בלאט 1 פון 1

מוח-טויט: וואל סטריט דזשורנאל שרעקט אן מענטשען

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:16 am
דורך יידל
די וואל סטריט דזשורנאל האט אן ארטיקל וועגן מוח-טויטע מענטשן. דער ארטיקל רעדט כמעט נישט פון די מעדיצינישע חלק פון מוח-טויט, אויך נישט וועגן די מאראלישע חלק. דער ארטיקל רעדט וויאזוי א טויטער מענטש דארף זיין "קאלט, שטייף, גרוי און נישט אטעמענדיג", נישט "ווארעם, פינק און אטעמענדיג". ער פארציילט אבער נישט וויאזוי א מענטש אן א קאפ וועט פונקט אזוי זיין "ווארעם, פינק, און "אטעמענדיג"" ווילאנג מען מאכט זיכער אז די לינגען באקומען לופט (דורך א ראספיראטאר). דער ארטיקל איז באזירט אויף האלב רויע פאקטן און אפעלירט צום מענטשנס געפיל. דער שרייבער טעהנ'ט אז א געוויסער מינימאלער פראצענט פון מענטשן וואס זענען דערקלערט געווארן אלץ מוח-טויט האבן שפעטער צוריק אנגעהויבן אטעמען פון זיך אליינס (וואס מיינט און אנדער ווערטער אז די מענטשן זענען בכלל נישט געווען מוח טויט). דער שרייבער זאגט אבער נישט אויס דעם סוד אז אן ענליכע מאס טעותים מאכן זיך ווען מ'מעסט טויט דורך הארץ-קלאפעניש. חוץ מזה וואס פאקטן זענען פאקטן בלי שום שייכות צו די מענטשן וואס דארפן דעטערמינען די פאקטן מאכן טעותים צו נישט.

ביי אונז אידן וויסט מען אז די גאנצע ענין פון מות מוחי איז אן ערנסטע הלכה'דיגע שאלה מיט גדולי עולם אויף ביידע זייטן פונעם שאלה. מאנכע אידישע בלאגס האבן אנגעצייכנט דעם וואלס טריט דזשורנאל ארטיקל כאילו דאס איז א ראיה צו די פוסקים וואס האלטן אז מוח-טויט איז נישט טויט. מען דארף אבער געדענקן אז הלכה פסק'נט מען נישט מיט געפיל, און אודאי נישט מיט צייטונג ארטיקלן. הלכה קען נאר גע'פסק'נט ווערן נאכדעם וואס דער פוסק האט די פולע בילד פון אלע פאקטן פאר זיך. און דאס איז וואס דער וואל סטריט דזשורנאל ארטיקל האט נישט.