עמעצער האט מיר באוויזן א
שיחה פון ליבאוויטשער רבי'ן זי"ע וואס אדרעסירט אונזער טעמע:
וז"ל: א. בשייכות צום פסוק "בשנת שש מאות שנה לחיי נח וגו' נבקעו כל מעיינות תהום רבה (וארובות השמים נפתחו)", שטייט אין זהר: "ובשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא ויתתקן עלמא לאעלא בשביעאה כו" - אז אין די יארן פון שש מאות שנה פונעם אלף הששי וועלן זיך עפענען די שערי החכמה למעלה און די מעיינות החכמה למטה און די וועלט וועט נתתקן ווערן אויף צו קענען אריינקומען אין דעם אלך השביעי.
דער פירוש פון די צוויי ענינים "תרעי דחכמתא לעילא, ומבועי דחכמתא לתתא" [וועלכע זיינען מרומז אין פסוק הנ"ל: "נבקעו כל מעיינות תהום רבה (מבועי דחכמתא לתתא) וארובות השמים נפתחו (תרעי דחכמתא לעילא)"] איז: "חכמתא לעילא" מיינט חכמת התורה, און "חכמתא לתתא" - חכמות העולם:
און ווי מיר זעען טאקע, אז אין דעם זמן הנ"ל איז געווען א התגלות יתירה אין חכמת התורה, פון פנימיות התורה ווי באוואוסט דער מאמר הצ"צ, אז דער קץ דביאת המשיח אויף שנת תר"ח, איז געווען דאס וואס עס האט זיך אין יענעם יאר אפגעדרוקט דער לקו"ת [ווייל דער אויפטו פון ביאת המשיח איז וואס דאמאלס וועט זיין "מלאה הארץ דעה את ה' גו'"]; און מיט עטלעכע יאר פריער האט זיך אפגעדרוקט דער תו"א (אין יאר תקצ"ז) - וואס דוקא ווען דער לימוד (פון פנימיות התורה) איז אין אזא אופן, ווערט דער "יתפרנסון" (פון ספרא דילך) און "יפוצו" פון די מעיינות הבעש"ט, וואס זיין התגלות איז געווען ארום שנת ת"ק,
און אזוי האט זיך דאן אויך אנגעהויבן א התפתחות יתירה אין די חכמות העולם.
דארף מען פארשטיין: בשלמא דאס וואס די התגלות פון פנימיות התורה איז א הכנה "לעאלא בשביעאה", איז מובן. ווייל היות אז אין ימות המשיח וועט זיך אויפטאן דער ענין פון "מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים", איז מתאים, אז פאר דעם זמן, אלס הכנה דערצו, דאל זיין דער גילוי פון פנימיות התורה וואס איז א "מעין" פון תורתו של משיח; אבער וואס פאר א שייכות האט די התפתחות והתגלות פון די חכמות העולם מיט "לאעלא בשביעאה"?
נאכמער: פון דעם וואס דער זהר ברענגט ביידע זאכן בחדא מחתא איז פארשטאנדיק, אז זיי האבן א צוזאמענהאנג צווישן זיך - אז דאס גופא וואס עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א נייע התגלות אין חכמת התורה (אלס הכנה צו ימות המשיח) איז "גורם" התפתחות פון חכמות העולם - דארף מען פארשטיין: אין וואס באשטייט דער קישור צווישן זיי, וויבאלד אז חכמות העולם זיינען אן אן ערך נידעריקער (לתתא) פון חכמת התורה (לעילא) ובפרט פנימיות התורה?
ב. די גאנצע וועלט, מיט אלץ וואס געפינט זיך אין איר, איז באשאפן געווארן "בשביל התורה ובשביל ישראל" וכל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו" - איז פון דעם פארשטאנדיק, אז דער תכלית ושלימות הכוונה פון יעדער באשאפענער זאך איז אין דעם וואס זי ווערט אויסגענוצט, דורך אידן, אין עבודת ה'.
און אזוי איז עס אויך בנוגע צו די חכמות העולם, אז די כוונה אין דער התפתחות פון די חכמות העולם איז (בלשון התניא) "להשתמש בהן לעבודת ה' או לתורתו".
[וויבאלד אבער אז לאו כל מוחא סביל דא, און ווי דער אלטער רבי איז דארט מסיים "וזהו טעמו של הרמב"ם והרמב"ן ז"ל וסיעתן שעסקו בהן" איז דעריבער, איז עס שייך נאר צו יחידי סגולה מסוג הנ"ל, און דער וואס איז ניט שייך דערצו, איז עס, אדרבה, "מלביש ומטמא בחי' חב"ד שבנפשו האלקית"].
ח. ...די אמת'ע פאראייניקונג צווישן חכמות העולם מיט תורה איז, אז אין די חכמות העולם גופא דערזעט מען ענינים פון פנימיות התורה.
איינער פון די ענינים עקריים וואו מ'זעט עס במוחש: פנימיות התורה קומט צו מגלה זיין די אחדות הפשוטה פון אויבערשטן אין וועלט, אז ניט קוקנדיק וואס עס זיינען פאראן א ריבוי נבראים איז דער ריבוי ניט קיין סתירה צו דער אחדות הפשוטה של הקב"ה, ווייל, אדרבה, דער ריבוי גופא נעמט זיך דוקא מצד דער אחדות הפשוטה פון אלקות, ווי ס'ווערט ערקלערט בכמה מקומות.
וויבאלד די אמת'ע מציאות פון וועלט איז די אחדות הפשוטה פון אלקות, דערפאר דריקט זיך אויס אט די אחדות אויך אין דער מציאות פון וועלט גופא, אז אין וועלט גופא איז דא דער ענין ה"אחדות".
און דער ענין - די אחדות וואס איז פאראן אין וועלט (וואס בפנימיותה איז עס די אחדות הפשוטה פון אלקות) - ווערט מער און מער נתגלה מיט דער התפתחות פון חכמות העולם:
אמאל האט מען געמיינט, אז יעדערער פון די טבע-כוחות איז א כח נפרד בפ"ע, און אז דער חומר פון יעדער מציאות אין וועלט איז צונויפגעשטעלט פון מערערע פארשידענע יסודות (עלעמענטן); אבער וואס מער עס שטייגט די אנטוויקלונג פון די חכמות העולם, אלץ מער קומט מען צו דער הכרה אז אט דער ריבוי און פירוד אין באשטאנד פון די יסודות איז נאר אן ענין חיצוני, דער אופן הצירוף פון חלקים, צמצום והתפשטות שלהם וכו' און מ'איז אלץ מער ממעט זייער סכום - ביז צו אנערקענען אז די נקודת המציאות פון וועלט באשטייט פון דער פאראייניקונג פון די צוויי ענינים כמות און איכות (חומר נושא הכח און דער כח) [אחדות הפשוטה איז אין (און מצד) אלקות - און דעריבער באשטייט די מציאות פון נברא, מצד עצמו, פון דער התאחדות פון צוויי פרטים - כמות און איכות].
און דאס איז דער קשר צווישן דער התפתחות פון חכמות העולם מיט דער התגלות פון, להבדיל, פנימיות התורה, אלס א הכנה צו "יתתקן עלמא לאעלא בשביעאה":
דער גילוי פון פנימיות התורה ברענגט ממילא אויך די התפתחות פון חכמות העולם ווייל דורכדעם איז דער "מעין" פון תורתו של משיח (וואס איז מגלה אחדותו של הקב"ה אין וועלט) אין אן אופן (עכ"פ) פון א "מעין" פון "וראו כל בשר גו'" - אז וועלט גופא ווערט א "כלי" צו אחדות ה', מען זעט דעם ענין ה"אחדות" אין וועלט גופא,
וואס דאן כאפט מען זיך אז אין אמת'ן איז די אחדות ניט עפעס אנדערש ווי די אחדות הפשוטה פון אלקות (וואס ווערט נתגלה אין פנימיות התורה),
וואס דורך דעם ווערט "יתתקן עלמא לאעלא בשביעאה", בקרוב ממש. עכ"ל.
קומט אויס אז דער טעם פארוואס די וועלט האט'זיך אנטוויקלט דווקא אין אונזער צייט איז ווייל די אחדות ה' וואס איז נתגלה געווארען דורך פנימיות התורה (אלץ א הכנה צו ימות המשיח, ווען עס וועט פארקומען "וראו כל בשר יחדיו כי שם ה' נקרא אליך ויראו ממך"') ווערט אויסגעדריקט אין דער וויסנשאפטלעכער אנטפלעקונגען וואס אין פארלויף פון לעצטע פאר הונדרעט יאר זענען מער און מער ממעט די סך-הכל פון באשטאנד-עלעמענטן, וואס דאס אלץ באדייט אחדות ה'.
פריער דארף מען צוגעבען א שטיקל הסברה: די אנטפלעקונג וואס בריינגט ארויס די העכסטע סארט אחדות ה' איז "אז די נקודת המציאות פון וועלט באשטייט פון דער
פאראייניקונג פון די צוויי ענינים כמות און איכות (חומר נושא הכח און דער כח)". דאס איז א קלארע אפשיק צו תורת איינשטיין וואס האט אנטפלעקט
אז מאסע אליין איז א סוג ענערגיע וואס האט בכח צו ווערן אויסגענוצט פאר פארשידינע צוועקן.
דערנאך בריינגט דער רבי א צוגלייך אין אלקות: "אחדות הפשוטה איז אין (און מצד) אלקות - און דעריבער באשטייט די מציאות פון נברא, מצד עצמו, פון דער התאחדות פון צוויי פרטים - כמות און איכות". און אין הערה 35 איז ער מציין
צו א בריוו וואו ער איז מסביר אז אמת'ער אחדות געפינט'זיך נאר אין עצמות א"ס, וז"ל: "...פשיטות באמת היינו אחדות הפשוטה, ז.א. שא"א לומר בו שני ענינים. ובכל דבר ודבר - מלבד עצומ"ה ית' - יש ב' ענינים
לכה"פ: הדבר ומה שמהווה אותו. וכמו באור הנ"ל יש האור וכח המאור שבו שהוא הוא דבקותו בהמאור", עיי"ש.
קומט אויס אז אפילו די העכסטע מציאות אין אלקות (וואס איז נישט דער עסענץ אליין פון אויבעשטערן, עצמות א"ס), איז נאך אלץ נישט די אמת'ע פאראייניקונג פון כמות און איכות, ווייל ס'איז פארט פאראן א מציאות וואס איז נישט עמצות א"ס, כאטש דער מציאות שטייט אין די העכסטע סוג ביטול צום עצם וואס קען נאר זיין (ווי אין דעם אויבענדערמאנטן דוגמא פון אור הדבוק במאור). דווקא עצמות א"ס וואס פון איר פערספעקטיוו איז מלחתחילה נישטא א מציאות אויסער עם (אפי' פון אלקות) איז פאראן א פאראייניקונג פון כמות און איכות. און דאס מיינט דער רבי: אמת'ער אחדות פון כמות און איכות איז נאר אין אלקות אליין (עצמות א"ס) און דער אויסדריק פון דעם איז אז אויכעט ביי נבראים איז פאראן א פאראייניקונג פון כמות און איכות. אין אנדערע אותיות: תורת איינשטיין האט די זכות צו אויסדריקן די העכסטע דרגא פון אחדות ה' וואס קען נאר זיין.
מ'דארף אבער מאכן קלאר: די כוונה פנימיות (מצד דעם אויבעשטער'ס פערספעקטיוו - השגחה עליונה) פון וועלט-פארשטריט איז טאקע ווייל מיר לעבן אדורך עקבתא דמשיחא, אבער ס'איז זעלבספארשטענדלעך אז דאס ווערט נישט דורכגעפירט פון זיך אליין, נאר ס'איז מלובש אין דרכי הטבע. הייסט'ס דאך אז מ'דארף נאך אלץ אנקומען צו אונזער אויבענדערמאנטע הסברה, אז דווקא די אסימילאציע באוועגונג האט צוגעבראכט יידישע טאלענטען צו וויסנשאפט.
בפשטות איז דער רבי אליין מודה צו דעם: א) דער "פארייניקונג פון כמות און איכות" איז קלאר און דייטלעך ווערטער פון תורת איינשטיין, אן אסימאלירטע ייד. ב) אזוי איז אויך פארשטאנדיק פון הערה 37: "להעיר מרמב"ם הל' מלכים ספי"א (שנשמט ע"י הצנזור): וכל הדברים האלו כו' אינן אלא לישר דרך למלך המשיח ולתקן העולם כלו לעבוד את ה' ביחד כו', עיי"ש בארוכה. - ומכש"כ וק"ו בנדו"ד." צו פארשטיין דעם הערה דארף מען פריער ציטירן דעם רמב"ם (שופטים הל' מלכים פי"א):
יא אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד".
יב כיצד: כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח, ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים, ובעמים רבים ערלי לב; והם נושאים ונותנים בדברים אלו, ובמצוות התורה--אלו אומרים מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה, ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם, ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח, וגילה נסתריהם.
יג וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום ויינשא--מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום.
און דאס איז וואס דער רבי מיינט צו זאגן אין הערה: מה דאך אז די וועלט ווערט צוגעגרייט פאר ימות המשיח דורך נוצרות און איסלאם, אוודאי און אוודאי קען אחדות ה' ווערן אויסגעדריקט און אנטפלעקט דורך חכמות העולם. אבער וואס איז אזוי שלעכט מיט חכמות העולם וואס צוליב דעם דארף מען באווארענען אז ס'קען פארט ארויסקומען פון דעם גוטע זאכן? על פי פשטות מיינט די רבי וואס ער רעדט אין אנהויבס שיחה לגבי לערנען חכמות חיצוניות: "וויבאלד אבער אז לאו כל מוחא סביל דא, און ווי דער אלטער רבי איז דארט מסיים "וזהו טעמו של
הרמב"ם והרמב"ן ז"ל וסיעתן שעסקו בהן" [וויבאלד אז זיי האבן געקענט ארויסנעמען פון דעם א תועלת אין לימוד התורה - מעתיק] איז דעריבער, איז עס שייך נאר צו יחידי סגולה מסוג הנ"ל, און דער וואס איז ניט שייך דערצו, איז עס, אדרבה, "מלביש ומטמא בחי' חב"ד שבנפשו האלקית".
ס'איז זעלבספארשטענדלעך אז ווען דער אלטער רבי
רעדט אין תניא אז דער וואס לערנט חכמות חיצוניות איז "מלביש ומטמא בחי' חב"ד
שבנפשו האלקית" רעדט ער וועגן יידן וואס פארמאגען א נפש האלקית (
זע תניא ספ"א), און דאס איז דער חידוש דא, אז כאטש התפתחות חכמות העולם קומט דורך יידן וואס זענען מטמא זייער נפש האלקית, קען נאך אלץ ווערן אויסגעדריקט אחדות ה' דורך זייערע אנטפלעקונגען.
לסיום, האב איך געליינט אן אינטערעסאנטעם שטיקל אין "
די ארץ-ישראל'דיקע פראבע" דורך ג'ארג' גילדער וואו ער טענה'ט אז איינשטיין האט טאקע געהאט גוטע כוונות און האט נאר געזוכט אחדות ה' אין וועלט (עמ' 79):
Einstein’s greatest attainments, general relativity and the equivalence of energy and mass (E = MC2), were expressions above all of his monotheistic faith, more intense than any rabbi’s, that the entire universe epitomized a profound inner consistency and logic, embodied most purely in the aesthetic beauty and wholeness of mathematics.
אנטשולדיק מיר פאר מיין ליינגע מגילה, איך האב פשוט נישט געקענט איינהאלטן...