער גאט אין וועמען ער האט געלייקענט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7911
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2801 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7418 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 2:37 pm

.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 5:03 pm

די שאלה איז צו אנעם ווילטשעיר וואלט ער אויך געווען אזוי פאפולער
בייגעלייגטע פיילס
lego-hawking-640.jpg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך איש חזון » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 5:04 pm

שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנט צו באמערקן אז אין 1963 איז ער ל״ע דיגאנזט געווארן מיט די שרעקליכע מחלה AlS. די דאקטורים האבן אים געגעבן נאר צוויי יאר צולעבן. געווענטליך לעבט מען נישט מעהר ווי פינף יאהר מיט די מחלה. און למעשה האט ער איבערגעלעבט מיט די מחלה איבער 50 יאהר, ער האלט די רעקארד פון לעבן די לענגסטע אין די היסטאריע מיט די מחלה.

די פיזיקער האבן אים געגעבן צוויי יאר אבער מן השמים ריחמו עליו...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 595 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 347 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 8:36 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: ער איז אבער נישט געווען דער ערשטער וועלכער איז שאקירט געווארן אויסצוגעפונען אז ס'איז דא א גאט אויף די וועלט...פרעה, איז געווען דער צווייטער וועלכער האט געפרעגט אט די פראגע. נמרוד איז געווען דער ערשטער. אבער פרעה, ווען ער איז געגאנגען הכנות האט געפרעגט פון משה רבינו..."מי ה' אשר אשמע בקולו"...נו, האט ער טאקע אויסגעפונען דעם שווערן וועג אז ס'איז דא א גאט...! מסתמא טשארלס דארווין, ווען ר'איז ארויפגעקומען אויבן אין הימל איז זיכער געווען שטארק שאקירט אויסצוגעפונען דאס עס גיבטס איין גאטט...!, און יש בעל לבירה...! סאררי, הרב שבת אחים שליט"א. אלע דיינע רעבעס האבן שוין אויסגעשריגן ה' הוא האלוקים...דארווין און האוקינס...! כ'מיין ס'איז שוין צייט אויך איינצוזעהן דעם אמת...! דו דארפסט נישט ווארטן ביז לאחר מאה ועשרים. איך האב א גוטן סייענטיפישן ביכל פאר דיר צו ליינען. ניין. נישט דער ספר הברית... נאר די הייליגע תורה. חומש בראשית. מיט רש"י און די מדרשים...איך ווייס אז ס'איז אלד פעשיאנ'ד און אז איך בין נאר א בעל עגלה. וואס ווייסט דען א בעל עגלה...?! פרעג נאר ביי הוגה...! עניוועי. בכל אופן. די תורה הקדושה איז אלד, באט טראאה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12549
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13949 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7993 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:15 pm

.
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1792 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:16 pm

rps20180315_231344.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 3:09 am
האט שוין געלייקט: 1876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1792 מאל

נעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט