איז דיין פעסווארד פארזיכערט?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

איז דיין פעסווארד פארזיכערט?

שליחה דורך פארוואס? »

עס איז שוין זייער לאנג וואס איך האב נישט געשריבן איבער א טעכנישע / מאטעמאטישע נושא. איך האב געטראכט, אפשר זאל איך אנפאנגען עפעס, און איך וועל ממשיך זיין לויט די פידבעק.

ובכן, לאמיר אביסל לערנען איבער קריפטאגראפיע (Cryptography), א סייענטיפישע צווייג אינעם פעלד פון מאטעמאטיק און קאמפיוטער סייענס וואס נעמט ארום די נושא פון באהאלטן מעסעדזשעס, ענקריפטן און דיקריפטן, איך וועל אנפאנגען פון די סאמע בעיסיק יסודות, אזוי אז איינער וואס האט נישט קיין בעקגראונד אין די נושאים זאל אויך קענען פארשטיין. האפנטליך, וועל איך אנקומען צו ערקלערן ווי זוי די באקאנטע אר-עס-עי (RSA) אלגאריטעם ארבעט.


די ערשטע שאלה איז, ווען איז עס נוגע אינעם טאג טעגליכן לעבן?

ווי באקאנט, אין מלחמה צייטן ווען פארשידענע טיילן פון די מיליטער וויל שיקן מעסעדזשעס צו זייערע מיטארבעטער פון דער ווייטנס, אייביג איז געווען די חשש אז עס קען אריינפאלן אין די הענט פון דעם שונא, צוליב דעם האט מען גענוצט ענקריפטעד מעסעדזשעס. דאס גייט שוין צוריק טויזנטער יאהרן צו די אור אלטע היסטאריע.

אין די היינטיגע מאדערנע צייטן פון טעכנאלאגיע איז עס אסאך מער נוגע אין פרידנס צייטן, און יעדער איינער פון אונז באנוצט זיך דערמיט צענדליגער מאל אין א טאג.
מיר שיקן נאכאנאנד אינפארמאציע איבער די אינטערנעט, און טייל פון די אינפארמאציע איז סענסיטיוו, מיר שיקן אונזער פעסווארד צו אונזער באנק אקקאונט איבער די גלאבאלע נעטווארק, עס איז אייביג דא א חשש אז א בייזוויליגער העקער וועט קענען לייגן א האנט אויף די אינפארמאציע. כדי צו אונז פראטעקטן ווערט גענוצט (פון אונטער די קוליסן) די טעכנאלאגיע צו ענקריפטן און דיקריפטן די אינפארמאציע, אזוי פארזיכערנדיג אז בייזוויליגע מענטשן קענען נישט מאכן קיין נוץ דערפון, אפילו אויב זיי באקומען די אינפארמאציע.

ווי אזוי ענקריפט מען א מעסעדזש?

לאמיר אנגעפאנגען מיט די מער פרימיטיווע מעטאדן צו ענקריפטן, א משל דערצו א באקאנטע איז די אלעמען באקאנטע את-בש מעטאד. לאמיר זאגן עֶלִיס וויל שיקן א מעסעדסש צו באב, און ער וויל קיינער זאל נישט פארשטיין וואס ער שרייבט אויסער באב, די פשוטע עצה איז עליס פארדרייט די אותיות לויט די את-בש מעטאד, און באב ווען ער באקומט די מעסעדזש דרייט ער עס צוריק צו באקומען די ארגינעלע מעסעדזש.

בילד

עליס וויל שרייבן צו באב "מארגן ביי די קאפע הויז", ער נוצט די את-בש טאוול, ווי יעדע אות האט אן אנדערן אות אנשטאט, און ער שרייבט "יתגרט שממ קמ דתוז צפמע", א פרעמדער מענטש וואס ווייסט נישט אז די מעסעדזש איז באהאלטן, וועט נישט פארשטיין וואס די כוונה פון די ווערטער, אבער דער אדרעסירטער באב, ווייסט אז ער דארף נוצן די את-בש מעטאד צו עס אויפברעכן, ער וועט נוצן די זעלבע מעטאד וואס עליס האט גענוצט, נאר אויף פארקערט, און באקומען די ארגינעלע מעסעדזש.


ווען עליס פארדרייט די ארגינעלע מעסעדזש נוצנדיג די את-בש, דאס ווערט אנגערופן "ענקריפשן" (encryption), ווען באב דרייט צוריק די מעסעדזש צו די ארגינעלע מעסעדזש, דאס ווערט אנגערופן "דיקריפשן" (decryption).

אנדערע מעטאדן

עס זענען דא אומצאליגע מעטאדן ווי אזוי צו ענקריפטן, צומאל איז עס מער פארזיכערט און צומאל ווייניגער פארזיכערט, נארמאלערהייט פאדערט זיך אז דער שיקער און באקומער זאלן ביידע וויסן וועלכע מעטאד מ'נוצט און מאכן זיכער אז קיינער אנדערש אויסער זיי ווייסט עס נישט.

את-בש איז נאר א דוגמא פון א מעטאד וואס נוצט קביעות'דיגע אותיות צו ריפלעיסן איינס מיט די אנדערע. אזוי אויך איז פארהאן די "קייזער סייפער", דאס איז א מעטאד צו רוקן די אותיות מיט עטליכע אותיות שפעטער, לויט די אלפאבעטיקל סדר.

למשל, אויב רוקט מען מיט צוויי, דעמאלס אן א ווערט א ג, א ב ווערט א ד, און אזוי ווייטער. מיט די מעטאד קען מען נוצן וועלכע נומער מ'וויל (ביז 22) אבער סיי עליס און סיי באב וועלן דארפן וויסן וועלכע נומער צו נוצן, און קיין איין אנדערע מענטש ארום טאר דאס נישט וויסן.

דאס ווערט אנגערופן על שם יוליוס קייזער, ער פלעגט נוצן די מעטאד צו שיקן מעסעדזשעס צו זיינע סאלדאטן, ער פלעגט נוצן די נומער 3, (יעדע אות איז געווארן ריפלעיסד מיט די דריטע אות נאך אים). אין יענע אור אלטע צייטן ווען זייער ווייניג מענטשן האבן געקענט שרייבן און לייענען, און אוודאי נישט צוברעכן און אויסגעפונען די קאוד איז עס געווען גאנץ א פארזיכערטע מעטאד.

די קייסער סייפער ערלויבט אונז צו נוצן 21 מעטאדן, (אין די העברעאישע אלפאבעט). א מער ברייטערע מעטאד (וואס געבט אונז אסאך מער מעגליכקייטן) איז צו נוצן א מעטאד וואס איז בכלל נישט געוואנדן אין די סדר פון די אלפאבעט, נאר פשוט מ'ערווענט א טאוול וואס זאל זאגן פאר יעדע אות וועלכע אנדער אות דארף עס איבערנעמען, סיי עליס און סיי באב נוצן די זעלבע טאוול, די טאוול דארף נישט האבן קיין שום מיינונג און סדר, ווי לאנג ביידע פון זיי ווייסן פונקטליך פאר יעדן אות וועלכע אות עס סאבסטיטורט אים.

די אלע אויבנדערמאנטע מעטאדן גייען אריין אין די קאטעגאריע פון סאבסטיטושן סייפער (substitution cipher), מ'נוצט אותיות אינעם אלפאבעט צו סאבסיטוטן אן אות. עס איז אויך דא מעטאדס וואס טוישן די סדר פון די אותיות אין די ארגינעלע מעסעדזש אנשטאט טוישן די אותיות אליינס, די געדאנק איז די זעלבע, ווילאנג א פרעמדער מענטש קען נישט מאכן קיין באנוץ מיט די מעסעדזש הייסט עס אן ענקריפטעד מעסעדזש.

ווי מיר זעהען ביזדערווייל, אפגעזעהן וועלכע מעטאד מ'זאל נאר נוצן פאדערט זיך אז עליס און באב זאלן ביידע נוצן די זעלבע מעטאד, דער מעטאד ווערט אנגערופן א שליסל, על שם וואס עס עפנט און פארשליסט דעם מעסעדזש, ממש אזוי ווי א פיזישע שליסל, נאר ווער עס האט דעם שליסל קען באקומען צוטריט צום מעסעדזש. דאס איז די ענקריפשן שליסל (encryption key).

פארשידענע שוועריגקייטן קענען ארויפקומען מיט די אויבנדערמאנטע פרימיטיווע מעטאדן. וואס טוהט מען אויב בייזוויליגע מענטשן דערוויסן זיך דעם שליסל? וואס טוהט מען אויב דער שונא איז גענוג קלוג צו אויסטרעפן די שליסל דורכן אנאליזירן די ענקריפטעד מעסעדזש? איז עס מעגליך? איז עס מעגליך צו פראטעקטן דערפון? אלזא, לאמיר אריינקריכן אביסל טיפער אין קריפטאגראפיע.


בעפאר איך גיי צום קומענדיגן חלק, לאמיר מאכן אן אינטרעסאנטן עקספערימענט, איינער זאל פאסטן א מעסעדזש דא אויף אידיש, נוצנדיג די קייזער סייפער, און לאמיר זעהן ווי גרינג איז צו אויסגעפונען די מעסעדזש אן דעם וואס מיר זאלן באקומען די שליסל. פליז האלט זיך צו די פאלגענדע תנאים:
1. נוץ נאר די קייזער סייפער מעטאד, נישט קיין אנדערע.
2. נוצ נישט קיין אותיות סופיות (מנצפכ).
3. די ארגינעלע מעסעדזש דארף זיין א ריכטיגע גראמאטיש אויסגעהאלטענע זאץ, נישט ווייניגער פון 10 ווערטער.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר