א שמועס מיט א אַנְדְּרוֹגִינוֹס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בוטן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 209
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 29, 2020 9:22 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

א שמועס מיט א אַנְדְּרוֹגִינוֹס

שליחה דורך בוטן »

מעשה שהיה כך היה.
אין איינע פון מיינע רייזעס אין אייראפע, האב איך באגעגענט איינעם וואס איז פונקט ווי מיר געקומען אינעם ארטיגן חב''ד שול. און יענער האט אויסגעקוקט פארשעמט און באזייטיגט.
אלזא, נאך א שטיקל שמועס אויף אונזער טיש - ביים שבת סעודה אינעם חב''ד הויז, האט מיר א באקאנטער געמורמעלט אין די אויערן, אז יענער מיט וועמען איך רעדט יעצט איז פארדעכטיגט.

איך האב פראבירט עהם באטראכטן, און נישט געזען אז ער איז שעדליך, נאר מאדנע יא, און די פאקט אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א מאן אבער געהאט פרויערישע באנעמונגען.
מה עשה הקב''ה, ווען איך זעץ מיך נאך שבת צו מיין קאמפיוטער, זע איך יענער האט מיר געשיקט א פריינד ריקוועסט אויף פעיסבוק, און ווען מיין נייגער מוטשעט מיר, האב איך מיט געוואגטקייט געשיקט דעם פראגע צו מיין נייעם פריינד.
אנטשולדיגט פאר'ן מאדנע פראגע, אבער; ביסטו א זכר צו א נקיבה???
און יענער ענטפערט מיר צוריק, קורץ און שארף; די פראגע וואס האט געהארגעט מיין יוגענד, און וואס כ'האב זיך קוים אויסגעלערנט לעבן דערמיט, און ווידער פרעגט מיר איינער דירעקט דעם פראגע...
איך האב זיך אנטשולדיגט, און געזאגט; מוזט פארשטיין, מיר האבן גערעדט שבת עטליכע מאל, און כ'האב נישט געהאט די העזה דיר צו פרעגן אין פנים דעם פראגע, אבער יעצט אז כ'האב שוין געפרעגט, נישט פון שלעכטקייט צו קאלטקייט צו דיינע עמפינדליכקייט, נאר בלויז צוליב מיין גאר ווילדע נייגער. ביטע ענטפער מיר.
זאגט מיר יענער, אז דווקא מיר וועט ער ענטפערן, ווייל דווקא ערליכע יודען האבן עהם געהאלפן זיך אוועקשטעלן אין לעבן נאך א רייע מיטמאכענישן, זייט ער איז געבוירן געווארן א אַנְדְּרוֹגִינוֹס!
המשך יבוא

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר