דער "מאנטי האל פראבלעם"

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:55 pm

איך פרעג, ווייל איך ווייס אז מיט'ן אינטערנעט אליין קען מען שוין אנקומען צום שאול תחתית. איך קען זיך נישט פארשטעלן וואו מען קען אלץ אנקומען מיט א קאר, אפשר אויף א טריפ צום כף הקלע?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7676 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:25 pm

פרעג שוין נישט אזויפיל קושיות, און נעם דיך צום שפיל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:19 pm

Yeedl I understand that the host,by picking #3 is indeed increasing the chance for #2
but the host also knows whats in # 1 and that's also a trigger if he should open #3 or not in the first place, based on his motives to the receiver.
Unless the game is that he must always open a door after the pick, regardless of what lies behind the door that was picked.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:52 pm

איך וויל נישט אוועקנעמען די אויפמערקזאמקייט פון יידל'ס שפיל, וויל איך דעריבער מעודד זיין דעם עולם אנטייל צו נעמען דערין, אויף דעם פריערדיגן בלאט.
דער מאנטי האל פראבלעם איז אמאל באשריבן געווארן אין "צייטשריפט", האב איך לתועלת הקוראים אריינסקאנירט די עמודים.

דער פראבלעם:
0.png
0.png (195.8 KiB) געזען געווארן 1751 מאל


דער ביאור, א וואך שפעטער:
1.png
1.png (193.39 KiB) געזען געווארן 1751 מאל

2.png
2.png (252.95 KiB) געזען געווארן 1751 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3669 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:16 pm

ייש"כ יאנקל פארן אינטערעסאנטן ארטיקל! אויב געדענק איך גוט איז די נעקסטע וואך צוויי געווען ויכוחים צווישן דעם שרייבער פונעם ארטיקל און ליינער וואס האבן אריינגעשריבן צו ס'מעגליך אדער נישט.

דערווייל האבן שוין 5 חבירים אנטייל גענומען אינעם שפיל. רופט אייך אן ווארעם און נעמט אויך אנטייל!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 06, 2013 7:53 pm

אקעי, די רעזולטאטן זענען אריין!! מיר האבן געהאט ניין חבירים וואס האבן מיטגעהאלטן.

אין ראונד 1 איז די קאר געווען געפארקט אונטער טיר 2.
  • ונבנתה העיר האט אויסגעקליבן 1 און איז געבליבן מיט דעם אויסוואל נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 3
  • משה געציל האט אויסגעקליבן 3 און איז געבליבן מיט דעם אויסוואל נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 1
  • שימעלע האט אויסגעקליבן 1 און איז געבליבן מיט דעם אויסוואל נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 3
  • יאנקל האט אויסגעקליבן 3 און איז געבליבן מיט דעם אויסוואל נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 1
  • ראשעקאל האט אויסגעקליבן 2 און האט געטוישט צו 3 נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 1
  • געפילטע פיש האט אויסגעקליבן 2 און איז געבליבן מיט דעם אויסוואל נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 1
  • חד גדיא האט אויסגעקליבן 1 און האט געטוישט צו 2 נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 3
  • לאדיך אפ האט אויסגעקליבן 1 און האט געטוישט צו 2 נאכדעם וואס כ'האב געעפנט פאר אים טיר 3

moti107 האט אויסגעקליבן 1 אבער ער האט מיר קיינמאל נישט צוריקגעשיקט צו ער וויל טוישן צו נישט.

מיר האבן למעשה דריי קאר געווינער: געפילטע פיש, חד גדיא און לאדיך אפ. געפילטע וואלט פארלוירן אויב ער טוישט אבער חד גדיא און לאדיך אפ האבן געוואונען דייקא ווייל זיי האבן געטוישט. פון צווייטן זייט, ונבתה, משה געציל, שימעלע, יאנקל וואלטן אלע געוואונען ווען זיי טוישן ווען יא אבער ראשעקאל האט פארלוירן דייקא ווייל ער האט געטוישט.
moti107 וואלט ווען געוואונען ווען ער טוישט און ער וואלט ווען פארלוירן ווען ער בלייבט.
בלייבן מיר אזוי: 6 פון 9 (אלע שפילערס חוץ געפילטע און ראשעקאל) פארדינען פון טוישן בעת נאר 2 פון 9 (געפילטע און ראשעקאל) פארלירן פון טוישן.

קאנגרעטולאטונס צו די געוואונער!
געפילטע פיש:
בילד

חד גדיא:
בילד

לאדיך אפ:
בילד
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 06, 2013 8:09 pm

דעי קאר האב איך שוין, האסט עפעס אנדערש?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7326 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יאנואר 06, 2013 8:11 pm

די קאר איז געמאכט צו האבן צוויי דערפון.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 06, 2013 8:18 pm

וואס, ס'צוברעכט זיך אזוי שנעל? שוין זאל זיין, וועלמער רייטן אויף א מאזעראטי פויגל-שטייג.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5454 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7326 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג יאנואר 06, 2013 8:25 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:דעי קאר האב איך שוין, האסט עפעס אנדערש?

איך האב שוין כמה פעמים געשריבן אז דאס מוז זיין א ספעציעלע קאר צו אנקומען צום כף הקלע, ווייל מיט'ן אינטערנעט אליין קען מען שוין אנקומען צום שאול תחתית. זיי נישט קיין נאר, געפילטע, כאפ עס מיט ביידע הענט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7676 מאל

הודעהדורך משה געציל » זונטאג יאנואר 06, 2013 8:45 pm

יישר כח יידל! דאס טייטשט לאסיקא שמעתתא אליבא דמציאות!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2723 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג יוני 09, 2013 10:41 am

איך האב יעצט צום ערשטע מאל אדורך געליינט דעם אשכל, עס איז געווען גאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי א יעדער פארשטייט די פאראדאקס און איר לעהזונג מיט אן אנדערע מהלך. דאס איז דאך פשט אין די 'כך אין דעותיהם שוות'.

איז גם אני אענה חלקי, מיטן הסבר ווי עס איז ערקלערט געווארן אינעם פאראדאקס בוך וואס יאיר האט אראפ געברענגט.

לאמיר רעדן פון די משל אז עס זענען דא דריי טירן. אונטער איין טיר איז דא א קאר און אונטער די אנדערע צוויי איז דא א ציגעלע. די שפילער קלויבט אויס טיר נומער איינס, און דערנאך עפנט די האוסט אויף טיר נומער צוויי און צייגט אז דארט איז דא א ציגעלע. יעצט האט די שפילער די ברירה צו בלייבן מיט זיין ארגינעלער אויסוואל, אדער טוישן זיין אויסוואל.

קודם, בקיצור די פאראדאקס. די 'פאקט' איז אז ווען די שפילער טוישט פון זיין ארגינעלער אויסוואל געווינט ער צוויי דריטל מאל בשעת ווען לכאורה ע''פ פשטות איז דאך יעצט (נאכן אוועקנעמען די פראבעביליטי פון איינער פון די טירן) געבליבן א 50-50 טשאנס אויף א יעדער טיר. ווי אזוי קענען מיר ערקלערן אז ס'שטומט מאטעמאטיש און לאגיש די אויבן-דערמאנטע 'פאקט'?

די וויכטיגסטע פונקט וואס איז נוגע פארן לעהזונג פון דער פאראדאקס (דאכצעך עס איז נאך נישט דערמאנט דא) איז אז די האוסט האט 'געוויסט' וועלכער טיר האט די קאר און וועלכער נישט. ואיה''נ, ווען ער מאכט ווען אויף א טיר רענדאמלי וואלטן די שאנסן געווען 50-50.

לאמיר עס צונעמען שטייטליך. לאמיר זאגן אז מען שפילט ווען איבער די זעלבע שפיל הונדערט פופציג מאל (אן די חלק פונעם האוסט אויף מאכן די טיר), וואלט יעדער פארשטאנען אז 50 מאל וועט די קאר זיין אונטער טיר איינס, 50 אונטער טיר צוויי, און פופציג אונטער טיר דריי.

יעצט ווען די שפילער קלויבט ווען אלעמאל טיר איינס וועט ער געווינען 50 מאל, דהיינו איין דריטל מאל. יעצט, ווען די האוסט עפנט א יעדעס מאל אויף איינס פון די אנדערע טירן, אלעמאל דער מיט די ציגעלע (ווייל ער ווייסט דאך ווי די קאר ליגט), קומט אויס אז די האוסט נעמט בידים די פראבעביליטי פון די געעפענטע טיר און ער לייגט עס אריבער צום אנדערע טיר. קומט אויס אז אויב די שפילער וועט טוישן זיין אויסוואל יעדעס מאל וועט ער געווינען 100 מאל, דהיינו צוויי דריטל.

וממילא קומט דאך אויס אז אפילו ווען מען טוט דער שפיל נאר איין מאל זענען די פראבעביליטיס דאפעלט אז ער וועט געווינען אויב ער טוישט טירן. עס איז נישט קיין גאראנטי נאר העכערע שאנסן.

ולפי''ז, אויב האט זיך א טיר געעפענט בטעות, און האט אנטפלעקט א ציגעלע, דאן ווערן די פראבעביליטיס יא 50-50 אויף די איבעריגע טירן.

כ'האף אז איך בין געווען קלאר גענוג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6928 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6132 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג יוני 10, 2013 12:52 am

נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3679
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:12 pm

Wow! כ׳זעה דעם אשכול, קום איך צו דער מסקנא, אז איך האב באמת קיינמאל נישט זוכה געווען צו זעהן קאווע שטיבל בתפארתה...
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:48 pm

אויב די געלט טיילער האט געעפנט טיר דריי בפירוש אן וויסן וואו די קאר ליגט איז פשוט אז די צוויי פארבליבענע טירן ווערן ביידע 50%-50% שאנס, און ס'איז נישט פארהאן קיין שום צד צו שפעקולירן בכלל!
אויב ער האט געעפנט וויסנדיג וואו עס ליגט, אדער ס'איז דא א מעגליכקייט אז ער האט געוואוסט, קען מען מאכן חשבונות אהער און אהין וואס ער האט געטראכט, וואס ער האט געטראכט אז דו טראכסט, וכו' וכו' וכו' ואין לדבר סוף. . . . . . . . . . ..
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2286 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:04 am

ישראל קאפקע האט געשריבן:אויב די געלט טיילער האט געעפנט טיר דריי בפירוש אן וויסן וואו די קאר ליגט איז פשוט אז די צוויי פארבליבענע טירן ווערן ביידע 50%-50% שאנס, און ס'איז נישט פארהאן קיין שום צד צו שפעקולירן בכלל!
אויב ער האט געעפנט וויסנדיג וואו עס ליגט, אדער ס'איז דא א מעגליכקייט אז ער האט געוואוסט, קען מען מאכן חשבונות אהער און אהין וואס ער האט געטראכט, וואס ער האט געטראכט אז דו טראכסט, וכו' וכו' וכו' ואין לדבר סוף. . . . . . . . . . ..

גיי אריבער נאכאמאל די אשכול, ווייל דו האסט לכאורה געמיסט די פוינט.
די שאלה איז: וועט זיין א חילוק אויב ער נעמט אן די אפציע צו טוישן, אדער נישט?
קוק עס אן פון א ריין מאטעמאטישן קוק ווינקל, און לאז איבער אלע שפעקולאציעס פאר אנדערע, (און די פילאזאפיע לאז פאר @יאיר).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:20 am

פארוואס? האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויב די געלט טיילער האט געעפנט טיר דריי בפירוש אן וויסן וואו די קאר ליגט איז פשוט אז די צוויי פארבליבענע טירן ווערן ביידע 50%-50% שאנס, און ס'איז נישט פארהאן קיין שום צד צו שפעקולירן בכלל!
אויב ער האט געעפנט וויסנדיג וואו עס ליגט, אדער ס'איז דא א מעגליכקייט אז ער האט געוואוסט, קען מען מאכן חשבונות אהער און אהין וואס ער האט געטראכט, וואס ער האט געטראכט אז דו טראכסט, וכו' וכו' וכו' ואין לדבר סוף. . . . . . . . . . ..

גיי אריבער נאכאמאל די אשכול, ווייל דו האסט לכאורה געמיסט די פוינט.
די שאלה איז: וועט זיין א חילוק אויב ער נעמט אן די אפציע צו טוישן, אדער נישט?
קוק עס אן פון א ריין מאטעמאטישן קוק ווינקל, און לאז איבער אלע שפעקולאציעס פאר אנדערע, (און די פילאזאפיע לאז פאר @יאיר).

מעטאמאטיש איז יעדע טיר געווען 33.3% די טיר מיטן קאר, אויב נעמט מען אן אז דער טיילער ווייסט נישט וואו עס ליגט, און ער האט עס געעפנט בלינדערהייט, ווערן די צוויי איבריגע טירן 50%, זיין טיר (#1) און די איבריגע טיר (2#), עס איז 50%-50% און בלייבט 50%-50% ביז עס פאסירט נאך עפעס וואס קען מעגליך טוישן די שאנסן, דעריבער איז נישט דא קיין שום צד אז עס זאל זיך אים 'לוינען' צו טוישן (כאטש עס שאדט אויך נישט), אויב דער טיילער האט יא געוואוסט, אדער האט מעגליך יא געוואוסט, איז עס מער נישט קיין מעטאמאטישן פראבלעם, און מען קען שפעקולירן אן אן ענדע.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2286 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:26 am

מ'רעדט אז דער טיילער ווייסט. פארוואס איז עס מער נישט קיין מאטעמאטישער חשבון?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:28 am

פארשטייטס זיך אז מען רעדט דא אז דער טיילער ווייסט ״יא״ וואו די קאר ליגט. (אהה... יידל האט מיר אויסגעכאפט).
און לאמיר עס מאכן אזוי, (אז די אלע נארישע שפעקולאציעס זאלן צונישט ווערן):
אויב פון די איבעריגע צוויי טיהרן איז געבליבן איין ציג און איין קאר, דאן וועט דער טיילער אויפמאכן די ציג. אויב זענען ביידע ציגעלעך, וועט ער אויפמאכן איינע פון זיי רענדאמלי אהן קיין חשבונות.
סא, לאז ארויס אלע מיני חשבונות: ער טראכט אז דו טראכסט אז ער טראכט אז דו טראכסט וכו׳ וכו׳.
אדער, קענסטו טראכטן אז דער טיילער איז א קאמפיוטער, וואס האט באקומען דעם באפעל. (כ׳מיין אז עס איז גרינג צו שרייבן א קאוד פאר דעם).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:05 pm

יידל האט געשריבן:מ'רעדט אז דער טיילער ווייסט. פארוואס איז עס מער נישט קיין מאטעמאטישער חשבון?

ווייל איך קען זיין א נאר, אדער קען דער טיילער זיין א נאר, אדער קען דיר טיילער מיינען אז איך בין א נאר, אדער קען איך מיינען אז דער טיילער האלט מיר פאר א נאר. . . . .

אפשר איז דער טיילער אן אויבערחכם, אפשר בין איך אן אויבערחכם, אפשר האלט ער מיר פאר אן אויבערחכם. . . . .

אפשר איז ער א קארגער און ער וויל אז איך זאל נישט טרעפן די קאר, אפשר איז ער א גוטהארציגער, אפשר איז ער א קארגער און ער וויל נאר אז איך זאל מיינען אז ער איז א גוטהארציגער, וכו' וכו'. . . . . . . . . .

סך הכל איז עס שפעקולאציעס עד אין סוף, און איך גלייך נישט קיין שפעקולאציע לשם שפעקולאציע,

ווען איך וועל זיין אין אזא סצענע, וועל איך פילייכט וויסן די פרטים, און איך וועל קענען פרובירן אפליינען זיין פנים, און זיינע מחשבות, און דערנאך מאכן א 'געס' לויט מיין אנאליז,
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2286 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:11 pm

יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:ר' ונבנתה דו פארפעלסט דעם קריטישן נקודה אז אין די מאנטי האל פראבלעם/פאראדאקס האט דער עפענער פונעם טיר געוואוסט צו עפענען די טיר וועלכע האט די ציג אונטער זיך, נישט עס האט זיך פערצופאל געגעבן אן עפען אויף א טיר אונטער וועלכע א ציג איז געווען ודו"ק (ווייל דייקא דעמאלטס העכערט עס די שאנסן בלויז פאר טיר #2).

ענדליך. דאס איז דער שליסל צום פראבלעם. דער עפענער קען נאר עפענען דעם טיר פונ'ם ציג, אין אנדערע ווערטער, דאס אז זי האט געעפנט דעם דריטן טיר און נישט דעם צווייטן טיר מאכט שטערקער די סברא אז אונטער דעם צווייטן ליגט עס. עס צו גרינגער מאכן, שטעל זיך פאר אז עס זענען דא א מיליאן טירן, אונטער אלע זענען דא ציגן אויסער איינע וואו ס'איז דא א קאר. דו כאפסט אן איין טיר, און דו האסט גאר א שוואכע שאנס צו געווינען, איינס אין א מיליאן. יעצט גייט איינער פון די אנדערע זייט און ער מאכט צו איין טיר נאכ'ן צווייטן, ביז נאר איין טיר (אויסער די וואס דו כאפסט אן) בלייבט פארשפארט. וועסטו אודאי גיין עפענען יענעם טיר, ווייל אז ער האט עס נישט געעפנט מסתם ליגט דארט דעם קאר. (דער טיר וואס דו כאפסט אן קען ער דאך נישט עפענען, ווייל דעמאלט צופאלט דער גאנצער שפיל). דא קענט איר זען אן אילוסטראציע פון דעם הסבר.
----
יואליש האקט
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7676 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:16 pm

ישראל, אויב דו אליינס ביסט דער טיילער, און דו ווייסט ביי דיר אז דו עפנסט דעם דריטן טיר בלויז מיטן חשבון אויסצומיידן דעם קאר, אויב די ווילסט געבן קאנסטראקטיוו אדווייס. איז דאס נישט מאטעמאטיש א בעסערן טשאנס צו הייסן טוישען?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:20 pm

מאטי האט געשריבן:ישראל, אויב דו אליינס ביסט דער טיילער, און דו ווייסט ביי דיר אז דו עפנסט דעם דריטן טיר בלויז מיטן חשבון אויסצומיידן דעם קאר, און די ווילסט געבן קאנסטראקטיוו אדווייס. איז דאס נישט מאטעמאטיש?

אוודאי! אבער דער געס'ער קען נאר 'שפעקולירן' אז איך ווייס, און אז איך וויל געבן הילפבארע ראט, פילייכט ווייס איך נישט, פילייכט בין איך אן עסהאול, דעטס מיי ווהאול פוינט! שפעקולאציע.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2286 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 1:30 pm

נו, וואס האט דאס צו טון מיט די רעזולטאטן? דעם שפילערס ספיקות טוישט נישט די מציאות הדברים. דער פאקט איז; אויב שפילט זיך אפ הונדערט מאהל אין נ''י און אין לאס אנזדשעלעס אזא מעשה, און די ניו יארקע האבן אלע געסוויטשט, און די אנדערע זענען געבליבן מיטן ערשטן. איז א זיכערע זאך - מאטעמאטיש גערעדט - אז אין נ"י איז פארהאן א גרעסערע צאל קאר באזיצער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4194 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 1:55 pm

מאטי האט געשריבן:נו, וואס האט דאס צו טון מיט די רעזולטאטן? דעם שפילערס ספיקות טוישט נישט די מציאות הדברים. דער פאקט איז; אויב שפילט זיך אפ הונדערט מאהל אין נ''י און אין לאס אנזדשעלעס אזא מעשה, און די ניו יארקע האבן אלע געסוויטשט, און די אנדערע זענען געבליבן מיטן ערשטן. איז א זיכערע זאך - מאטעמאטיש גערעדט - אז אין נ"י איז פארהאן א גרעסערע צאל קאר באזיצער.

לאו דווקא,
דאס איז ריכטיג "נאר" אויב דו זעצט איין די מעשה אז דער טיילער ווייסט און ער וויל געבן קאנסטראקטיוו עדווייס, מהיכא תיתא?
ווייל אויב ער ווייסט 'נישט' גייט זיין א דריטל מאלן וואס די טיילער גייט עפענען די טיר מיטן קאר על פי טשענס,
און אויב ער ווייסט ''און' ער איז קארג' אדער אן אומפארגינער גייט דער 'וויסנדער-טיילער' עפענען די טיר מיטן קאר צוויי דריטל מאל, (אדער אביסל ווייניגער, ווארום ער וויל דא נישט אז מען זאל באמערקן זיין נידערטרעכטיגקייט),
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:18 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2286 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט