עקסטרעמע קאנספיראציע גלויביגע - די פלאכע ערד געמיינדע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

עקסטרעמע קאנספיראציע גלויביגע - די פלאכע ערד געמיינדע

שליחה דורך יאיר »

נאכ'ן ליינען יידל'ס העכסט מערקווירדיגע אשכול איבער וויאזוי מען איז געקומען צו די מיינונג אז די וועלט איז רינדיג און נישט פלאך, איז מיר געקומען אויפ'ן געדאנק צו שרייבן וועגן די פלאכע ערד געמיינדע.

עס איז שווער צו גלייבן, אבער פאקטיש זענען היינט נאך דא מענטשן וואס גלייבן אין די פלאכע ערד טעאריע. ניין, מיר רעדן נישט פון מענטשן פארשטיפט אין אן אפריקאנער דזשאנגל, אדער אין די אפגעזונדערטע נארט קארעא. דאס זענען מענטשן וועלכע וואוינען אין פארגעשריטענע לענדער ווי אמעריקע און בריטאניע און פארמאגן אפילו אינטערנעט. זיי האבן אן אייגענע וועבזייטל וואו זיי האבן אפילו אפענע פארומס וואו מען קען דעבאטירן די צדדים לכאן ולכאן.

איך וועל פרובירן אין קורצן איבערגעבן זייערע סייענטיפישע שיטות, אבער כאפט אייך גוט אן אויפ'ן בענקל איר זאלט נישט אראפפאלן פון געלעכטער.

די ערד איז א פלאכע רינדעכיגע דיסק און אין צענטער געפינט זיך דאס וואס אלע איינגערעדטע מענטשן רופן די נארט פאול. ארום דעם דיסק איז דא א הויכער הונדערט-און-פופציג פוסיגער צוים פון אייז, וואס די קאנספיראטאר וואס גלייבן אין די אפגעפרעגטע גלאוב שיטה רופן אן אנטארטיקטא. דארט שטייען שומרים וועלכע היטן קיינער זאל זיך נישט דערנענטערן צום אייזיגן צוים און אויסגעפינען דעם שרעקליכן סוד. די שומרים זענען געדינגען דורך א כאפטע רויבערס וואס רופן זיך נאסא, וועלכע רייסן ביליאנען פון די שטייער צאלער פאר זייערע מ'כלומר'שטע סייענטיפישע אויפטוען, בשעת זייערע אזוי גערופענע אסטראנאטן ליגן אויסגעצויגן אויפ'ן בארטן אין פלארידע און מען רעדט איין פאר גאנץ אמעריקע אז זיי געפינען זיך יעצט אויף א סייענטיפישע שטודיע ערגעץ אינ'ם ווייטן ספעיס.

פארשטייט זיך אז די פארעם פון די וועלט איז נישט די איינציגסטע פאנטאזיע וואס די האלץ האקער וואס רופן זיך מיט דעם פענסי נאמען 'סייענטיסטן' האבן אויסגעטראכט כדי צו אונטערשטוצן זייער פאלשער יסוד פון דעם פארעם פון די וועלט. זיי האבן אויסגענארט דעם עולם מיט א טעאריע וואס רופט זיך 'גראוויטעט'. באמת ציט גארנישט אראפ, פארקערט, די ערד פארט כסדר ארויף אין א שנעלקייט פון פונקטליך צוויי און דרייסיג פיס פער סעקונדע דורך א מיסטעריעזע כח וואס רופט זיך 'טונקעלע ענערגיע', אזוי אז עס דאכט אונז אז אלעס ציט אויף אראפ. לעת עתה איז דא א מחלוקת צווישן די גרעסטע דענקער אין די פלאכע ערד געמיינדע אויב איינשטיינ'ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט קען שטימען מיט א פלאכע ערד וואס פליט אזוי שנעל אבער עס גייט נישט שנעלער ווי די ספיעד אוו לייט, אדער דאס איז אויך א פאנטאזיע. דער אלגעמיינער פלאכע ערד גלויביגע נעמט נישט קיין שטעלונג אין דער נושא, ווייל וואס זענען מיר מענטשעלעך צו פארשטיין איבער וואס די טיפזיניגע מחלוקת האנדלט זיך בכלל?

די לבנה און די זון זענען גרויסע ליכט באלן וואס פראדוצירן ליכט און געפינען זיך דריי טויזנט מייל העכער די ערד, און זיי מאכן כסדר הקפות ארום די וועלט און טיילן איין פאר יעדן איינעם געוויסע שעות פון ליכטיגקייט. עס איז אויך דא אן אומזעבארע אנטי-לבנה, און ווען דאס שטעלט זיך אין פארנט פון די לבנה פארשטעלט עס דאס ליכטיגקייט און עס ווערט געשאפן א ליקוי לבנה.

עס איז נאכנישט קלאר וואס ליגט אונטער די פלאכע ערד, אבער רוב נעמען אן אז דארט געפינט זיך פשוט'ע שטיינער. (אקעי, בעסער ווי א טשוכעפאכע).

עס איז איבריג צו דערמאנען בכלל די געפערליכע שווינדלערייען וואס ליגן אונטער די פאלשע בילדער פון ספעיס, און בכלל ווערן זיי גענומען דורך די נאסא שווינדלער וועלכע זענען נישט באגלייבט אויף קיין כי הוא זה. די פלאכע ערד געמיינדע גיבן אן א פשוט'ע, מאטעמאטישע ראי' אויף די ווארהאפט פון זייערע ווערטער. "לאגיש גערעדט," לויטעט איין שאלה און ענטפער אויף זייער וועבזייטל, "אין די היינטיגע טעכנאלאגיע איז פיל ביליגער צו פראדוצירן פאלשע בילדער ווי צו אויפהאלטן א גאנצע שטאב מיט אסטראנאמער, אויב אזוי, פארוואס זאל נאסא אמת'דיג טון זייער ארבעט בשעת זיי קענען פאר פיל ביליגער מאכן ריוח אויף די רעגירונג'ס חשבון?"

