ווי אזוי צו געווינען חברים און איינדרוקן מענטשן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

ווי אזוי צו געווינען חברים און איינדרוקן מענטשן

שליחה דורך איחוד פעלד »

How to Win Friends and Influence People

Dale Canergy

איך האב געליינט דער ביכל איין מאל בערך צען יאר צוריק, עס האט געלאזט א שטארקע רושם כמובן, ממש אפאר קליינע חלקים פין זיינע עצות זענען געווארען אין מיר איינגעבאקן. לעצטענס האב איך דאונלאדעד mp3 פין דער ביכל, און האב עס איבערגעהערט.

הן אמת אז זיינע עצות זענען באמת ווירקזאם, זיי ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, למשל דער עצה וואס ער געט אהן מיט דער פאליסמאן האט געארבעט ביי מיר צוויי מאל און ער האט מיר נישט געגעבען א טיקעט, איינמאל האב איך אים אפילו געפרעגט פארוואס ער האט נישט געגעבען און ער האט מיר מודה געוועהן אז עס איז וועגען דעם, דער פאליסמאן האט אבער נישט געוויסט פין דער ביכל בחייכון וביומיכון.

אבער איז דא איין זאך וואס באדערט מיר שטארק מיט זיינע עצות, און איך בין נישט דער איינציגסטער וואס טענה'ט דאס.

זיינע עצות גייען אסאך מיט שקר און זיין נישט honest מיט אנדערע מענטשען.

דאס הייסט ער זאגט למשל אז כדי צו קענען איינעם באאיינפלוסען מוז מען האבען א "אמת'ער" אינטערעסען אין יענעם'ס ענינים, און פרעגען דערוועגן און זיך אינטרעסירן אויף אן אמת, און יענעם אויסהערן, ווייל אויסהערן איינעם איז פאר יענעם די וויכטיגסטע, וכו'.

ווען למשל איך זאל וויסן אז איינער פירט זיך אזוי צו מיר, און האט באמת נישט ליב מיין רעדן וכו', און טוט עס נאר ווייל ער וויל מיין ביזנעס און מיין געלט, וואלט איך בפירוש נישט מסכים געוועהן, און געהאלטן אז יענער איז א נוכל וכו', אויב אזוי איז דאך פשט אז מען לערנט מענטשן צו זיין נוכלים און אויסנארערס וכו'?

לאידך גיסא פארשטיי איך אויך אז עס איז בכלל נישט קיין מצוה צו זיין אנגעבלאזן אויף די גאנצע וועלט ווייל מען איז אין א שלעכטע גיסטע, און א פאלשער שמייכל איז אוודאי בעסער פין א אמתער עצבות (קרעדיט סלאנים), אבער א שמייכל א קורצער ווארט מילא, אבער שטיין און קלערן גאנצע מהלכים וויאזוי קונה צו זיין איינעם'ס טראסט על דעת צו קענען געניסן פון זיינע נכסים איז שטיקל נישט ריכטיג.

ווי אויך זיין מעשה מיט דער בעל דרשן וואס האט זיך טועה גוועהן צווישען יאשקע און שעיקספיר, און דער שעיקספיר ידען האט מסכים געוועהן צום טעות פין בעל דרשן בשקר, ווייל ער האט נישט געזעהן די תועלת אין אים מעמיד זיין אויף זיין טעות, דארף א שטארקער דיון צו עס איז עטיש צו נישט.

מען קען מאריך זיין אסאך, והרוצה להוסיף יוסיף, אדרבה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר