בלאט 1 פון 1

תורה און וויסנשאפט אין די אויגן פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:58 am
דורך ונבנתה העיר
קלערנדיג צו איך זאל עס אריינשטעלן אין דעם אשכול אדער אין דעם, און פון די צוויי דארף מען זיך דאך אויך וויסענדיג מאכן, האב איך מחליט געווען אז באמת קומט זיך איהם אן אייגענעם אשכול.
------
דאס איז א שטיקל ליקוט פון בריוו וואס דער ליובאוויטשער רבי ז"ל האט געשריבן, א טייל פון זיי ארגינעל אין ענגליש, וואס געבן זיך אפ מיט תורה ווס. מדע.

קע"ט-קצ"ח רעדט זיך בעיקר פון עוועלאושען און גיל היקום, קצ"ט-ר"ג די ערד מיט די זון, ווער דרייעט זיך ארום וועמען, דארטן איז דא דריי בריוו וואס דער רבי האט געשריבן צו א איד וואס האט געזאגט אז אויב וועט דער רבי שרייבן ברבים אז די וועלט דרייעט זיך ארום די זון וועט ער מקבל זיין אויף זיך תו"מ, ר"ז איז א בריוו וועגן די גרויס פון די זון.

איך האף אז דער עולם חובבי תורה ומדע וועט הנאה האבן - לאימות או לעימות.