איז נאטורליך געזונטער?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

איז נאטורליך געזונטער?

שליחה דורך יידל »

מיר האבן שוין דא אין שטיבל דיסקוסירט אפאר מאל דאס ענין פון נאטורליכע היילונג וכל שום וחניכיה דאית ליה (א לענגערן אשכול פון איבער 6 בלעטער דא). איינע פון די יסודות פון די וואס גלייבן אין נאטורליכע היילונג און פון די וואס האלטן נישט פון מעדעצינישע היילונגען איז די איינרעדעניש אז אלעס נאטורליך איז גוט און אלעס וואס איז נישט נאטורליך איז שלעכט. די צוויי פאלשע יסודות זענען איינע פון די סיבות פארוואס מענטשן זענען מקפיד צו עסן דוקא ארגאנישע מאכלים, פארוואס מענטשן האלטן זיך צוריק פון נעמען וואקסינען פאר זיך און פאר די קינדער, פארוואס מענטשן שווערן זיך אין נאטורליכע היילעונגען ווי האמאפאטיע און שעקלי, פארוואס מענטשן נעמען נישט טיילענאל ווען די קאפ טוט זיי וויי און נאך צענדליגע משוגעת'ן וואס מענטשן טוען. די אלע זאכן פארלאנגן א באזונדערע ברייטע אויפקלערונג און הסבר וואס ליגט אונטער זיי און א בירור צו די קלעימס וואס די נאטורליכע מענטשן מאכן איז טאקע אמת. איך וויל אבער דא זיך שטעלן בלויז אויף די יסוד פון "נאטורליך" - "נעטשרול" בל"ע.

אויב עפעס קומט פון די נאטור איז עס זיכער געזונט, נישט אזוי? מיר זענען דאך אלע פראדוקטן פון די נאטור, איז נישט מער ווי גלייך צו טראכטן אז אלעס נאטורליך איז גוט פאר אונז, ריכטיג? פאלש. די נאטורליכע וועלט איז אנגעפילט מיט זאכן וואס שטעלן אומגעהויערע סכנות פאר אונז. דאס מיינט נישט אז נאטור איז עפעס פון וואס מיר דארפן אנטלויפן, און אז נאטור איז א שלעכטע זאך. בכלל נישט. עס זענען דא גוטע זאכן אין נאטור, אפילו געוואלדיגע זאכן און עס זענען פארהאן שעדליכע זאכן אין נאטור, אפילו גאר שעדליך. לדוגמא, די סם וואס הייסט ארסעניק איז א נאטורליכע פראדוקט. וואסער - וואס קען דען זיין מער נאטורליך ווי וואסער? - איז אין פילע חלקים פון די וועלט פאר'סמ'ט דורך ארסעניק, אין א גענצליך נאטוליכען שטייגער! אויב וועט איר קוקן אין די צווייטע לינק וועט איר זען אז אויך די פאראייניגטע שטאטן איז געפלאגט פון פאר'סמ'טע וואסערן. אבער נישט געזארגט, דער אויבערשטער האט אונז נישט פארלאזט. עס זענען דא אפאר מהלכים וויאזוי מ'קען -און מ'טוט! - רייניגן די וואסער פון די סם, דורך אריינמישן געוויסע כעמיקאלן, געוואנדן לויט די לעוועל פון סם וואס די וואסער ענטהאלט. אין אנדערע ווערטער, וואסער אין איר נאטורליכע פארעם קען זיין גאר מסוכן! און נאר דורך א.ג. אומנאטורליכע אינטערווענציע פון אריינמישן כעמיקאלן קומט די וואסער אן ריין צו אונז. און די וואס רעדן זיך איין אז זיי שטייען בעסער וויבאלד זיי קויפן וואסער אין געשעפט - צו ווייסן זיי אז א גרויס חלק דערפון זענען פשוט'ע סינק וואסער?

אבער מענטשן, ווען זיי הערן אז מ'לייגט אריין כעמיקאלן אין די וואסער ווערן זיי היסטעריש. דזשאן סטאסעל האט אמאל געטון אן אינטערעסאנטער עקספערימענט. ער האט זיך אראפגעשטעלט אויף די גאס און געבעטן דרוכגייער אונטערצושרייבן א פעטיטציע צו פארבאטן די באנוץ פון דיהיידראדזשען מאנאקסייד. ער האט מסביר געווען פאר מענטשן אז מ'דארף קעיר נעמען פון דעם כעמיקאל וויבאלד עס געפונט זיך כמעט איבעראל און עס איז גורם צו טויזענטע טויטע איבער די וועלט יעדעס יאר. נאך מער, די כעמיקאל איז קאלירלאז און טעם'לאז אזוי אז רוב מענטשן כאפן זיך ניטאמאל אז עס עקזעסטירט! מענטשן האבן אונטערגעשריבן דעם פעטיטציע אין גרויסן. עס איז נאר געווען איין פראבלעם. דיהיידראדזשען מאנאקסייד איז די סייענטיפישע נאמען פון וואסער (אין קורץ שרייבט מען עס H2O). מענטשן מיינען אז די ווארט כעמיקאל איז עפעס א שרעקעניש. אין פאקט, אין די אויגן פון א כעמיסט איז אלעס א כעמיקאל. שרעקעדיגע ווערטער זענען אייגענטליך פראדוקטן מיט וואס איר באנוצט זיך טאג טעגליך. סאדיום כלארייד איז פשוט'ע זאלץ. אסעטיק עסיד איז וויניגער. פארשטייט זיך אז פשוט'ע מענטשן וועלכע פארשטייען נישט צו כעמיק וועלן דערשראקן ווערן פון סיי וואספארא כעמיקאל וואס ליגט אין זייערע עסן און פראדוקטן.

א ביישפיל איז BPA. בי פי עי איז די קיצור פון ביספענאל-עי. די כעמיקאל געפינט זיך איבעראל, נאכדערצו אין פלעסטיק. די מערכה איבער BPA איז וויבאלד עס ווערט פאררעכנט פאר אן endocrine disruptor, דאס הייסט עס קען שטערן הארמאנען אינעם גוף. ווען איר וועט קויפן א נייע קינדער-פלעשל (באטי) פאר אייער קינד און איר וועט זען איין פלעשל מיטן אויפשריפט BPA FREE און א צווייטע אן דעם אויפשריפט וועט איר מסתמא קויפן די ערשטע. הלמאי, אז יענער פארקויפט א פלעשל אן BPA איז דאך משמע אז ס'איז א פראבלעם! אבער צו ווייסט איר אז ווייץ, סוי און געוויסע פרוכט זענען אלע פאררעכנט פאר endocrine disruptors? בנוסף צו אינטענסיווע שטודיעס וועלכע האבן נישט געטראפן קיין שום ערנסטע שארט טערם אדער לאנג טערם אפעקט וועלכע BPA קען האבן, אפילו אויף קליינע קינדער. אבער דאס פארמינערט נישט די פחד וואס מען האט פון כעמיקאלן בלויז וויבאלד מ'רופט זיי כעמיקאלן.

אבער ס'גייט נאך ווייטער פון דעם. מענטשן עסן ארגאניש וויבאלד עס איז מער נאטורליך. די פאקט איז אז ארגעניק האט אפאר פראבלעמען, אבער לאמיר אננעמען פאר א רגע אז זיי זענען יא געזונטער פון סתם עסן. די שאלה איז אבער פארוואס איז די עצם אגריקולטור - דאס בעארבייטן די ערד, דאס באמיסטיגען די פעלדער - יא נאטורליך? וואלט דען נישט ריין נאטורליך געווען ווען מ'עסט נאר ווילד געוואקסענע פלאנצונגען וועלכע ווערן נישט קולטיווירט דורך מענטשן? איז נישט אגריקולטור נישט נאטורליך ביי דעפענישאן? אבער די מציאות איז אז צענדליגע ווילד געוואקסענע מינים זענען גאר שעדליך פאר מענטשן! און אגריקולטור איז פארשטייט זיך א וויכטיגע יסוד פון דער מענטשליכער ציוויליזאציע. די וואס טענה'ן אז מ'זאל עסן ארגאניק וויבאלד אזוי האט מען געלעבט פאר טויזענטע יאר, ווייסן נישט - אדער מאכן זיי זיך נישט וויסנדיג - פון דעם פאקט אז פאר טויזענטע יאר איז די עווערידזש לייף ספען פון א מענטש געווען בערך 40 יאר. 80 יאר האט געהייסן אן אריכות ימים ושנים. היינט צו טאגס אז א מענטש שטארבט בעפאר די 60 הייסט אז ער איז נעבעך געשטארבן יונג. און דאס איז בלי ספק צו פארדאנקן די מאדערנע מעדעצין און אגריקולטור וועלכע האלטן אונז געזונטער און ערמעגליכן אונז צו לעבן לענגער ווי סיי ווען אין די היסטאריע.

די געדאנק אז אלעס וואס איז נאטורליך איז גוט, איז פשוט כפשוטו פאלש. נאטורליך קען זיין שעדליך ביז גאר. די זעלבע זאך איז מיט די טענה אז אלעס וואס איז אומנאטורליך איז נישט געזונט. דאס איז פאלש דורך און אדורך. ווי ערווענט, איז די גאנצע געדאנק פון אגריקולטור א נישט נאטורליכע זאך. אבער אן דעם וועלן מיר אלע אויסגיין פאר הונגער. איינע פון די שטיק פון די נאטוראליסטן איז טרונקן רויע מילך. דאס איז דאך נאטור ממש! רויע מילך קומט פון קוען, און קוען טראגן אפט א באקטיריע וואס רופט זיך אי קאלי (E. coli O157:H7). מענטשן וואס טרונקן מילך פון א קי מיט אי קאלי וועלן גאנץ ווארשיינליך ווערן אנגעשטעקט און קראנק דערפון. אויב גיבט מען דאס פאר א קינד וועמענס אימיון סיסטעם איז נאך נישט אינגאנצן דעוועלאפד, קען דאס זיין פאטאל. עס גייט אזוי ווייט אז א געוועזענער איינגעשטעלטער אין די יונייטעד סטעיטס דיפארטמענט אף אגריקולטור האט רעקאמאנדירט אז דאס געבן רויע מילך פאר א קינד זאל הייסן א קרימינאלער אפענס! ווען מ'האט איינגעפירט פעסטוריזירן מילך אין די פריע יארן פונעם צוואנציגסטען יאר-הונדערט האט דאס געהאלפן ברענגן צו אן ענדע פון צוויי ערנסטע מחלות וועלכע האבן גע'הרג'ט צענדליגע טויזענטע מענטשן: טובערקלויסיס וואס איז געקומען פון קיען, און טייפויד פיבער.

אבער וואונדער איבער וואונדער, דעמאלטס ווי היינט זענען געווען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז נישט געזונטע מילך איז בעסער וויבאלד עס איז נאטורליך. באראן ראטשילד האט אין א דרשה וועלכע ער האט געהאלטן אינעם לאנדענער פארלימענט געזאגט ווי פאלגנד (דאס איז נישט געווען זיין אייגענעם מיינונג נאר ער האט מסכם געווען די מיינונג פון די רויע מילך שטיצער): "וואס נאטור פראדוצירט איז גענוג גוט פאר מיך, בעסער נישט זיך ארום צו שפילן דערמיט. עס קען זיין א סכנה; און איך גלייך מיין מילך רויערהייט". ראטשילד מאכט דערנאך חוזק פון דעם טענה, פרעגנדיג צו די מילך שטיצער וועלן אויף אפזאגן אנעסטעזיע בעפאר אן אפעראציע וויבאלד ס'איז נישט נאטורליך, אדער אויב זיי וועלן ענדערש עסן זייער פלייש רויערהייט וויבאלד ס'איז מער נאטורליך.

אן אנדערע מערכה וואס נאטוראליסטן פירן איז אנטקעגן גענעטיש מאדיפיצירטע עסנווארג. אפגעזען פון דעם פאקט אז טראדיציאנאלער "נאטורליכע" אגריקולטור איז גענוי דאס - גענעטיש מאדיפיצירן די עסנווארג, איז אבער די פארגעשריטענע וועגן פון גענעטיש מאדפיצירן מאכלים בכלל נישט קיין סכנה. עס איז נישטא קיין איין דאקומענטירטע פאל פון אפילו א בויך וויי וואס איז פאראורזאכט געווארן דורך גענעטיש מאדיפיצירטע עסן. דאך וועלן אבער מענטשן ענדערש קויפן פון א קאמפעני וואס שרייבט אויף זייער עסן זעקלעך "GMO FREE"', וויבאלד דאס איז מער נאטורליך און מסתמא מער געזונטער...

עס איז נאך דא א ים צו שרייבן איבער די נושא, און דאס איז ניטאמאל כטיפה מן הים ואי"ה עוד חזון למועד מער באריכות איבער די מערערע איינצעלהייטן פון נאטורליסטישע איינרעדענישן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר