קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 540 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 228 מאל

קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז

שליחה דורך חתן בחור »

ס׳איז מיר איינגעפאלן א מורא׳דיגן געדאנק!

אין מאדערן פיזיקס איז דא א כלל אז אלצדינג איז משתמשים בערבוביא ביז עס ווערט אבזערווירט, עס רופט זיך Quantum superposition. למשל אויב א קאץ געפונט זיך אין א הערמעטיש פארמאכטן באקס מיט א פלעשעלע סם, גייט דאס קאץ זיין סיי לעבעדיג און סיי טויט ביז ווילאנג מ׳עפענט דאס באקס און עס ווערט אבזערווירט צו דאס פלעשל סם איז צובראכען. דהיינו ווען די באקס ווערט געעפענט, דעמאלטס צופאלט די superposition, און דעמאלטס ווערט עס מוכרח צו זיין איינע פון די צוויי (Schrödinger's cat). נישט אז ס׳ווערט מוכח למפרע וואס איז געשעהן, נאר עס קומט אריין אין רעאליטעט דורכ׳ן אבזערווירן.

וואס הייסט אבזערווירן?

אויף דעם איז שוין דא אסאך חילוקי דעות, זה בכה וזה בכה, אבער הצד השוה שבהם איז אדער מוז עס זיין א קאנטשעס אבזערווירער (א מענטש) אדער איז גענוג א סענסאר. למעשה האט מען דערווייל נישט אויסגעפונען ווייל סוכ״ס דארף א מענטש אייביג אנקוקען דעם סענסאר צו וויסן דעם ענטפער, און דעמאלטס איז עס מער נישט אבזערווירט געווארן בלויז דורכ׳ן סענסאר. פארשטייט זיך אז היינט איז עטיאיזם גאר פאפולער, און ממילא קענען רוב פיזיקער נישט אננעמען אז עס מוז זיין א קאנטשעס אבזערווירער, ווייל טאמער יא ווייזט דאס אז א מענטש איז ספעשל און נישט בלויז א פראסטע פיזיקעל ארגאניזם.

אלענפאלס אז מ׳נעמט אן די מהלך אז ס׳מוז זיין א קאנטשעס אבזערווירער, קען מען זייער גרינג מסביר זיין וויאזוי די וועלט איז אינגאנצען קארגע 6000 יאר אלט אפילו לויט סייענס. לאמיר זאגן אז ס׳איז דא עוואלוציע, און אז די יוניווערס ווייזט אז זי איז 15 ביליאן יאר אלט, אבער למעשה קען דאס נישט גערעכענט ווערן, וויבאלד קיינער איז נישט געוועהן קאנטשעס וואס זאל עס קענען אבזערווירן! דאס הייסט ס׳האט נישט למעשה עקזיסטיט. יא ס׳איז געוועהן בהמות און חיות, און ס׳איז געוועהן ניענדערטאלס, אבער קיין איינע פון זיי האבן נישט געהאט קיין נשמה, ממילא איז גארנישט געוועהן ביז אדם הראשון איז אפיר געקומען און ויפח באפיו נשמת חיים! איינמאל ער איז געווארן קאנטשעס איז די גאנצע יקום ארויס פון ערבוביא און געווארן א ריעליטי!

עדיט:
מ׳האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז דאס משל פון א קאץ אונעם באקס געהערט נישט ממש דא אהער. (שכויעך קול דודי). כ׳האב עס דא איבערגעשריבען מיט די אריגינעלע עקספערימעט וויאזוי מ׳האט דאס אויפגעוויזן. ס׳איז אפשר אביסל שווערער צו פארשטיין אבער מער ריכטיג.

למשל מ׳שיינט א לייט אויף א נעץ און מ׳לאזט דורך נאר איין פאטאן אויף אמאל וועט זיך די פאטאן אויפפירען איינמאל ווי א פארטיקל, ד.ה. ס׳וועט דורכגיין אונעם לאך ווי עס קלאפט אן, און א צווייטע מאל וועט זיך עס אויפפירן ווי א כוואליע, און דורכגיין אלע לעכער. אזויווי א כוואליע פון וואסער וואס צושפרייט זיך, און מוז נישט זיין אויף איין ארט, קען די פאטאן דארכגיין אלע לעכער מיטאמאל.

ווי כאפט די חילוק? ס׳ווענט זיך צו די פאטאן ווערט אבזערווירט. טאמער ווערט עס אבזערווירט פירט זיך עס אויף ווי א פארטיקעל און גייט נאר דורך איין לאך אויפאמאל, און טאמער נישט פירט זיך עס אויף ווי א כוואליע און גייט דורך אלע לעכער צוזאמען. דאס ווערט אנגערופען Wave–particle duality. פון דעם נעמט אן מאדערן פיזיקס אז אלעס געפינט זיך און א superposition ביז ווילאנג עס ווערט אבזערווירט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום חתן בחור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.

דער אשכול פארמאגט 77 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר