מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך בעריש » פרייטאג יאנואר 11, 2019 12:28 pm

די אלטקייט פון די אנדעקטע קברים זענען נישט געבעיסט אויף קארבן 14 נאר אויף די קעניגליכע דיינעסטי זיי קלערן עס האט א שייכות.
אנגענומען היינט ביי ארכעלאגן/היסטאריקער איז, אז די כרנאלאגישע סדר השנים פון די עגיפטער פרעהס איז קלאר און קראנט. און בעיסט אויף דעם וועט מען יעדע אריכעלאגישע דיסקאווערי און אלע לענדער פון די עינשענט וועלט פרובירן טרעפן א שייכות צי וועלכע מצרישע פרעה דאס האט א שייכות אוין לויט דעם וועט מען אוועקשטעלן די אלטקייט פון דעם חפץ/בנין/קבר.
למעשה אז מקוקט אריין און די מהלך וויאזוי מהאט אוועקגעשטעלט די אזויגערופענע קלארע מצרישע כראנאלאכיע זעט מען אז דאס שטייט אויף הינערנע פיס מילד גערעד.
געוועזען א פרייע ישראלישע פראפעסער מיטן נאמען עמנועל ווילקאווסקי וואס האט זיך געפארעט מיט די נושא און האט ארויסגעגעבן עטליכע ביכער איבער די מיצרישע כראנאלאכיע. ער האט א באזינדערע קונטרס אפציפרעגן די אנגענומנע מהלך פון די כראנאלאכיע ווי ער ווייזט אויף גאנץ קאנווינסינג אז דאס איז ממש א דזשאויק
(זיין מסקנה איז אז מדארף מקצר זיין די כראנאלאכיע מיט א 600 יאר און לויט דעם סינקרענייזד אסאך ארכילאגישע דיסקאוועריס מיט די תנ"ך. און ביידעוועי ער האט יארן מתחנן געווען אז מזאל מאכן קארבן 14 טעסטינג און מהאט אים אויסגעלאכט. סוף ימיו ווען מהאט יא געטעסט זענן די ריזאלסט געווין קרוב צי זיינע סדר השנים ווי איידער די אנגענימענע כרנאאלאגיע)
למעשה אפילו מוויל נישט אנעמען זיינע מסקנות און מהאט געוויסע פירכות אויף אים. זענען זיינע קשיות און ראיות אנקעגן די אנגענומענע מהלך אויך אייזן שטארק און וויפיל איך האב פראבירט זיכען איז קיין געהעריכע תירוצים נישט פארהאן.
עס איז אויך ארויס געקומען א בוך א 10 יאר צירוק פון צוויי פרימע אידן און א"י וואס פארענען זיך מיט די נושא און האבן גאנץ א פיינע מהלך אין די מיצרישע כראנאלאכיע וואס סינקרענייזט עס אינגאנצען מיט די היסטאריע וואס מיר לערנען און די תורה"ק
לויט זיי איז די פיפטע דיינעסטי וואס די איצטיגע אנטדעקונג איז סוי קאלד עטריביוטעד בערך און די יארן פון שיעובד מצרים די יארן וואס מהאט געבויעט די גאר גרויסע פירעמידס.

איבער קארבן 14 דארך מען ציוויסן אז דאס איז כלל נישט קיין קלארע מעסטער אפילו לויט די היינטיגע סייענטיסטן מכוח שיניום און די אטמעספערע איבער די לעטצע פאר טויזענט יאר און ספעלט זיך אויס Calibration of radiocarbon dates וואס דאס אליינס איז א סוגיא פאר זיך.
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

Re: מערת קבורה אנדעקט אין מצרים נישט בארירט זייט 4400 יאהר!!

הודעהדורך גראף » זונטאג יאנואר 13, 2019 3:12 am

זענען די פיראמעדס געבויעט געווארען דורך די אידן אין גלות מצרים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 886
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:04 am

גראף האט געשריבן:זענען די פיראמעדס געבויעט געווארען דורך די אידן אין גלות מצרים?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


לויט רוב וויסענשאפטלער איז עס נאך געווען בעפאר גלות מצרים
אזוי האב איך לעצטנס געליינט
ווען איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך בל"נ ארויפלייגען די מקורות צו דעם
איין פשוטע מקור איז אז עס ווערט געברענגט אין חז"ל אז די בנינים וואס די אידן האבן געבויעט אין מצרים האבן זיך נישט געהאלטען און זיי האבן געדאפט כסדר איבער בויען פון דאסניי און דאס איז געווען א חלק פון זייערע עבודת הפרך פון נישט קענען הנאה האבן פון זייער ארבעט
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 4:15 pm

מ'האט געטראפן א טאבלעט וואס שטייט דערויף אז 600k מענטשן האבן מיטגעהאלטן אין וועלכן יאר די מערה איז געמאכט געווארן
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט