בלאט 1 פון 1

אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:41 pm
דורך ונבנתה העיר
אויב האט איהר נאכנישט געהערט דערפון וועט איהר עס שווער גלייבן: עס זענען דא הונדערטער שבטים אין פארווארפענע דזונגלען ארום די וועלט וואס האבן קיינמאל קיין קאנטאקט נישט געהאט מיט די פארגעשריטענע וועלט, און זיי לעבן ווי פאר טויזענטער יאהרן צוריק, אהן קיין מעדעצין, פיליזאפיע, געשמאקע עסן, און אפגערעדט עלעקטריק, מאשינען אדער סיי וואס פאר א סארט טעכנעלאגיע.

די מערסטע פון זיי געפונט זיך אינעם אמעזאן רעין פארעסט http://en.wikipedia.org/wiki/Amazon_rainforest אין דרום אמעריקע [וואס איז איבער צוויי מיליאן סקווער מייל גרויס און לויפט דורך ניין לענדער], דורך די יאהרן זענען אסאך פון זיי אויסגעשטארבן נאכדעם וואס די ציווילזירטע וועלט האט זיי געטראפן און זענען אנגעשטעקט געווארן פון די באקטיריע'ס וואס דרייען זיך ביי אונז וואס זיי זענען נישט געווען אימיונד דערצו.

דא האט איהר א פיהר חלקים'דיגע וידיאו ווי א פארשער מאכט די ערשטע קאנטאקט מיט די טולאמבי שבט אין New Guinea נישט ווייט פון אסטראליע, נאכן זעהן ווי יענער כאפט א אימת מות קוקענדיג אין שפיגל, אדער זייער התפעלות פון באשאפן פייער דורך א מעטש, זעהט מען ערשט די גאונישע חידושים פון די פשוטע זאכן אין לעבן.

עס איז גאר אינטערעסאנט, דראמאטיש און רירענד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mX2ylWuRRWQ[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WmXQPy3hQYE[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=omzc43K8EfU[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SVS2MfyeZxA[/youtube]


http://en.wikipedia.org/wiki/Uncontacted_peoples

און דא איז אפאר בילדער פון איינע פון די שבטים געכאפט פון די לופט, זייערע הייזער און ווי זיי פראבירן צו שיסן אויפן עראפלאן מיט א בויגן.