באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס

הודעהדורך הציץ ונפגע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:08 pm

עס איז דא א באזונדערען אשכול פאר אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע בילדער אבער אן אשכול פאר וויסנשאפטליכע ווידעאס איז נאכנישט פארהאן. איך האב באמערקט אז פיל מאל ווען איך בין אין א מצב ווי מיין מוח פארטראגט נישט לייענען און פראצעסירן אן ארטיקל, קען איך נאך אלץ מוסטערן די כח צוצוקוקן א ווידעא און זיך אנזעטיגן מיט חכמה. איך גלייב אז נאך אנדערע קענען הנאה האבן פון די סארט ווידעאס, די דאזיגען אשכול וועט דינען ווי א מקום מיוחד פאר כל-מיני ווידעאס וואס זענען פארבינדען מיט וויסנשאפט. פון טוטאָריעלס ביז נייעס - אלעס וואס איז אינטערעסאנט און איז וויסנשאפט טרעפט זיין פלאץ דא.

איך וויל בעטן א בקשה מיוחדת, פאר די אלע וואס לייגן ווידעאס, ביטע צושרייבן אפאר קורצע ווערטער מיט א הסבר איבערן ווידעא.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 8:10 pm

א ווידעא וועלכע ערקלערט - מיט זיסע אנימאַציעס - די וויסנשאפטליכע פארבינדונג צווישן דרוק (stress) און פּימפּעלס.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:23 pm

יידל האט היינט געמאלדן אז מאלפעס ליידן אויך אויף מיט-לעבן קריזיס. אט איז א ווידעא וועלכעס איז מסביר די ענין אין קורצן

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:28 pm

דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:12 pm

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פאול בראון, פון דזשיארדזשיע, דערקלערט אז עוואלוציע, עמבריאלאגיע און די ביג-בענג טעאריע קומט גלייך פון גיהונם, און אז די וועלט איז נישט מער ווי 9,000 יאר אלט און עס איז באשאפן געווארן אין 6 טעג. עס איז צום באצייכענען אז בראון פארמאגט א בעטשלאר'ס דעגרי אין כעמיע און א דאקטאראט אין מעדעצין און ער זיצט אויף די סייענס קאמיטע אין קאנגרעס.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:46 pm

הציץ ונפגע האט געשריבן:דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.


פיל נישט שלעכט אויב פארשטייסטו נישט וואס ער רעדט, ער אליינס ווייסט אויך נישט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5440
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2451 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 5:36 pm

איך אויך האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:דער גיבט א צען מינוטיגע שיעור מיט גאר אינטערעסאנטע מאטעמאטישע חשבונות אויף די שאלה אויב די מענטשהייט וועט אמאל אויסלויפן פון פרישע מוזיק.


פיל נישט שלעכט אויב פארשטייסטו נישט וואס ער רעדט, ער אליינס ווייסט אויך נישט.

פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב פארשטאנען וואס ער האט געזאגט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4157 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:10 pm

די אַסטראָנאַוטס אויפן אינטערנאציאנאלען ספּעיס צענטער האבן היינט זיך פאסמאקעוועט מיט א טענקסגיווינג סעודה'ניו. אַסטראָנאַוט קעווין פאָרד פארציילט פון ספּעיס איבער דעם סעודה.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:35 pm

ווי הויעך איז די העכסטע געביידע וואס מיר קענען אויפבויען? און וואלטן מען טעארעטיש געקענט אויפבויען א מגדל ביז ספּעיס? קוקט און הערט מיט שפאנונג:

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 10:13 pm

מוזיקאנט פאול רודאלף אראנדזשירט די מוזיק פאר סעסעמי-גאס. אין זיין איבעריגע צייט נעמט ער צוזאם כל מיני מאטעריאל און מאכט דערפון מוזיקאלישע אינסטרומענטן. בתוך הדברים ווערט אויך נתברר וויאזוי מוזיק ארבעט.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 10:39 pm

פראפעסאר מארסעלא גלייזער איז מסביר וויאזוי אין די לעצטע פיר יאר-הונדערט זענען מענטשן געווארן ווייניגער און ווייניגער חשוב מיט נייע סייענטיפישע אנטדעקונגען, פון קופערניקוס און ווייטער. ער ערקלערט אבער וויאזוי לעצטנס ווערט מען מער און מער געוואויר אונזער חשיבות און אייגנארטיקייט, און וויאזוי מיר זענען היינט די מעטאפארישע צענטער פון די וועלט.

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:43 pm

הציץ ונפגע האט געשריבן:רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פאול בראון, פון דזשיארדזשיע, דערקלערט אז עוואלוציע, עמבריאלאגיע און די ביג-בענג טעאריע קומט גלייך פון גיהונם, און אז די וועלט איז נישט מער ווי 9,000 יאר אלט און עס איז באשאפן געווארן אין 6 טעג. עס איז צום באצייכענען אז בראון פארמאגט א בעטשלאר'ס דעגרי אין כעמיע און א דאקטאראט אין מעדעצין און ער זיצט אויף די סייענס קאמיטע אין קאנגרעס.

לעצטנס האט מארקא רוביא געמאכט א שטורעם ווען ער האט זיך ארויסגעדרייט צו זאגן ווי אלט די וועלט איז פאר א רעפארטער. פארשטייט זיך אז די מידיא האט געמאכט צימעס פון דעם. א סלעיט שרייבער האט אבער אנגעצייכנט אז אבאמא האט אויך זיך ארויסגעדרייט פון זאגן ווי אלט די וועלט איז ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט און 2008

רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4157 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:44 am

וואס [און פארוואס] מאכט זאכן cute?

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3434
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6643 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 4:19 am


מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3434
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6643 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:28 am

וואלטער לואין, א פראפעסאר אויף פיזיקס [א פיזיסט...] אין mit און מחבר פון For the Love of Physics, זאגט זיין לעצטע און געזעגענוג'ס שיעור ביי די פינעף און זיבעציג, דעמאנסטרירען'דיג זיינע פאפולערע עקספערימענטן פון דורכאויס די יאהרן.

עס איז 90 פראצענט פארשטענדליך אהן א ידיעה אין פיזיקס, און איז גאנץ אינטערעסאנט ובפרט זיין כאראקטער.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3434
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6643 מאל

הודעהדורך אברעמעל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:36 am

די באשאף פון א שניי ברעקל

באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

הודעהדורך טעפל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:06 am

אברעמעל האט געשריבן:די באשאף פון א שניי ברעקל


זייער שיין שוין לאנג געוועהן נייגעריג, שכוח פארן צוברענגען.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:10 pm

דער אַסטראָנאָם קאַרל סעיגן ערקלערט דעם פשוט'ן און בריליאנטן חשבון וואס דער גריכישער מאטעמאטיקער עראָטאַסטענעס פון מצרים האט גענוצט אויסצורעכענען די גרויס פון די וועלט. די ווידעא איז א זעקס מינוטיגער טייל פון דער ערשטער עפיזאדעפון סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:54 pm

הציץ ונפגע האט געשריבן:סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

cosmos.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3434
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6643 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:33 pm

הציץ ונפגע האט געשריבן:דער אַסטראָנאָם קאַרל סעיגן ערקלערט דעם פשוט'ן און בריליאנטן חשבון וואס דער גריכישער מאטעמאטיקער עראָטאַסטענעס פון מצרים האט גענוצט אויסצורעכענען די גרויס פון די וועלט. די ווידעא איז א זעקס מינוטיגער טייל פון דער ערשטער עפיזאדעפון סעיגן'ס טעלעוויזיע סעריע "קאָסמאָס".

אן איין מינוטיגער ווידעא קליפ וואו די צען שטערקסטע ראיות אז די וועלט איז רונדיג ווערן געגעבן. נומער 6 איז עראטאסטענעס' הוכחה פון די חילוק אין די זון'ס פאזיציע אין אנדערע פלעצער.



נומער 5 (די פאזיציע פון די שטערנס), נומער 3 (שיפן און געביידעס איבערן האריזאנט), און נומער 2 (ליקויי לבנה) זענען די דריי ראיות וואס אריסטו האט געברענגט אז די וועלט איז רונדיג.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4157 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » זונטאג יאנואר 06, 2013 9:30 pm

א צוזאמווארפעניש פון אינטערעסאנטע פאקטן.



הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:00 pm

א זאווארוכע

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9464
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4176 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג אפריל 07, 2013 11:49 pm

"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2633 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » פרייטאג אפריל 12, 2013 5:57 pm

צו פארשטיין די נישטיגקייט פון אונזער וועלטל קעגן דעם ריזיגן יקום, קוקט דעם ווידעא ווי אלעס איז אין די ריכטיגע וואג.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 15, 2013 7:10 pm

אינטרעסאנטע ארכעלאגישע אויפדעקונגען אין צוזאמהאנג מיט די הייליגע תורה.

http://www.youtube.com/watch?v=t440bxhn ... 5BABCC458E
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2633 מאל

נעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט