בלאט 1 פון 1

"קוריאסיטי" ראווער אויף מארס-מאדים

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:43 am
דורך שיטה מקובצת
די וויסנשאפטליכע וועלט, און אזוי אויך יעדער וואס האט א אינטערעס אין חכמה ומדע, קוקט ארויס מיט שפאנונג צו די היסטארישע מאמענטן ווען היינט גייט לאנדן אויף דעם פלאנעט מארס-מאדים א "ראווער" מיטן נאמען ״curiosity״ - נייגעריגקייט. די ראווער איז ארויסגעפארן פארגאנגענע נאוועמבער 2011, און נאך א רייזע פון איבער אכט חדשים ווערט ערווארטעט אז עס זאל היינט לאנדען אויף די מדבר'דיגע ערד פון מארס. 

דער פראיעקט, וואס קאסט 2.5 ביליאן דאלאר, וועט שטודירן די ערד פון מארס, צו דערגיין צי עס האט זיך אמאל געפינען אויף דעם לעבן. דער ראווער וועגט 2000 פונט, און פארמאגט גאר סאפיסטיקירטע מאשינען אויף זיך וואס דינען ווי א לאבאראטארי צו שטודירן די ערד אויף מארס. 

דורכאויס די צוויי יאר וואס די ראווער וועט קאמאנדעווען אויף מארס וועט עס אויך שטודירן די דארטיגע קלימאט און געאלאגיע, אין בעפארברייטונג צו קומענדיגע מענטשליכע מיסיעס צו מארס. 

די לאנדונג איז באשטימט אויף 1:31 מאנטאג פארטאגס ניו יארק צייט, די זיבן מינוט וואס עס נעמט פאר די ראווער פון אנרירן די אטמאספער ביז'ן לאנדען, ווערן אנגערופן "זיבן מינוט פון טעראר" - דאס איז ווען וויסנשאפטלער וועלן בייסן די נעגל מיט ציטער נישט וויסנדיג די שיקזאל פון דעם טייערן ראווער, פאר פערצן מינוט ביז די סיגנאלן קומען אן פון מארס ביז די וועלט.

אין טיימס סקווער אין ניו יארק וועט זיין לעבעדיגע דעקונג פון די היסטארישע לאנדונג. 


א געמאלן בילד ווי אזוי די לאנדונג גייט היינט אויסזען
בילד