וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:31 pm

די רעדל איז מלמעלה למטה אדער מצד לצד?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:36 pm

דהיינו?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7148 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:37 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:עס וועט זיך נישט דרייען וויבאלד די טשוואק שטייט ביים סענטער אוו מעסס, אלע זייטן וועגן אייניג. איי אויף די לינקע זייט איז דא צוויי באליס? אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי וועגן זיי נישט איבער אזוי שטארק.

וואס הייסט די צוויי לינקע זענען נענטער צום צענטער?

_____
די סיבה פארוואס עס גייט זיך נישט דרייען כאטש לכאורה איז די לינקע זייט שווערער ווייל ס'האט צוויי טאבעס, איז ווייל די רעכטע איז אין א פאזיציע וואו עס וועגט דאס מערסטע, מען דארף א ציען קראפט פון א גאנצע פונט (אויב לאמיר זאגן יעדע טאבע וועגט פונקטליך איין פונט) עס זאל נישט אראפהענגען. די צוויי לינקע זענען אינאיינעם אויך פונקט א פונט ווייל זיי ליגן נישט גענצליך האריזאנטל האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט.

די איבעריגע וואג פון די צוויי לינקע טאבעס הענגען/זיצן אויפן טשוואק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום דינסטאג מערץ 10, 2015 5:54 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:38 pm

כדי צו אידענטיפיצירן די באלס, לאמיר זאגן אז ציילענדיג פון ר' צו ל' איז די באלי אויף די רעכטע זייט נומער איינס, וכו'
כ'האב א פילינג (הא הא) אז באליס 2 און 3 וועלן אראפקומען פון די לינקע זייט און די ראד וועט זיך אפשטעלן ווען באלי נומער איינס וועט זיין בערך ווי באלי נומער 2 איז יעצט. ד.מ. אז 2 און 3 וועלן זיין פון אונטן אבער גענויגט מער צו רעכטס.

קאפקע האקט
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:49 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי

?

ווי קאפקע זאגט, זיי זענען ווייניגער אפגערוקט "האריזאנטאל" פונעם צענטער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 5:59 pm

די רעכטע באלי איז פונקט דאפעלט די דיסטענס פונעם צענטער ווי די צוויי באליס אויף לינקס, קומט אויס אז די געוויכט וואס ס'לייגט לגבי די סענטער אוו מעסס איז אויך דאפעלט.
בייגעלייגטע פיילס
Untitled.png
Untitled.png (7.86 KiB) געזען געווארן 2660 מאל
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך קול דודי » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:27 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן: די צוויי לינקע זענען אינאיינעם אויך פונקט א פונט ווייל זיי ליגן נישט גענצליך האריזאנטל האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט.

וואס הייסט "האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט"?

דער ריכטיגער ענטפער איז ווי געפילטע זאגט. נקוט כלל זה בידך: ווען מ'רעדט פין עפעס וואס דרייט זיך ארום, ברויך מען טראכטן פון טאר"ק במקום וואג.
http://en.wikipedia.org/wiki/Torque

דאס איז וועגן לעווערעדזש, ווי הרב ארכימדס האט אונז געלערנט.
http://en.wikipedia.org/wiki/Lever

ווי געפילטע זאגט, איז די האריזנאטאל ווייטקייט פון די צוויי לינקע באלס פונקט האלב פון די רעכטע. אגב, מ'ברויך דאס נישט מעסטן, נאר קענען אביסל גיאמעטרי.
cos 60 (in degrees) = 0.5
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 10, 2015 6:45 pm

שקויעך קול דודי פארן ברענגען די אפיציעלע טערמינען, כ'האב פראבירט צו טרעפן די מאטעמאטישע טערם דערפאר, weight over horizontal distance האט גארנישט געטראפן, וואס זאך איך טוהן אז גוגל פארשטייט מיר נישט?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:24 am

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150311-WA0001~2.jpg
IMG-20150311-WA0001~2.jpg (46.55 KiB) געזען געווארן 2625 מאל
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2531
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2641 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:33 am

17, 7, 3, =27.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:40 pm

געוואלדיג האט געשריבן:די רעדל איז מלמעלה למטה אדער מצד לצד?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 11, 2015 10:49 pm

אויב איך פארשטיי די פראגע: ווי אויף א סעיף.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7148 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:37 pm

יא
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 pm

ראובן זאגט פאר שמעון:

איך בין דריי מאל אזוי אלט ווי די ביסט געווען ווען איך בין געווען אזוי אלט ווי די ביסט יעצט.

די סך הכל יארן פון ראובן מיט שמעון צוזאמען איז 65.

ווי אלט איז ראובן און ווי אלט איז שמעון?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2531
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2641 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:34 am

39/26

פאר 13 יאר צוריק איז ראובן געווען 26 און שמעון 13, דריי מאל 13 איז 39
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1218 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:38 am

יאיר האט געשריבן:(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פאר דער זעלבער סיבה פארוואס לעיקוואד האט אסאך מער לייקס ווי ער גיבט.
פאפולערע מענטשען האבען מער חברים ווי אומ-פאפולערע. די פאפולערע מענטשען זענען חברים מיט די ווייניגער פאפולערע מענטשען. קומט אויס אז רוב מענטשען (=די אומפאפולערע) האבען חברים וואס זענען מער פאפולער פון זיי. דאס איז מיין סברא אן לינקס..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5856 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 10:15 am

ווי זיינע אייגענע פריינט? אדער ווי זיינע אייגענע פריינט אויף פייסבוק?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג מערץ 12, 2015 10:46 am

לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:(סארי פאר איבערהאקן ר' ונבנתה)
א שטודיע האט פעסטגעשטעלט אז א דורכשניטליכער מעמבער אויף ספר-פנים יפות האט ווייניגער פריינט ווי זיינע אייגענע פריינט.
ווי אזוי איז דאס מעגליך?

פאר דער זעלבער סיבה פארוואס לעיקוואד האט אסאך מער לייקס ווי ער גיבט.
פאפולערע מענטשען האבען מער חברים ווי אומ-פאפולערע. די פאפולערע מענטשען זענען חברים מיט די ווייניגער פאפולערע מענטשען. קומט אויס אז רוב מענטשען (=די אומפאפולערע) האבען חברים וואס זענען מער פאפולער פון זיי. דאס איז מיין סברא אן לינקס..

מוז דאך אבער זיין דערפאר אז די פאפולערע האבן יא אסאך, און איך האב נישט. וויאזוי קען דאס זיין?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2782 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:40 pm

לכאורה איז די קושיא מרפסין איגרא:

כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א דונער און א בליץ געשעהן אין די זעלבע צייט, און די סיבה פארוואס מיר זעהן די בליץ פאר'ן הערן דעם דונער איז וויבאלד ליכטיגקייט פארט שלא בערך כלל וכלל שנעלער ווי קול, ליכטיגקייט: 671 מיליאן מפ"ש, קול: 760 מפ"ש, ממילא פארשטייט מען אז די בליץ – וואס ווערט אויפגעכאפט מיט די כח הראי' וועלכע ארבעט מיט ליכט כוואליעס – קומט אן צו אונזערע אויגן שנעלער ווי די קול פונעם דונער קומט אן צו אונזערע אויערן.

יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?

איז קודם האביך געזעהן [נאו פאן כו'] די וואס ווילן עס פארבינדען מיט'ן פאקט אז אונזער קאנטשעס האט א 'לעג', זי איז אונטערשטעליג מיט 80 מילי סעקונדען פון ווען זאכן געשעהן בפועל ביז מיר כאפן עס [ומשום איזה סיבה האבן זיי עפעס א געוואלדיגע חיות אין מדגיש זיין אז לפי"ז לעבן מיר אינעם עבר].

דערנאך טענה'ן זיי אז עס ווענדט זיך ווי ווייט יענער איז פון דיר, אויב יענער וועט זיין ווייטער ווי 30 מעטער וועט מען יא דערקענען א חילוק.

עכ"פ, לא הבנתי וואו די 'לעג' קומט דא אריין, אויב לעג, דארף עס לכאורה זיין סיי אויף קול און סיי אויף מראה, ומה הועילו.

במקומות אחרים זעה איך באריכטעט איבער א מענטש וואס האט זיך אויפגעוועקט פון אן אפעראציע מיט די פראבלעם, ווען ער רעדט מיט איינעם זענען די מראה און קול נישט אין סינק. דארטן האבן די דאקטורים געטענה'עט אז דער מוח נוצט טאקע ספעציעלע מעטאדן אויסצוגלייכן די צוויי, און ביי יענעם – וועלכער ווערט נאר דערמאנט מיט זיינע אינישעלס PH – זענען זיי געשעדיגט געווארן.

איינער טענה'עט אז לויט זיין עקספיריענס זענען די אינישעלס LG...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7148 מאל

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

הודעהדורך וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:48 pm

איך פארשטיי נישט די קשי׳פון ווי לענג קומט דא אריין.....
מראה לויפט אסאך שנעלער ממילא ווי ווייטער זיי דארפן לויפן אלטס מער ווערט די מרחק צווישן זיי
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:49 pm

לכאורה ווי איך פארשטיי איז עס פשוט ווי די הייבסט אהן גישעהט ביידע בבת אחת איז ווען עס דארף טרעוולען א לאנגע וועג ווי א דונער און בליץ כאפט א חילוק אז מען הערט און זעהט אויף אן אנדערע צייט אבער ווען די שטייסט פנים אל פנים מיט יענעם קומט עס דאך טאקע בבת אחת איז פארוואס זאל עס זיין אפגערוקט?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

הודעהדורך וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:57 pm

ניין אייביג איז עס אפגערוקט א משהו נאר א קורצע מהלך קען מען עס נישט זעהן
למשל: אויב צוויי מענטשען לויפן איינער א משהו שנעלער פון די צווייטע ווען מען וועט לויפן א קוירצע מהלך וועט מען עס קוים אנזעהן משא״כרתי נאך אפאר מייל וועט ער מוזן אויסווארטן ביז די צווייטער קומט אן א שטיק צייט פארשטנטא?
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:33 pm

לכאורה היות מען שטייט גאר נאנט איז כאטש אז א משהו חילוק איז דא איז עס אבער צו קליין צו קענען מבחין זיין,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1787
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2290 מאל

הודעהדורך קול דודי » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:36 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?

אין הכי נמי. אבר געווענטליך שטייט מען בערך דריי-פיר מעטער ווייט פון מענטשען מיט וועם מ'רעדט, וואס מאכט אויס א לעג פון בערך 10 מיליסעקונדן, וואס איז צו ווייניג אז ס'זאל אויסקוקן פאני. פרוביר דאס: שטיי מיט איינעם אויף אנדערע עקן פון א גאר גרויסן ליידיגן פעלד אין בעט יענעם זאל קלאטשן מיט די הענט הויך, ווי צו א ניגון. וועסטו טאקע זען אז די הערסט די קול פונ'ם קלאטש בשעת יענעמס הענט זענען אפן, נישט פארמאכט. וכך קבלתי מאבותי.
I post, therefore I am
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 395 מאל

Re: וויסנשאפטליכע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:37 pm

דיין דוגמא האט אויך די אפעקט פון ווידערקול,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1787
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2290 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט