אינטערעסאנטע עקספירימענטען און שטודיעס - פסיכילאגיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1183 מאל

אינטערעסאנטע עקספירימענטען און שטודיעס - פסיכילאגיע

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

עקספירימענטן וואס ווערן געמאכט צו שטודירן די נפש פון די מענטש קענען זיין גאר אינטערעסאנט, אמאל זענען די רעזולטאטן ווי ערווארטעט, און אמאל פארקערט. אמאל איז עס זייער קאמפליצירט, אמאל זייער פשוט. איך גלייך זייער צו הערן אזעלכע שטודיעס, וועל איך פראבירן צו שרייבן דא אביסל, און יעדער איז וועלקאם זיך צו משתתף זיין.

פסיכילאגישע עקספירימענטען זענען געווענליך שווערער צו מאכן ווי עקספירימענטן אין אנדערע חלקים פון סייענס, עס פארלאנגט זיך ספעציעלע מצבים וואס קענען נישט אייביג ווערן אהערגעשטעלט, און אסאך מאל קען מען זיך נאר באנוצן מיט שטודירן ריעל לייף. טאקע דערפאר איז אסאך מאל די גרעסטע חידוש וויאזוי די עקספירימענט איז בכלל אויסגעשטעלט.

לאמיר אנהייבן.

----------

די ערשטע עקספירימענט אויף מענטשן וואס איז פארשריבן איז געמאכט געווארן אין מצרים, עס איז געווארן פארשריבן דורך די גריכישע היסטאריקער הערודאוטוס, באקאנט אלס די "טאטע פון היסטאריע". ער שרייבט פון די עקספירימענט, ער האט געהערט די פרטים דערפון ווען ער איז געווען אין מעמפיס מצרים.


פסמתיך די פרעה פון מצרים (אין די 7'טע יאר-הונדרעט פארן ציילונג למספרם), האט געהאט אזא טעאריע: אונז מצריים זענען דאך די עלטסטע פאלק, מוז דאך אונזער שפראך זיין די עלטסטע שפראך. אויב אזוי איז דאס די נאטורליכע שפראך וואס ליגט אין א מענטש ווען ער ווערט געבוירן. ווען א קינד וואקסט אויף מיט אן אנדערע שפראך, לערנט ער זיך אויס די פרעמדע שפראך און ער קען מער נישט קיין מצריש. אבער אויב וואלט א קינד נישט געהערט קיין שום שפראך בכלל, וואלט ער געקענט מצריש, ווייל דאס איז דאך די שפראך פון נאטור אליין...

היינט וואלט מען גארנישט געקענט טון מיט די הייפאטעסיס, אבער די קעניג פון מצרים האט נישט געהאט קיין ליבעראלע באגרעניצונגען. האט ער באפוילן צו נעמען 2 קינדער ממשפחת העבדים גלייך פון געבורט, און מאכן זיכער אז זיי הערן נישט קיין שום לשון. די צוויי בעיביס זענען אפגעשיקט געווארן צו א פארשטופטע געגנט אין מצרים, און אריינגעלייגט געווארן אין א פארמאכטע הייזקעלע אונטער די בעלות פון א פאסטוך. די פאסטוך איז געווארן אנגעזאגט צו געבן עסן פאר די קינדער, פארזארגן אלע זייערע באדערפענישען, אבער ער זאל מאכן זיכער אז זיי הערן נישט קיין איין איינציג ווארט.

אזוי עס איז אנגעגאנגען פאר בערך צוויי יאר. איין טאג ווען די פאסטוך איז געקומען זיי געבן עסן, האבן זיי אים ענטפאנגען מיט א בעבל "בעקאס!". זינט די ווארט האט גארנישט געמיינט פאר אים, האט ער עס איגנארירט. אבער ווען עס האט זיך איבערגעשפילט, האט ער געלאזט וויסן פאר די קעניג די אנטוויקלונג. פסמתיך האט זיי געלאזט רופן, ווילנדיג אליין הערן די בעבלעריי. ווען ער האט געהערט "בעקאס", האט ער זיך אינטערעסירט וואס דאס קען מיינען, איז ער געוואר געווארן אז בעקאס מיינט ברויט אין פריגיש.

אלזא, די רעזולטאט פון די עקספירימענט איז - צו די אנטוישנג פון פסמתיך - די "פריגים" זענען די עלטסטע פאלק אויף די וועלט...


חוץ די היסטארישע ווערט פון די עפיזאד, פארוואס איז מיר די שטודיע ספעציעל אינטערעסאנט? ווייל ווען איך בין געווען א קינד האב איך געהערט די זעלבע זאך אויף לשון קודש, און עס וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז מענטשן וואס זענען אזוי ווייט אין מקום און צייט און קולטור, קענען טראכטן ממש די זעלבע שטותים. אונז ווייסן גארנישט ווי שטארק מענטשן זענען די זעלבע איינער צום צווייטן.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר