פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:21 pm

איך פארשטיי נישט וואס דער עולם דא האט אזוי אקעגן איהם. ער איז געווען א טייערע מענטש. ווייל ער האט געהאלטן אנדערש פון דיר אין געוויסע זאכן, דארסטו טרייבן ליצנות פון איהם? שעמטס ענק וואס עטץ זענטס.
אז מ'רעדט שוין יא וועגן לייקענען אין גאט, א נקודה למחשבה. http://www.youtube.com/watch?v=h6734o_8E_8

עוד אחד. www.youtube.com/watch?v=Sud17jasIWg
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 16, 2018 3:46 pm

ליפא האט געשריבן:
rps20180315_231344.jpg

דאכצעך מיר אז די וויץ קומט אריגינעל אויף ניטשע, נישט אזוי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום זונטאג מערץ 18, 2018 12:45 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך חסיד פון ליטא » פרייטאג מערץ 16, 2018 4:01 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דער עולם דא האט אזוי אקעגן איהם. ער איז געווען א טייערע מענטש. ווייל ער האט געהאלטן אנדערש פון דיר אין געוויסע זאכן, דארסטו טרייבן ליצנות פון איהם? שעמטס ענק וואס עטץ זענטס.
אז מ'רעדט שוין יא וועגן לייקענען אין גאט, א נקודה למחשבה. http://www.youtube.com/watch?v=h6734o_8E_8

עוד אחד. http://www.youtube.com/watch?v=Sud17jasIWg
אינעם ערשטן לינק זאגט ער עפעס (מ'קען עס אריינטייטשן אינעם' אין יחידות כמוהו).

אינעם צווייטן לינק ווייס איך נישט וואס ער רעדט.
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 16, 2018 5:21 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דער עולם דא האט אזוי אקעגן איהם. ער איז געווען א טייערע מענטש. ווייל ער האט געהאלטן אנדערש פון דיר אין געוויסע זאכן, דארסטו טרייבן ליצנות פון איהם? שעמטס ענק וואס עטץ זענטס.
אז מ'רעדט שוין יא וועגן לייקענען אין גאט, א נקודה למחשבה. http://www.youtube.com/watch?v=h6734o_8E_8

עוד אחד. http://www.youtube.com/watch?v=Sud17jasIWg

רביה"ק זי"ע: דער הרב אורי שרקי.(שערקי. נישט שאראקי, ווי איך האב געמיינט.) ער קומט פון אלזשיר. דארט איז די גוי'אישע שפראך פראנצויזיש. און ער האט געליינט די גוי'אישע פילאזאפן אויף פרענטש.ער איז אן ערליכער איד. אבער (רח"ל) א מזרחי'סט. א תלמיד פון הרב קוק. רח"ל מהאי דעתא. און ווען ער זאגט..."אז ער גלייבט נישט א זאך וואס ער זעהט נישט, איז ער מסביר דעם חילוק פון די אידישע אמונה במציאות ה' ווס. (להבדיל,) די גוי'אישע." דער תמצית פון וואס ער זאגט איז אז אונז אידן קענמיר אויפווייזן מציאות ה' אין אלע עניינים. און לויט די גוי'אישע אמונה טפילה. זיי קענען נישט אויפווייזן מציאות ה' נאר זיי פארלאנגען פון זייערע מענטשן אז זיי זאללן גלייבן בלינדערהייט. און ער sדערמאנט א נאמען פון א פראנצויזישן פילאזאף.."Des-Cartes"...!!

ער האט א סאך קליפס. איבער פארשידענע ענייניים אין אידישקייט. איך האב איהם זייער ליעב צו הערן. (אפילו אויב ר' מנשה פיליפ שליט"א שעלט איהם צוזאם.). ער איז דער טאטע פון דעם בחור'ל מיט די לאנגע פיאות יאיר שרקי. דער רעפארטער פון ערוץ 2 . ער האט לעצטנס געהאט א גאנצע סעריע פון אינטערוויוס מיט'ן חסידישן עולם אין וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל. מ'האט איהם זייער שיין אויפגענומען איבעראל. די נקודה פן זיין רעפארט איז געווען דער חילוק פון די חרדים אין אמעריקע ווס. די חרדים אין ארץ ישראל. וועלכע זענען ליידער זיייער שטארק פארהאסט ביים המון עם. צוליעב די פאלשע און בייעסט מידיא. און די נישט רעליגיעזע פאליטישע פארטייען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:55 pm

איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז לויטן רמב"ם קען אויסקומען אז אן אטאיסט זאל גאר זיין א מאמין, און א פרומע ערליכע איד זאל זיין אן אפיקורוס.

בד"ו, ר' מנשה פילאפ ווייסט טאקע צוזאגן פון איהם, אדער ס'נאר געווען א וויץ?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 17, 2018 11:09 pm

רביה"ק זי"ע: איך ווייס נישט פונקטליך אויב ר' מנשה ווייסט איבער סטיווען האוקינג. און וואס ער האט מיט זיך פארגעשטעלט. אבער בדרך כלל איז ער א מענטש מיט געוואלדיגע ידיעות אפילו אין מילי דעלמא. מיין פראבלעים מיט איהם איז, אז ער האט פארקרומטע דיעות. און ער ווילל אין זיי אריינטייטשן אז דאס איז געווען דער רצון פון רביה"ק זי"ע. דער עכטער. למשל. אמאל איז געווען אין א צייטונג א בילד פון די ערליכע סאלדאטן פון צה"ל ווי זיי דאווענען און לערנען שיעורים. ווארטנדיג אויף א באפעל ארייינצוגיין קיין עזה. לעומת, להבדיל, די פרייע סאלדאטן וועלכע זענען משוגע געווארן פאר ליידיגגיין. זיי האבן אלעס געטון. זיך אפילו געשטעלט אויפ'ן קאפ. משא"כ די ערליכע אידן...ס'איז געווען א גרויסער קידוש ה'. האט דער פאררוקטער ר' מנשה פילאפ מיט זיין קרומען קאפ געשריבן אז מ'טאר נישט קוקן אויף די פיקטשערס ווייל ס'וועט ברענגען מ'זאלל ח"ו משבח זיין די ציונים...!

א צווייטע פאררוקטע זאך וואס ער האט געשריבן (וואס איך האלט אז ער אליינס האלט אויכעט נישט אזוי.) ווען מ'האט איהם געפרעגט וואס ער זאגט איבער דעם פאקט אז די ..."מוסד הרב קוק"...געט ארויס זייער א סאך שיינע ספרים. ווי איבערדרוקן די ספרי הראשונים. הרשב"א והריטב"א. און נאך...האט ער געענטפערט כהאי לישנא...בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה.נאר דער פאר וועים די סיטרא אחרא העלפט צו, וועט קענן לערנען תורה...! איי מיען. דארף מען א מער פאררוקטע דיעה ווי דעיס.... ?!

מאכדעים קומען סענסיטיווע אידן. טאקע זייער חשוב'ע ניקס, וועלכע איך האב מתחילה געמיינט אז זיי האבן א סענס אוו היומאר. און מאכן א זייער ערנסטן פנים...(מ'קען עס זעהן אויפ'ן סקרין...!) און זיי זאגן אז פאר דעים האט בערל בעל עגלה זייער ווייניג תגובות. און אפילו לייקס, (לפי ערך) ווייל ער שרייבט אייביג איבער הרב סענדער דער דייטש/דויטש. און איבער ר' מנשה פליפ פלאפ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מוצ"ש מערץ 17, 2018 11:35 pm

אבער פון וואו ווייסט ער פון ר' אורי שערקי?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 597 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 18, 2018 3:28 am

רביה"ק זי"ע: מסתמא ווייל ער איז א באהאלטענער שייגעץ. און ער קוקט אויף אלע יו. טוב קליפס אזוי ווי דו און איך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג מערץ 18, 2018 7:23 pm

ביי חסידים האט מען געוויסט אז אין די לעצטע ווערטער פונעם רבי'ן ליגט באהאלטן מער ווי אלץ.
עס איז נתגלה געווארן לאור עולם די לעצטע מאמר וואס פראפעסאר האוקינג האט געשריבן, און די סייענטיפישע וועלט זעהט דערין געוואלדיגע גילוים, מעגליך גאר א מהלך וויאזוי צו כאפן א בליק וואס איז געווען פאר אונזער אוניווערס איז געקומען צו עקזיסטענץ (דאס וועט זיין די ערשטע מאל וואס עס וועט זיין א ריכטיגע, פראקטישע נסיון צו טראכטן מה לפנים).
https://www.telegraph.co.uk/science/201 ... ultiverse/

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2138 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מערץ 18, 2018 8:44 pm

ווען מען האט געמיינט אז דער ערד קוגל איז אלעס, האט מען שפעקולירט אז אויף די אנדערע זייט וועלט איז דא אנדערע באשעפענישן,

דענאך איז מען געוואויר געווארן אז עס איז דא נאך וועלטען נאך כדורים, שפעקולירט מען נאך ברואים דארט.

דערנאך נאך א שטערען ווי די זון, וואס האט אייגענע ערד קוגלען מיט נבראים.

און יעצט, נאך א גאנצע יונעוווערס, מיט אלעמען אין זיך.

שיינע תורות. ווייז מיך עפעס למעשה.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » זונטאג מערץ 18, 2018 11:02 pm

פאר דיין אינפארמאציע, אונזער זון איז בסך הכל א מיטלמעסיגע שטערן אין אונזער גאלאקסי, דאס איז נישט קיין טעאריע.

עס דארף זיין גוטע טעאריעס און שפעטער קען מען דאס באשטעטיגען אדער אפווארפען מיט סייענטיפישע עקספערימענט. רעלעטיוויטי האט זיך אויך נאר אנגעהויבען אלץ א טעאריע.
שצם_חנכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 19, 2018 1:25 pm

מעיקרא האב איך נישט געוואלט שרייבן א תגובה ביי דעם אשכול וואס איז געעפנט געווארן לרגל פגירתו של אותו נעבעכדיגן כופר בעיקר

דעם טעלעגראם לינק איז געבלאקט אין מיין טריפה'נעם קאמפיוטער איז קען איך נישט וויסן גענוי וואס דער האט געשריבן בסוף ימיו...

אבער לויט געוויסע מקובלים איז טאקע אונזער גאנצע ששת-אלפים פון די וועלטעלע די צווייטע סעריע פון זיבן לפי סדר שבעת ימי הבנין (חג"ת-נהי"מ)
ולפי דבריהם איז פארשטענדליך אסאך מאמרי חז"ל ווי צ.ב.ש. "מתחילה היה בורא עולמות ומחריבן" "שבתחלה עלה במחשבה לבראתו במדת הדין, ראה שאין העולם מתקיים, הקדים מדת רחמים ושתפה למדת הדין"
און נאך אנדערע מאמרי חז"ל, א קלאהרע מראה-מקום געדענק איך נישט יעצט, אבער אזוי האב איך ערגערטס געלערנט.

אסאך שטודיעס פון סייענטיס פראבירן טרעפן אלעס אין דעם חומר פונעם זאך, והיא טעותם, כי יוצר החומר הטמין עצמו בחכמתו שלא יוכלו למוצאו בקל כי עם ע"י אמונה,
און אויב מ'קומט מיט אן אמונה'דיגע בליק וויסט מען אז אלע חקירות ובדיקות קענען זיך אנהייבן פון די צווייטע שטאפל, ד.ה., ווי-אזוי האט דער הייליגע בורא דאס באשאפן און זיך באהאלטן וכו'
כל שאר מיני החקירות און טעארייעס פון דער-ביג-באנג און די-עוועלאציע-טעאריעס למיניהם האבן פשוט נישט אנגעפאנגען אין דער ריכטיגער שלב.

ומי שיש תח"י להעשיר ידיעות הציבור בעניין זה שהבאתי וכדו' תבוא עליו ברכה.

און אויב ס'וועט ארויסקומען גוט'ס פון סטיוון פאקינג'ס אשכול, נו זאל ער האבן א שטיקעלע עילוי נשמה... :)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך חסיד פון ליטא » מאנטאג מערץ 19, 2018 2:40 pm

קומסט מיר פאר ווי א מוסלעמענער.

זיין נישט גלייבן איז מסתמא מער דורך געטראכט ווי דיין און מיין יא גלייבן. און דיין שנאה צו אים איז א פועל יוצא פון דיין חינוך.
אפגעזעהן אין וואס מ'גלייבט יא אדער נישט איז ער געווען א חכם אומות העולם (חכמה בגויים 'תאמין') און האט פארשפרייטעט פארשטאנד אויף דעם וועלטל.
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג מערץ 19, 2018 3:03 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:קומסט מיר פאר ווי א מוסלעמענער.
.


וואס עפעס א מוסלעמענער, א געהעריגער חרדישער איד.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 418
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 19, 2018 6:11 pm

נקודת-אמת האט געשריבן:מעיקרא האב איך נישט געוואלט שרייבן א תגובה ביי דעם אשכול וואס איז געעפנט געווארן לרגל פגירתו של אותו נעבעכדיגן כופר בעיקר

לויט ווי די שרייבסט האט גאר דער פראפעסאר מגלה געווען סודות התורה וקבלה, נו איז ער גארנישט אזוי נעבעכדיג.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2138 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 19, 2018 6:23 pm

נקודת-אמת האט געשריבן:
אבער לויט געוויסע מקובלים איז טאקע אונזער גאנצע ששת-אלפים פון די וועלטעלע די צווייטע סעריע פון זיבן לפי סדר שבעת ימי הבנין (חג"ת-נהי"מ)
ולפי דבריהם איז פארשטענדליך אסאך מאמרי חז"ל ווי צ.ב.ש. "מתחילה היה בורא עולמות ומחריבן" "שבתחלה עלה במחשבה לבראתו במדת הדין, ראה שאין העולם מתקיים, הקדים מדת רחמים ושתפה למדת הדין"
און נאך אנדערע מאמרי חז"ל, א קלאהרע מראה-מקום געדענק איך נישט יעצט, אבער אזוי האב איך ערגערטס געלערנט.


מיינסט מסתמא דרוש אור החיים פונעם תפארת ישראל
דאס איז א שיינער חשבון, אבער עס איז נישט קלאר אויב האט הקב''ה מחריב געווען די פריערדיגע עולמות און זיי מחזיר געווען צו תוהו ובוהו, דאן וויאזוי קענען מיר טרעפן איבערבלייבענישן פון באשעפענישן וואס האבן דאן געלעבט?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2138 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג מערץ 19, 2018 6:30 pm

נקודת-אמת האט געשריבן:אסאך שטודיעס פון סייענטיס פראבירן טרעפן אלעס אין דעם חומר פונעם זאך, והיא טעותם, כי יוצר החומר הטמין עצמו בחכמתו שלא יוכלו למוצאו בקל כי עם ע"י אמונה,
און אויב מ'קומט מיט אן אמונה'דיגע בליק וויסט מען אז אלע חקירות ובדיקות קענען זיך אנהייבן פון די צווייטע שטאפל, ד.ה., ווי-אזוי האט דער הייליגע בורא דאס באשאפן און זיך באהאלטן וכו'
כל שאר מיני החקירות און טעארייעס פון דער-ביג-באנג און די-עוועלאציע-טעאריעס למיניהם האבן פשוט נישט אנגעפאנגען אין דער ריכטיגער שלב.

די פאקט אז עס איז דא א צווייטע שלב נעמט נישט אוועק פון די אמת'דיגקייט פון די ערשטע שלב. און מער פון דעם, היות אונזער עקזיסטענץ איז בעיקר אין די ערשטע שלב, קענען מיר מיט אונזער אבדזעקטיווע כלים נאר רעדן און טראכטן פון די ערשטע שלב, מיר האבן פשוט נישט די כלים צו וויסן וואס טוט זיך אין אנדערע שלבים.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1716
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2138 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 19, 2018 8:58 pm

גראדעמעכעלע: אבער אויסהערן טעאריעס פון א טייל פן די סייענטיסטן קען מען יא. און זעהן אויב א טייל פון זייערע טעאריעס שטימען מיט די אידישע מסורה...!

נאר בכל אופן. דער פאקט אז מ'האט געטראפן איבערבלייבענישן פון דינאזאורן (דיינאסאורס, בלע"ז) מיינט נישט צו באשטעטיגן די טעאריע פון דארווין איבער עוואלוציע. און אז די וועלט איז אלט מיליאנען יארן. די דיינאסאורס האבן זיך ארומגעדרייט אויף די וועלט פאר'ן מבול. און זיי ווערן דערמאנט אין חומש..."התנינים הגדולים"...די גרויסע רעפטיילס"...אט דאס זענען די אלערליי דיינאסאורס. וועלכע זענען פארשוואונדן פון די וועלט נאכ'ן מבול...!

נ.ב.: אונזערע היימישע אויפגעקלערטע פילאזאפן (ואין צריך לפורטם בשמותם) וועלכע האבן אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורס'ישע ביכלעך און זיי זענען פסעוודא-אינטעלעקטואלן, וועללן לאכן פון בערל בעל עגלה'ס ווערטער. און זאגן אז א בעל עגלה פארשטייט נאר צו שמייסן די פערד. און זיי געבן צו עסן. און גארנישט מער. ווייל אויב א טעאריע אנטהאלט נישט קיין אפיקורסות אין זיך, איז עס דאך נישט אינטרעסאנט פאר אונזערע אייגן-פראדוצירטע אויפגעקלערטע חכמים ונבונים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

נאך איינס

הודעהדורך נקודת-אמת » זונטאג מערץ 25, 2018 3:51 am

god.jpg
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

הודעהדורך cictim » זונטאג מערץ 25, 2018 8:14 am

cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 161
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 25, 2018 1:26 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:קומסט מיר פאר ווי א מוסלעמענער.

זיין נישט גלייבן איז מסתמא מער דורך געטראכט ווי דיין און מיין יא גלייבן. און דיין שנאה צו אים איז א פועל יוצא פון דיין חינוך.
אפגעזעהן אין וואס מ'גלייבט יא אדער נישט איז ער געווען א חכם אומות העולם (חכמה בגויים 'תאמין') און האט פארשפרייטעט פארשטאנד אויף דעם וועלטל.

חסיד פון ליטא: ווען מ'קען געבן א דיסלייק וואלט איך דיר געגעבן ביד רחבה. אפילו צען שטיק. נקודת אמת זאגט זייער שטארק לאגישע זאכן. איך פרעג נאר איין קליינע שאלה. דער גרויסער חכם מחוכם סטיווען האוקינג האט אמאל נישט אריינגעטראכט אין זיין אייגענעם פיזישן מצב...? צו וואס האט ער דאס צוגעשריבן. צו די נישט געלונגענע עקספלאזיע פונ'ם ביג בענג. אדער צו די אףף טרעק עוואלוציע פראצעס...?! ס'איז איהם נישט בייגעפאללן אז ס'איז דא א גאט אויף דעם גאנצן יוניווערס . א באשעפער פון אלע וועלטן, וועלכער האט אזוי גוזר געווען אויף דעם באשעפעניש סטיווען האוקינג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג מערץ 25, 2018 1:36 pm

וואס זאל איך דיר זאגן,
דו האלטסט אין איין מוכיח זיין אז דו קענסט נישט דן זיין א זאך אויף אן אביעקטיוו'ן אופן.

דו ביסט ב"ה געבוירן געווארן ביי אידישע עלטערן, עם הנבחר, און מ' האט דיר גוט אויסגעלערנט אוועקצומאכן אללע ארגומענטן וואס קענען ברענגן מסקנות וואס וועט דיר אומבאקוועם מאכן. און ב"ה דיין אמונה איז שטארק. דאנק דעם רבש"ע אז ער האט געטוהן מיט דיר אזא חסד.
סטיווען איז אויפגעוואקסן אין אן אנדערער חדר, געלערנט אנדערע מסכתות ווי דיר, נישט געוואוסט אללע תירוצים וואס דו ווייסט. ער האט גענישטערט עד כמה שידו מגעת און וואס זיין שוואכע קאפ האט צוגעטראפן איז ביי אים געווען אנגענומען אלס לאגיש.

פארוואס האסטו א רעכט צו פאדערן פון אים פונקט ווי ער וואלט אויפגעוואקסן ביי דיר אין שטוב??
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 25, 2018 2:26 pm

חסיד פון ליטא: דו מאכסט דא א פונדאמענטאלן טעות. מיט דעם וואס איך גלייב אין די מציאות הבורא ית' שמו. און אז ער האט באשאפן און פיהרט אלע וועלטן. אריינגערעכנט אונזער קליין וועלטל, טוה איך קיינעם נישט קיין טובה. דער אייבישטער, כביכול געט נישט קיין ש-- אויב איך גלייב יא, אדער נישט אין איהם. ווען איך זאג אז אז איך גלייב איז עס ווייל איך בין איבערצייגט אז דאס איז די מציאות. די רעאליטעט וועלכע מאכט די מערסטע סענס. די אלע אנדערע הסברים זענען סתם נאריש. אן פיהרן נישט צו קיין שום לאגישע מסקנא. איך וועל מיך נאר באנוצן מיט דעם בארימטן משל וואס דער רמב"ם האט געגעבן. אז ווען א מענטש זאלל אריינגיין אין א מוזעאום און זעהן הערליך שיין געמאלענע בילדער. וועט ער ען זאגן אז ס'זענען געווען א סאך פלעשעלעך מיט פארב וואס האבן זיך אויסגעגאסן אויף דעם קענוועס. און ס'איז ארויסגעקומען דער שיינער , מייסטערהאפטער בילד. אדער ער וועט זאגן אז ס'איז דא א גרויסער פאכמאן און א קונסטלער וועלכער האט דאס אלעס אהערגעשטעלט. די אלע נאראנים און טיפשים און אומוויסנדע מענטשן מאכן א פונדאמענטאלן טעות. זיי גייען נישט צוריק ביז צום מקור. או.קעי. לשיטתם. ס'איז געווען א ביג בענג. און ס'איז ארויסגעקומען א וועלטל. וויאזוי איז געשעהן דער ביג בענג. דורך היידראדזשין געז עקספלאוזשנס...? ווער האט באשאפן דעם היידראגזשין געז. און ווער האט באשאפן די נאטור זעלבסט..!

זיכער. אין דעם פראצעס פון בריאה האט דער אייבישטער אריינגעגעבן א געוויסע אויטאנאמיע וואס קען אפשר הייסן עוואלוציע. ד.מ. אז די נאטורן פון געוויסע באשעפענישן און געוויקסן פאסן זיך צו צו די קלימאט אין וועלכע זיי עקזיסטירן. און דאס איז א דינאמישער פראצעס וואו ס'קומען פאר גאר קליינע, כמעט אומזעהבארע ענדערונגען, וועלכע ווערן ערשט באמערקט אין משך פון הונדערטער יארן...! אבער די אונטערשטע שורה איז..ראו... מי ברא כל אלה... דעם עיקר פארפאסן זיי. די אזויגערופענע חכמים ונבונים. די פילאזאפן. און אונז אידעלעך. כ'מיין די אויפגעקלערטע צווישן אונז האלטן אז אויב א טעאריע אנטהאלט אפיקורסות און כפירה איז עס סעקסי. און מ'דארף נאכגיין דערנאך. און ווער ס'זאגט אנדערש דער איז צוריקגעשטאנען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג מערץ 26, 2018 1:53 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

Re: פראפעסאר סטיווען האוקינג נפטר געווארן

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג מערץ 25, 2018 3:43 pm

אודאי איז גאר חשוב דיין אמונה ביים בורא.
אינעם היינטיגן חשכות איז יעדע קלייניגקייט גאר חשוב ביים רבש"ע. ק"ו אמונה שבא חבקוק והעמידן על אחת.


דיין טענה איז גאר א שטארקע, אבער פון די אנדערע זייט האבן די כופרים צענדליגע הוכחות אנטקעגן זאכן וואס מיר אידן גלייבן אין.
אלזא, אנשטאט גיין הין און צירוק לאז יעדעם געמאכט. מיר בלייבן מאמינים. די כופרים וועלן בלייבן כופרים. האפענטליך וועט משיח קומען אינגיכן והיה ה' למלך על כל הארץ.

דערווייל האט נישט קיין זין אראפצורייסן עמיצן וואס גלייבט נישט ווי אונז. חוץ טאמער דו קענסט אים אנצייגן אויף שווארץ און ווייס אז דו ביסט גערעכט.
חסיד פון ליטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 26, 2018 2:01 am

חסיד פון ליטא: איך האלט נישט ביי איבערצייגן קיינעם אז מיין וועג פון טראכטן איז דער ריכטיגער. איך מעג אבער מסביר זיין וואס די לאגישע מאטיוון זענען. אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו פארשטיין וואס איז יענעם סייענטיסט און גרויסן דענקער'ס וועג פון טראכטן. דער פראפעסאר און פיזיקער, אלבערט איינשטיין איז סוף ימיו געקומען צו די מסקנא אז ס'איז דא א באשעפער וועלכער האט באשאפן און פיהרט דעם גאנצן יוניווערס. ער איז נישט אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מ'האט געלערנט אמונה במציאות ה'. נאר ער איז עס דערגאנגען דורך זיינע סייענטיפישע פארשונגען. ער האט שלא בכוונה צוגעטראפן דעם ריכטיגן דרך צו צוקומען צו אמונת ה'. אזוי ווי דער חובת הלבבות זאגט אין די הקדמה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7634 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט