בלאט 1 פון 1

עם הארצות פון וויסנשאפטלער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 6:07 pm
דורך שיטה מקובצת
מיליאנען מענטשן איבער די וועלט גלייבן ליידער אין די טעאריעס פון דארווין ימ"ש אז די וועלט איז ביליאנען יאר אלט, און אז מענטשן קומען פון מאלפעס עפ"ל. זיי גלייבן דאס מיט די טענה אז די וויסנשאפטלער זענען קלוגע מענטשען און אז זיי זאגן אזוי מוז זיין אזוי...

איך האב שוין ערגעץ אנדערש צוגעברענגט די "פילטדאן" מענטש וואס סייענטיסטען האבן זיך טועה געווען פאר לאנגע יארן אז ס'איז עפעס א "אלט מאדישע סארט מענטש" און למעשה איז מען געוואר געווארן אז ס'איז געוועהן א פשוט'ער שווינדל.

יעצט איז אין די נייעס אז א געביין וואס וויסנשאפטלער מיינען שוין מער ווי 100 יאר (!) אז ס'איז געוועהן א "מעמעל" (א בעל חי וואס זייגט) נאר אן א נאז, איז למעשה א געביין פון א פיש!!
http://www.livescience.com/23670-nosele ... -fish.html