עס הערט זיך ווי א ליצנות אדער ווי א פאראדיע לכבוד פורים, אבער פאקטיש זענען דאס די דרייצן אני מאמין'ס ביי די הונדערטער מיטגלידער פון די פלאכע ערד געמיינדע. אין זייערע בעסטע צייטן זינט איר גרינדונג אין 1956 האבן זיי געהאט צוויי טויזנט מיטגלידער. נאך מערערע ספעיס לאנדונגען, האט זיך די צאל פארקלענערט. היינט האלט עס ביי צוויי הונדערט מיטגלידער וואס האלטן זיך מיט עקשנות צו זייערע מיינונגען. אין א נייעס אויסגאבע שרייבן זיי:

"אונזער ציל איז צו טראכטן פריי, און צו אויפדעקן לאנג פארגעסענע פאקטן, און צו קעגנשטעלן טעארעטישע השערות. מיר ווילן אויפטוישן די סייענס רעליגיע מיט נארמאלקייט. פון היסטארישע באריכטן ווייסן מיר אז קודם איז באשאפן געווארן די וואסער, און אויף דעם די ערד. די ערד איז אמאל געווען פיר עקיג און האט זיך צוטיילט אויף פארשידענע שטיקער. וואס מיר ווייסן קלאר איז אז די ערד איז פשוט פלאך. דאס וואס מיר רופן סייענס איז דאס זעלבע וואס איז אמאל געווען כישוף, אן אויסגעטראכטע, נארישע טעאלאגיע וואס האט נישט קיין שייכות צו די פאקטן."

איך וואלט געקענט נאכשרייבן נאך בערג אזוי גרויס ווי דער אייזיגער צוים פון זייערע שטותים. אבער איך האב מורא אז אויב איך שרייב נאך אביסל וועל איך אליין אנהייבן צו גלייבן. איר קענט באזוכן זייער פלאכע ערד וויקיפידיע וואו זיי האבן זייער אייגענע סייענטיפישע אינפארמאציע, געבויט אויף די ריינע מסורה וואס זיי האבן מקובל איש מפי קוף פון זייערע אור אלטע האמא סעפיאנס.

חז"ל זאגן אונז "איזהו חכם, הלומד מכל אדם". וואס קענען מיר זיך לערנען פון אזעלכע פאנאטיקער?

די פלאכע ערד חברה לערנען אונז איז ווי ווייט פארפירעריש א מענטש קען זיין. זיי זעען אויס צו זיין נארמאלע מענטשן וואס האבן גענוג שכל אריינצוטראכטן, האבן אן אייגענע מיינונג, און צוזאמענשטעלן א וועבזייטל פון טענות ומענות, און זיי ווייסן אפילו צו זאגן פון איינשטיינ'ס טעאריעס. נישט נאר דאס, נאר זיי אקצעפטירן אפילו אזעלכע קאנטראווערסיעלע טעאריעס ווי עוואלוציע און גלאבאלע ווארעמונג, כאטש דאס איז טיילווייז געבויט אויף ראיות פון די נאסא רויבער'ס סאטעליטן. אבער אנשטאט צו נוצן דעם שכל אויף דעם ריכטיגן אופן, נוצן זיי עס פונקט קאפויער צו אויפווייזן אז די גאנצע וועלט איז משוגע בעת זיי זענען נארמאל, אלס צוליב זייער גאוה פון נישט וועלן אנערקענען אז זייער נארישע גלויבן איז נישט ריכטיג. נאכמער, ווי איר זעט, ווייסן זיי פונקטליך אלע פרטים ווי שנעל די וועלט פליט און ווי הויך די לבנה איז, אבער דאס אז די וועלט איז רינדיג, נע! אלעס דמיונות. איך בין זיכער אז זיי חזר'ן כסדר מיט די קינדער אין וואספארא טעות די גאנצע וועלט לעבט, און מסתם פילטערן זיי דעם קאמפיוטער פון אלע פאלשע סייענטיפישע גלויבונגען וואס קענען ר"ל פארדארבן דעם מח און אראפפירן פון גלייכן וועג ביז זיי וועלן אראפפאלן אריבער דעם אייזיגן צוים און זיי וועלן אנקומען דארט וואו אלע נשמות וואס האבן געגלייבט אין די רינדיגע ערד געפינען זיך.

אויב איר ווייסט פון נאך אזעלכע סארט משונה'דיג עקסטרעמע קאנספיראציע טעאריקער זענט איר געלאדנט אונז צו מודיע זיין דערוועגן. איך קלער צו עפענען א ספעציעלע ארגאניזאציע פאר אזעלכע קאנספיראציע גלויביגע וואס זאלן זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן ווי פאלש די וועלט איז און ווי מען קען גארנישט גלייבן, אריינגערעכנט די קאנספיראציע אז די פלאכע ערד געמיינדע לאכט פון אונז ווי מיר קויפן אפ זייערע שטותים און מיר רעדן זיך איין אז זיי גלייבן עס.

בילד

אויפן בילד: די פלאכע ערד מאדעל. אינמיטן איז די נארט פאול, און ארום איז די אייזיגע צוים וואס מיר רופן אנטארטיקטא.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר