"קוריאסיטי" ראווער אויף מארס-מאדים

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך הציץ ונפגע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:40 pm

עס איז דא גרויסע נייעס פון קוריאסיטי, אבער נאסא'ס סייענטיסטן ווילן נישט ארויסגעבן וואס. די סיבה פארוואס זיי זאגן נישט איז ווארשיינליך צוליב דעם דורכפאל וואס זיי האבן געהאט אין די פארגאנגענהייט ווען זיי האבן געמאלדן אז מען האט געטראפן א גאז מיטן נאמען methane וואס וואלט געווען אן אנדייטונג אז עס האבן געלעבט אמאל לעבעדיגע ברואים אויף מארס. צום סוף האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז די גאז איז פשוט מיטגעקומען מיטן ראווער פון דא, אונזער וועלט. מען ווייסט נישט ווען נאסא וועט מפרסם זיין זייער געפונס, אבער ווי נאסא גיבט איבער איז די געפינס "פאר די היסטאריע ביכער"! מיר קענען קוים ווארטן...

http://www.npr.org/2012/11/20/165513016 ... um-for-now
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:55 pm

אה, איך זע אז מען ווייסט שוין יא ווען נאסא וועט אנאנסירן דעם געפונס. ספעיס דאט קאם זאגט אז דזשאן גראָצינגער, הויפט קוריאסיטי סייענטיסט, האט באשטעטיגט צו זיי אז דער אנאנס וועט פארקומען ביים קומענדיגן צוזאמטרעף פון די אמעריקאנע גיאפיזישע יוניאן, וועלכע וועט פארקומען אין די טעג פון דעצעמבער 3 ביז דעצעמבער 7 אין סאן פראנציסקא.

http://www.space.com/18565-mars-rover-c ... stery.html
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 9:41 pm

וואסאיז קוריאסיטי'ס געפונס "פאר די היסטאריע ביכער"? טייל, וגם אני הקטן בתוכם, האבן שפעקולירט אז די געפינס איז אז מארס האט אמאל פארמאגט פארמען פון לעבן. אבער סטוארט קלארק אין גארדיאן שרייבט אז עס איז אוממעגליך אז דאס איז די געפונס. קודם כל, דזשאן גראָצינגער, דער הויפט סייענטיסט פון די קוריאסיטי מיסיע, האט אין אן אינטערוויו געזאגט די פאלגענדע ווערטער: "קוריאסיטי איז נישט קיין לעבן-טרעפנדע מיסיע. מיר טוען אייגענטליך נישט זוכן לעבן; מיר האבן נישט די מעגליכקייט צו אויפכאפן לעבן אפילו עס איז דארט". ("Curiosity is not a life detection mission. We're not actually looking for life; we don't have the ability to detect life if it was there.") צווייטענס, א ווארטזאגער פאר נאסא האט אין אן אינטערוויו מיט דזשעפערי קלוגער פון "טיים" מאגאזין געזאגט אז "עס וועט נישט זיין וועלט-אויפשאקלנד, אבער עס וועט זיין אינטערעסאנט". דאס געפונס פון לעבן איז קלאר יא וועלט-אויפשאקלנד.

נו, אויב נישט לעבן דאן וואס יא? קלארק ברענגט פון סייענטיסט פּיטער סמיטה וואס האט געזאגט פאר ווייערד אז ער שפעקולירט אז די געפונס וועט זיין אָרגאַנישע מאטעריאל. פארוואס איז דאס פאר די היסטאריע ביכער? ווייל פריערדיגע עקספעדיציעס צו מארס האבן נישט געוויזן קיין צייכן פון אזעלכע אָרגאַנישע מאטעריאל, און עס איז ביז יעצט געווען אנגענומען אז עס איז נישט פארהאן דערפון אויף מארס. קלארק פירט אויס אז דאס איז טאקע א געפונס פאר די סייענטיפישע היסטאריע ביכער, אבער פאר'ן המון עם איז דאס נישט קיין מורא'דיגע אויפטו, עכ"פ אין קאנטראסט צו א געפינס פון אמאליגע לעבן אויף מארס.

די אלע שפעקולאציעס וועלן קומען צו אן ענדע ווען גראָצינגער וועט אין דעצעמבער 3 אנאנסירן דעם געפונס ביים אמעריקאנע גיאפיזישע יוניאן קאנפערענץ, וואס וועט פארקומען אין סאן פראנציסקא. דאס איז אבער זיגער אז גראָצינגער'ס מיסטריעזע ווערטער פאר NPR איבער א געפונס פאר די "היסטאריע ביכער" האט אנגעצויגן אסאך מענטשן און דאס וועט פארשטייט זיך ציען מער פרעסע דעקונג פאר זיין אנאנס.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 10:51 pm

אן אינטערעסאנטער ארטיקל אויף ניו סייענטיסט, ווי ער טענה'ט אז לויט מאנכע וועט אן ארגאנישע מאטעריאל געפונס זיין אן אויטאמאטישער אנדייטונג אז מארס האט אמאל פארמאגט לעבן. מער איבער דעם וועל איך אפשר שרייבן שפעטער.

און צוגאב צו די אויבענדערמאנטע סיבות פארוואס די געפונס איז מסתמא נישט לעבנס-פארמען, זע איך אין דעם ארטיקל א ציטאט פון קריס מעקעי פון נאסא וועלכער ווייסט וואס די געפונס איז און ער זאגט אז "דאס איז מסתמא נישט אזוי אינטערעסאנט ווי די אינטערנעט שמועות טוען אנגעבן" ("This is probably not as exciting as the internet rumors suggest").
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:06 am

רבותי, דער מצב טויג נישט - די גאנצע מעשה הייבט זיך גארנישט אהן.

מיט אזעלכע תירוצים גג על גג [און א וואך שפעטער] ווייס איך שוין נישט ווער עס איז משוגע.
איך האב מורא אז די חברה ווייסן וואס זיי רעדן...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:00 pm

וועלן מיר צו ווארטן נאך פינף טעג...
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:36 pm

Mars Rover Finds No Signs of Life in Dirt

http://thelede.blogs.nytimes.com/2012/1 ... -revealed/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 pm

זיי האבן אנאנסירט אז זיי האבן געפינען ארגעניק קאמפאונדס, אבער זיי ווייסן נישט צו ס'איז פון מארס אדער ס'איז מיטגעקומען פון דא http://www.livescience.com/25197-mars-r ... overy.html
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 4:44 pm

נאסא'ס PR טיעם ארבעט צו קאנטראלירן פאטענציאלע דעמעדזש פון די "היסטאריע ביכער" סטעיטמענט. http://www.space.com/18758-mars-rover-c ... nding.html
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 06, 2013 1:59 pm

קוריאסיטי'ס דריל ליגט שוין אויף א שטיינדל אויף מאדם, די דריללען וועט זיך אנהייבן קומענדיגע וואך.

בילד

http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-20901931
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 08, 2013 6:10 pm

און בעפארברייטערונג צום גראבן קומענדיגע וואך, האט קוריאסיטי זיך באנוצט מיט א ספעציעלן שטויב אפרייניגער אפצופוצן די רויטע זאמד פונעם שטיין.

mars-rover-curiosity-brushes-rock.jpg
mars-rover-curiosity-brushes-rock.jpg (99.67 KiB) געזען געווארן 2143 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 11:27 pm

א בילד וואס קוריסאסיטי האט גענומען פון א מאדנעם שטיינדל.
בילד

דער שטיינדל האט באקומען דעם צונאמען "מארס בלום", ווייל עס זעט אויס ווי א געוואוקס און נישט ווי א שטיין. מארס סייענטיסטן זאגן אז זיי האבן דערווייל נישט קיין געהעריגן הסבר פארוואס די שטיין זעט אויס אזוי מאדנע.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:43 pm

א בייפליענדע ספעיס שיף האט געכאפט א בילד פון מארס אין די געגנט ווי קוריאסיטי האט געלאנדעט. מען קען קלאר זען די טרעקס וואס די רעדלעך פון דעם ראווער האבן געלאזט אין די טונקעל-רויטע זאמד אויף מארס. מען קען אויך זען דעם ראווער, און די סימנים וואס עס האט געלאזט אויפן פלאץ ווי די הימל-קרעין האט אראפגעטראסקעט נאכן אראפלאזן דעם ראווער מיטן פערעשוט.

דארט ווי ס'איז ארומגענומען מיט רויט איז די לאנדונגסט ארט, דארט ווי ס'איז ארומעגענומען מיט בלוי איז די ראווער בכבודו ובעצמו. צו זען א גרעסערע (און קלארערע) בילד דרוקט דא

mars-rover-curiosity-tracks.jpg
mars-rover-curiosity-tracks.jpg (165.71 KiB) געזען געווארן 2096 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג מערץ 01, 2013 6:17 pm

נעכטן האט קוריאסיטי געליטן זיין ערשטער ערנסטע קריזיס ווען די קאמפיוטער וועלכע פירט אלע אפעראציעס איז געווארן קארופטירט. מען האט געסוויטשט צו א בעק-אפ קאמפיוטער און דער ראווער איז אריינגעגאנגען אין סעיף מאוד. לויט ווי באריכטן גיבן איבער וועט קוריאסיטי בלייבן אין סעיף מאוד פאר א וואך צייט. קוריאסיטי האט געהאלטן אינמיטן אנאליזירן א צומאלענע שטיין פון מארס, און די סייענטיסן וועלן מוזן ווארטן לכה"פ נאך א וואך ביז די ענדגילטיגע רעזולטאטן פון דעם אנאליז וועט צוריקקומען.

עס ווערט אויך באריכטעט אז דער ראווער וועט שלאפן במשך רוב אפריל, וויבאלד די זון וועט דעמאלטס שטיין צווישן דער ערד און מארס און וועט שטערן ראדיא סיגנאלן פון און צום ראווער.

http://news.nationalgeographic.com/news ... -nasa-jpl/
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:25 pm

היינט איז באריכטעט געווארן די רעזולטאטן פון אן אנאליז אויף א שטיין וועלכע קוריאסיטי האט געדרילט אויף מארס. לויט ווי נאסא זאגט, ווייזן די שטיין סימנים אז פאר מיליאנע יארן צוריק איז די וואסער אויף מארס געווען א ריינע וואסער וועלכע האט געקענט סופפארטן לעבן. די נייעס אז מארס האט געהאט אמאל אן ענווייראמענט וועלכע האט געקענט סופפארטן לעבן, איז נאך א טריט אין די דירעקציע אז מארס האט אמאל אייגענטליך פארמאגט לעבן, עכ,פ אין די פארעם פון באקטיריעס. דערווייל זענען אבער נישטא קיין שום ראיה אז מארס האט טאקע אמאל פארמאגט לעבן.

http://www.nasa.gov/mission_pages/msl/n ... 30312.html
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:35 pm

עס א גרויסע חילוק פון מ׳האט געקענט לעבן, ביז מ׳האט אייגענטליך געלעבט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1504 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 4:19 pm

נאך א ראווער פון נאסא, מיט'ן נאמען "אינסייט", האט פריער געלאנדעט אויף מארס.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 542
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1282 מאל

הודעהדורך קוקי » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 1:35 am

קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט