קאלט און הייס סתירה?!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

קאלט און הייס סתירה?!

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 05, 2020 9:31 pm

א חבר מיינע האט מיר היינט אויפמערקזאם געמאכט אן אינטערעסאנטע זאך.
אונז ווייסן דאך אז קעלט גייט אראפ, און היץ גייט ארויף (היץ ווערט ווייניגער פון קעלט) פשוט.

אם כן וויאזוי קען זיין אז וואסער (למשל א פארפרוירענע טייך) זאל נאר זיין אייז אויבן און אונטער דעם זאל נאך זיין וואסער?
די רגע די העכערע שיכטן וואסערן פון אויבן זענען אביסל קעלטער פון די נידעריגערע, וואלט עס געדארפט אראפ זינקן......
לכאורה וואלט נאר געקענט זיין שטיקער אייז נישט א חלק וואסער דערינען????

ואי תימה עס געשעט זייער שנעל, דאן פארוואס א קליינעם גלאז וואסער אין א נישט עקסטרעם קאלטע פריזער גייט עס אויך אזוי (קודם אויבן אייז דערנאך אונטן)?
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

קאלט און הייס סתירה?!

הודעהדורך מי אני » דינסטאג מאי 05, 2020 10:04 pm

אין אלגעמיין ווי מער היץ [טערמאל ענערגיע] א זאך האט, אלס מער זענען אירע מאלעקיולס ענערדזשעטיק וממילא פארשפרייט. וממילא, ווי ווייניגער היץ עס האט אלס מער זענען אירע מאלעקיולען צוזאמען. דאס איז די סיבה פארוואס עלעמענטען אין זייער סאלידע פעיז וועגען מער ווי די זעלבע מאסע פון די עלעמענט אין אירע ליקוויד אדער גאז פעיזעס; ווייל זיי זענען מער דענס דעמאלטס.

דאס איז חוץ ביי וואסער [h2o]. ביי וואסער איז איר סאלידע פעיז [אייז] ווייניגער דענס ווי איר ליקוויד פעיז (וויבאלד אירע מאלעקיולס זענען א משהו פּאלאר/מאגנעטיש). דעריבער וועגט די זעלבע מאס וואסער אין אייז ווייניגער ווי די זעלבע מאס וואסער אלס וואסער. דאס גייט גורם זיין, לפי די ארכימידוס פרינציפ, אז די אייז וועט פלויטן אויבן. דאס איז ווידער גורם אז די וואסער דערונטער זאל זיך האלטן ווארעמער [אינסולעישן] בסתם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג מאי 05, 2020 10:20 pm

ביי וואסער וואס ליגט אויפן פייער וועט אויך זיין אז אונטן וועט זיין הייסער ווי אויבן.

קעלט גייט אראפ און היץ ארויף, דאס איז ביי לופט, נישט ביי וואסער. די וואסער בלאקירט די לופט פון פארן ארויף אדער אראפ.

איך גלייב אז מי אני זאגט ענליך, נאר איך פארשטיי נישט קיין קבלה...
מפיל קינד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג מאי 05, 2020 10:36 pm

ניין, מי אני מיינט נישט דאס. ער איז מסביר אז עס איז נישט קעלט און היץ וואס איז גורם די וואג, נאר די צושטופטקייט פון די מאסע מאלעקיולס, און ביי וואסער איז עס אנדערש.
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

קאלט און הייס סתירה?!

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מאי 08, 2020 3:49 pm

אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו דעם מפּעמבּא עפעקט. עס לויטעט אז אויב מ׳האט צוויי גלעזלעך וואסער איינס הייס (אבער נאך אלס א ליקוויד) און די אנדערע רוּם טעמפּערטשור און מ׳נעמט זיך פרירן ביידע, איז שטארק יתכן אז די הייסע וואסער זאל אנקומען צום קעלטערן טעמפּעראטור שנעלער און פריער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

Re: קאלט און הייס סתירה?!

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 08, 2020 6:40 pm

געהערט דערפון,
אבער פארוואס טאקע?
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 300
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל

קאלט און הייס סתירה?!

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מאי 08, 2020 7:37 pm

ס׳דא אפאר היפאטעזיעס וואס מ׳חשבונ׳ט דערויף. צווישן זיי:

1). וויבאלד דאס איז מעיקרא געווען הייס האט עטוואס מער פון די וואסער עוועפּערעיטעט וממילא איז דא אין דעם א ווייניגערע מאסע אויף צו פרירן ווי די אנדערע.

2). וויבאלד די קילערע וואסער איז עטוואס מער דענס, טוהט דאס אביסל מער בלאקירן דאס קאָנוועקשען/טרענספער פון די היץ ענערגיע ס׳זאל קענען אוועק דיפיוּסן (עפ״י א חלק פון די צווייטע געזעץ פון טערמאדיינעמיקס אז היץ, וואס איז אן ענערגיע, גייט צו דארט וואו ס׳איז נישטא ביז ס׳קומט אן צו אן איווענקייט [עקוויליבּריוּם] צווישן די צוויי).

3). קעלטערע וואסער קען האבן מער דיסאלווד געזעץ אין זיך (אזוי ווי סוֺידע) ווי הייסערע, וממילא טוהט דאס שטערן די קאָנוועקשאן.

4). די הייסערע וואסער האט געקענט פון אונטן מעלטען/אפשוואכן די אינסולעישאן, וממילא פארלירט עס אויך דורך דארט היץ דורכ׳ן דאס אפקילן לעומת די קעלטערע.

5). ווי אויסגעשמועסט אויבן זענען וואסער מאלעקיולס א משהו מאגנעטיק; די באקאנטע היידראדזשען בּאנדינג ביי זיי צווישן די מאלעקיולס. ביי הייסערע וואסער איז די בּאנד שוואכער וממילא קען עס גרינגער איבערגיבן/אוועקגיבן די ענערגיע פון היץ.

6). מאלעקיולס אליין קענען זיך אויספארעמען צוזאמען אין געוויסע שׁעיפּס; דאס רופט זיך אליגאמערס (אדער פּאַלימערס[/i]). ביי ווארעמע וואסער זעהט מען אז ס׳איז מער יתכן אז דארט זאלן זיין אליגאמערס פון וואסער מאלעקיולס (א וואסער קלאָסטער) וואס זענען אין די פארעם פון א העקסאמעטער [כעין 6 זייטן (אין 3D)]. דאס קען אפשר צוגיבן דערצו אז עס קילט זיך אפ שנעלער, וואס מיינט אז די מאלעקיולס שטעלן זיך מער אויס אין א סדר [קריסטעליזעישׁאן] (ווען ס׳ווערט א סאליד).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1186
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט