וואס גייט עס דיר/מיר אהן??

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

וואס גייט עס דיר/מיר אהן??

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

היסטארישע נייעס: נאסא'ס ראווער לאנדעט אויפן פלאנעט מארס!

שטעלט זיך יעצט דער גרויסער קאשי', וואס אויף די וועלט איז זייער ציל דארט ווייסט איינער? חוץ אריינגיסען ביליאנען שטייער-צאלער געלטער אין עפעס א ווערט-לאזע פראיעקט איז עפעס נאך דא?
וואס אויף די געדערים גייט מיר אהן אויב עפעס א פריקען באשעפעניש האט דארטן יא צו נישט געלעבט טויזענט יאר צוריק?? אין אויב יא, איז וואס? איך (און די...) פלאנען נישט צו גיין וואינען דארט!

אילאן מאסק אויב ער וויל אויסגעבן זיינע פריוואטע געלטער פאר זיינע הייסע דמיונות, כל הכבוד! און אז ער וויל שטארק קען ער אפילו אהין פליען, און מיר איבערלאזען דא זיינע בילאנען... איך וועל איהם שוין זיכער מאכן נאכצושיקען א רעסיפ"ט. אבער די רעגירונג?? וויאזוי ניצען זיי אינזערע אויסגעהארעוועטע שטייער צאלער געלטער פאר אזוינע (אויבנ'אויפעדיגע) תורות לאקשען??

גייסטו מיר זאגן אז מ'דארף פארלויפן די וועג פון די רוסן און די כינעזער, הייסט עס ס'עפעס א מין מאכט-געראנגעל ווער ס'גייט קאלינאלייזען דעם רויטען, נאקעטען פלאנעט! הא? (אדער נעמען די ארטיגע גרינע מענטשעלעך פאר קנעכט...)

אבער די שמחה וואס מ'זעט איבעראל דאס איז א צריך ביאור, 'הו הא! מיר האבן עס געמאכט!' 'מיר האבן עס דעגרייכט!' 'קוק נאר אהן די בילדער' די מידיא פאמפעט אוועק די 'געוואלדיגע' דעגרייכונג מיט פאטאס, מ'קען מיינען כאילו האסט נארוואס באקומען די בשורה אז אן אומבאקנטע עלטער פעטער האט דיר איבערגעלאזט א ביליאן פאר ירושה...

אינז זעמיר אלע צודרייט געווארן?? די פלאנסט צו גיין וואינען דארט?? איך נישט! דיין לעבן טוישט זיך יעצט עפעס לכבוד דעם? איך גיי דיר מער נישט זעהן מיטן שטאפענעם היט און דזש"י ענ"ד דזש"י רעקל? אדער די בלייבסט ביים עסן די זעלבע האו"ל ווי"ט ברויט אין טונא פיש פאר פרישטאג?!

שוין! איז האבמיר אין זיימיר!!
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר