וויאזוי לייזט מען די עקאנאמישע קריזיס?? - עקאנאמישע טעאריעס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

וויאזוי לייזט מען די עקאנאמישע קריזיס?? - עקאנאמישע טעאריעס

שליחה דורך Starbucks »

קוקנדיג וואו צו פלאצירן דעם אשכול האב איך געשעפט נחת באמערקנדיג אז דא אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין ביזנעס אפטיילונג. דעם מאמר החכם "לא לחכמים לחם" זעהט מען דא בחוש, אז פאר אינטעלעגענטע, בפרט יידן, איז געלט און ביזנעס נישט תופס מקום. אבער ווען ס'קומט צו עקאנאמישע טעאריעס זענען יידן, און דווקא אינטעלעקטועלע, יא דא, וו.צ.ב. מילטאן פרידמאן (זיינע עלטערן האבן אימיגרירט קיין ברוקלין פון בערעגסאז), דער באקאנטער פרייע מארקעט קאפיטאליסט, וועם מען געהאלטן דער צווייטער פאפולערסטער עקאנאמיסט נאך דזשאן מיינארד קעינס. אויך איז ברייט באקאנט וויפיל יידן זענען געוועהן פון די הויפט פירער און שטיצער פון קאמיוניזם אין רוסלאנד, פוילן, ווי אויך דא אין אמעריקע (פאר סטאלין האט זיי אויסגע'הרג'ט), קארל מארקס אליין שטאמט אויך פון יידן (זיין פאטער האט זיך גע'שמד'ט).

שוין וואו בין איך פארפארן... צוריק צום ענין, עקאנאמישע טעאריעס...

ס'איז איבעריג צו שילדערן אז מיר האלטן יעצט אין א גאר ערנסטע זמן פון עקאנאמישן קריזיס, און אט אין אזא זמן קריכן די טעאריעס ארויס פון צוווישן די ווענט פון די גרויסע קאלעדזשעס, און די פירער פון אמעריקע און אייראפע פרעגן נו, איז דא אן עצה? וואס דארפן מיר טוהן? מער קינסיען סטימיולעס, אדער מער אוסטעריטי? וועט איר דאך אודאי פרעגן וואס איז דאס קינסיען סטימיולעס און אוסטעריטי? וועל איך פראבירן אייך מסביר זיין..

עס זענען דא בעיקר צוויי טעאריעס וויאזוי זיך צו באגיין מיטן איצטיגן וועלטס קריזיס. איינס איז אויסטעריטי, וואס מיינט פשוט אז מ'ציעט איין דאס פאסיג און מ'שפענד ווייניגער. די חשבון איז ווי די טיי פארטיי שטיצער זאגן, אז פונקט ווי ביי יעדעם אינדערהיים, ווען ס'נישט דא איבעריג געלט קויפט מען נישט קיין נייע קאר, אנצוג, מעבל.. אזוי אויך לענדער, מער גיבט ווייניגער געלט פאר כל ערליי זאכן וואו די רעגירונג שפענדעד געלט, ווי למשל מעדיקעיד, פוד סטמפס, בריקן און שאסייען בוי פראיעקטן, סעקשאן 8, וואוטשערס, עדוקעישאן, טערעפיסטן פאר קינדער וכדומה.

דער אנדערער טעאריע הייסט קינסיען סטימיולעס על שמו פונעם מחבר דשאן מעינארד קיענס. ער האט פארגעשלאגן אז בשעת א רעסעסיע, ווען ביזנעס איז שוואך און די בעלים דינגען נישט אדער זענען אפילו משלח ארבייטער, זאל די גאווערמענט ווארפן געלט אין די עקאנאמיע, אזוי ווי FDR האט געטוהן מיטן נו דיעל בשעתו ביים גרעיט דעפרעשאן טאקע פאלגענדיג קיענס. ער האט דורכגעפירט ריזיגע בוי פראיעקטן (מען האט דעמאלטס געבויט דעם הייוועי סיסטעם דורכאויס אמעריקע), מען האט אויף FDR's באפעל געדינגען 12 מיליאן נייע פעדעראלע ארבייטער, ער האט געגעבן 500 מיליאן (1930'דיגע!) דאלער פאר סטעיט און לאקאלע גאווערמענטס זיי זאלן קענען פונקציאנירן, ער האט געשאפן סאשעל סעקיוריטי און פארם סאבסודיעס. אויך האט ער דעמאלטס געמאכט די געזעצן פון מינימום וועידזש, די 40 שעה'דיגע ארבייטס וואך (א מאקסימום פון 40 שעה וואס א בעה"ב מעג צווינגען אן ארבייטער צו ארבייטן), טיים ענד א העלף פאר אווערטיים, ער האט פארבאטן נוצן קינדער אונטער 16 פאר ארבייטער און אונטער 18 פאר עבודת פרך, און ער האט דורכגעפירט די גלעס סטיגל עקט ועוד.

איי, מאין יבוא הדולארים? זייער פשוט. ער האט געמאכט א 94 פראצענט טעקס אויף יעדן דאלער וואס אן עושר פארדינט העכער 200 טויזענט דאלער (2.54 מיליאן היינטיגע דאלארן). אבער דאס איז אן עקסטערע שמועס.

צוריק צו קיענס.. דער חשבון איז אזוי, די עקאנאמיע ארבייט ווילאנג דער עולם גייט איינקויפן, און אויב דער עולם האט נישט קיין געלט קויפט מען ווייניגער (אדער גארנישט, בשעת'ן דיפרעשאן) ממילא, אויב מען שיט סטימיולעס געלט אריין די עקאנאמיע גייט דער עולם איינקויפן, און די געשעפטן מוזן דינגען נאך ארבייטער צו דינען די קונים, און די בעלי מלאכה מוזן געדינגען ווערן צו מאכן די ווערק צום פארקויפן, און אז די בעלי בתים דינגען און צאלן ארבייטער האבן זיי געלט איינצוקויפן און אז זיי קויפן... אזוי ווייטער ווערט א גלגל החוזר, און די גאנצע עקאנאמיע הייבט זיך אונטער ביז עס פארט ווייטער אליין. ס'ארבייט אזוי ווי א גראז שניידער, מען דארף געבן א גוטן ציה דעם בענדל אפאר מאל ביז ער צינדט זיך אהן און נאכדעם בלייבט ער שוין אנגעצינדן. דאס הייסט סטימ-יו-לעס.

און טאקע אין די יארן פון נאכן צווייטן וועלטס קריג ביז די זיבעציגער יארן (ווען דער פריער-דערמאנטער העכסטער שטייער ראטע האט פערצופאל אנגעהויבן אראפצוקומען) האט אמעריקע א דאנק אט דעם קיענס גענאסן פעטע יארן פאר בעלי בתים און ארבייטער צוגלייך, די מיטל קלאס האט געזעהן א ריזיגער הצלחה.

שוין, איך וועל זיך אפשטעלן דא. בעפאר איך גיי וויל איך נאר זאגן אז איך וויל נישט אריינשלעפן פאליטיק אין דעם געשפרעך און אודאי און נישט מבזה זיין קיינעם, איך שרייב דאס נאר כדי צו געבן אביסל צו פארשטיין די פארשידענע טעאריעס וואס ווערן איצטערט פארגעשלאגן צו לייזן דעם עקאנאמישן וועלטס קריזיס. פארשטייט זיך אז איך האב קוים גערירט דעם שפיץ גאפל, אבער אויף איצט עמער זיך מוזן באגעניגן מיט דעם. אלזא, צום ווידערזעהן.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר