בלאט 1 פון 1

באלערנדע און אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע ווידעאס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:08 pm
דורך הציץ ונפגע
עס איז דא א באזונדערען אשכול פאר אינטערעסאנטע וויסנשאפטליכע בילדער אבער אן אשכול פאר וויסנשאפטליכע ווידעאס איז נאכנישט פארהאן. איך האב באמערקט אז פיל מאל ווען איך בין אין א מצב ווי מיין מוח פארטראגט נישט לייענען און פראצעסירן אן ארטיקל, קען איך נאך אלץ מוסטערן די כח צוצוקוקן א ווידעא און זיך אנזעטיגן מיט חכמה. איך גלייב אז נאך אנדערע קענען הנאה האבן פון די סארט ווידעאס, די דאזיגען אשכול וועט דינען ווי א מקום מיוחד פאר כל-מיני ווידעאס וואס זענען פארבינדען מיט וויסנשאפט. פון טוטאָריעלס ביז נייעס - אלעס וואס איז אינטערעסאנט און איז וויסנשאפט טרעפט זיין פלאץ דא.

איך וויל בעטן א בקשה מיוחדת, פאר די אלע וואס לייגן ווידעאס, ביטע צושרייבן אפאר קורצע ווערטער מיט א הסבר איבערן ווידעא.