געאגראפיע דעמאגראפיע און אלעס אינדערמיט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

געאגראפיע דעמאגראפיע און אלעס אינדערמיט

שליחה דורך עוד מישהו »

איך בין שוין לאנג נישט געווען אין קאווע שטיבל, איך דארף דאנקען דעם באשעפער, אז איך האב געקענט טרעפן צייט זיך אוועקזעצן שרייבן.

ביי די היינטיגע פראפעסארן און געלערנטע הערשט די מיינונג, אז אויב וועט די וועלט ממשיך זיין וואו עס האלט יעצט, וועט מען ליידן פון הונגער אין מערערע טיילן פון די וועלט. ביי אונז אידן לאכט מען זיך אויס פון די סארט נביאות'ער און שטערן זעער, און דאס לעבן זעצט פאר מיט א שטורעם.

כלפי מה דברים אמורים, די באפעלקערונג פון די וועלט האלט היינט ביי זיבן מיליארד (ביליאן וואו מ'זאגט אין אמעריקע) מענטשן, די נאטורליכע וואוקס פון די מענטשן וואקסט גאר שנעל אין די לעצטע פופציג יאר, די לעבנס ראטע האלט אין איין ארויף גיין, מענטשן לעבן היינט אין די מערב וועלט אין דורכשניט בערך אכציג יאר, אין די דריטע וועלט לענדער האט זיך די רפואה אויך פארבעסערט, פארשטייט זיך יעדע לאנד אויף א צווייטע שטאפל. די געבורט ראטע ביי דריטע וועלט לענדער האט זיך געהעכערט א דאנק די רפואה, אבער רוב פון די מענטשן וואקסן אויף אומוויסנד און אין שטארקע ארעמקייט, אזאך וואס האט צוגעברענגט אז עטליכע לענדער אין אפריקע ליידן שוין פון הונגער.

ביי די מערב וועלט זענען זאכן גאר אנדערש, אין אייראפע איז די לעבנס ראטע גאנץ הויעך, די געבורט ראטע איז שטארק נידריג, און די נאטורליכע וואוקס שטייט אין אפאר לענדער ביי א מינוס, אונגארן לדוגמא פארלירט מענטשן יעדע יאר. אנדערע לענדער וואו ביי די פראנצויזן זענען דא זייער נידריגע געבורטן אבער ביי די מולמענער אימיגראנטן זענען די געבורט ראטעס גאר הויעך, אויב וועט עס גיין ווייטער ווי ביז יעצט, וועלן די פראנצויזן ווערן א מינאריטעט גרופע אין זייער אייגן לאנד, א זאך וואס קען שוין געשען אין 2030. די דורכשניטליכע פראנצויזישע משפחה האט נאר איין קינד.

אין די פאראייניגטע שטאטן איז אביסל בעסער, די דורכשניט אין אמעריקע איז צוויי קינדער פאר א משפחה.

א שטיקל הקדמה, די נאטורליכע וואוקס באשטייט פון עטליכע איינצלהייטן וואס מוזן גענומען ווערן אין באטראכט. געבורט ראטע, וויפיל קינדער עס ווערן געבוירן יעדעס יאר. טויטפעלער, וויפיל מענטשן עס זענען געשטארבן אין די יאר. עמיגראנטן, וויפיל מענטשן פון די לאנד, שטאט אדער געגנט, זענען אריבער וואוינען אין א צווייטע לאנד, שטאט אדער געגנט. אימיגראנטן, וויפיל מענטשן זענען געקומען וואוינען אין די לאנד שטאט אדער געגנט. נאכן צאמשטעלן די אינפארמאציע קען זיך ארויסשטעלן א בילד, וויפיל איז די נאטורליכע וואוקס געווען אין יענע יאר.

יעצט די שאלה וואס אסאך פארשער אין פראפעסארן מוטשענען זיך מיט דעם, איז צו קען די וועלט ווייטער אנגיין אזוי, צו וועט די מענטשהייט אנהייבן צו ליידן פון די אומקאנטראלירטע און ווילדע וואוקס אין געוויסע לענדער אין די וועלט.

יעצט מיין דוגמא וועט מסתמא זיין א שלעכטע, אבער דאס איז א לאנד וואס איז נאנט יעדן צום הארצן, יעדער איינער אויף א צווייטע אופן.
מדינת ישראל איז א קליינע לאנד, די שטח איז גרויס בערך 22,000 סקווער קילאמעטער, 8,019 סקווער מייל. די נאטורליכע וואוקס איז פון די העכסטע אין די מערב וועלט לענדער, די דורכשניט איז דריי קינדער פער משפחה, די נאטורליכע וואוקס איז 2 פראצענט יערליך שוין די לעצטע פאר יאר.

פאר איינער וואס וויל פארשטיין אין נומערן פון וואס מ'רעדט דא, וועל איך שרייבן מיט יארן. אין תש"ח ביי די גרינדונג פון די מדינה, האבן געוואוינט אין 650 טויזענט אידן אין די שטח פון מדינת ישראל, אין נישט מער ווי 8 יאר שפעטער האבן שוין געוואוינט אין ארץ ישראל מער פון דאפעלט פון דעם, 1,203 מיליאן. אין תשל"ב האבן שוין געוואוינט אין מדינת ישראל נאך איין און א האלב מיליאן איינוואוינער, אלעס צוזאמען 2,752 מיליאן. ס'קומט אויס א אז די אידן זענען געוואקסן אין קארגע 25 יאר מיט 450 פראצענט, אדער די באפעלקערונג איז געדאפעלט פיר און א האלב מאל אין קוים 25 יאר.

ביז תש"נ ווען קאמוניזם איז צעפאלן, איז די באפעלקערונג נישט אזוי שטארק געוואקסן, אבער דעמאלס האבן אנגעהויבן קומען מאסן עולים, בערך א מיליאן, וואס האט נאכגעלאזט אין די צווייטע האלב פון די נ' יארן.

וואס איז געשען אבער איז אזוי, 90 פראצענט פון די איינוואוינער לעבן אין שטעט, א חלק פון די שטעט זענען שוין כמעט אויסגעוואקסן פון זייער שטח, א דוגמא איז תל אביב אדער חיפה, תל אביב נאכן כמעט אויסנוצן די גאנצע שטח, האט אנגעהויבן בויען אין די הייעך. חיפה האט אנגעהויבן פארלירן איר גלאנץ און ווייניג מענטשן קומען אהין וואוינען, צוליב עטליכע סיבות.

פון די 6 מיליאן אידן אין מדינת ישראל, קאנצעטרירן זיך צווישן 2 און האלב צו 3 מיליאן, און די צענטער געגנט פון גדרה ביז חדרה, נאך כמעט א מיליאן אין ירושלים, נאך א מיליאן אין חיפה אומגעגגנט, די רעשט איבער די לאנד.

איינע פון די שטערקסטע אינדוסטריעס אין מדינת ישראל, איז אגריקולטור און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס האט מיט ערד ארבעט צו טון. אמאל זענען די היינטיגע שטעט געווען דערפער מיט פעלדער פון פרוכט, גרינצייג, תבואה, בהמות און עופות, א זאך וואס האט געראטעוועט מדינת ישראל אין אירע ערשטע יארן. די מציאות אז פון די דערפער זענען געווארן שטעט, האט געצווינגען די מענטשן וואס האבן געוואלט בלייבן פעלד ארבעטער, צו זוכן אנדערע שטחים פאר ביליג. די איינציגסטע פלאץ וואס די מדינה האט פארגעשלאגן פאר די מענטשן, איז אין די נגב וואס איז שוואך באוואוינט.

אויף די אלטע פעלדער האט מען געבויט הייזער, גאסן אדער שאסייען, און געבויט גאנצע שטעט. די פראבלעם דערפון איז עטליכע: איינס אין צענטער רעגנט פיל מער ווי אין נגב, וואס מיינט אז גרינצייג צו אנדערע זאכן וואס דארפן האבן וואסער צו קענען וואקסן, דארף מען יעצט באוואסערן וויבאלד אין דרום רעגנט ווייניגער, ווען אמאל האט מען נישט געדארפט, א זאך וואס נוצט אויס א טייער ארטיקל אין ארץ ישראל. צוויי, די פארבויטע שטחים האלט אפ רעגן וואסער פון אריין דרינגן אונטער די ערד, א זאך וואס פעלט זיך אויס אז די קוועלער זאלן זיך נישט אויסטרוקענען, וויבאלד עס איז פארבויט טרוקענען זיך די קוועלער צוביסלעך אויס.

די באפעלקערונג וואקסט, און די פארלאנג פאר נייע הייזער און געביידעס פאר די פובליק ענדיגט זיך נישט, אסאך פלעצער זענען זייער ענג אין דירות, און נישט אייביג מעג מען בויען, און נישט אויף יעדע פלאץ קען מען בויען, א זאך וואס ברענגט צו צו בויען אין די נגב, אויף די חשבון פון פארמער און די אגריקולטור.

פארהאן אזעלכע וואס טענה'ן, אז עס איז בעסער אפצולאזן די עסן אינדוסטריע, און זיך פארלייגן אויף צוויי אנדערע שטארקע פעלדער, אין וואס מדינת ישראל צייכענט זיך אויס: איינס איז היי טעק, די צווייטע איז רפואה, כעמיקאלן און ענליכס. רויע עסן מאטריאל קען מען קויפן פון אנדערע לענדער, אויסארבעטן אין מדינת ישראל און פארקויפן ווייטער. די חסרון דערפון איז, אז אימפארטירטע עסן קאסט גאר טייער, און דער חוב פאר דרויסענדיגע לענדער וועט וואקסן, אויסער דעם וואו ווייניגער מ'איז אנגעוואנדן אויף פרעמדע לענדער איז אלס בעסער, וואו נאכן גרינדונג פון די מדינה, איז מען געווען כמעט איזאלירט פון די וועלט, די אראבישע לענדער האבן מחרים געווען מדינת ישראל, אייראפעאישע לענדער האבן מורא געהאט אז די אראבערס וועלן זיי באיקאטירן, פארן טוען ביזנעס מיט מדינת ישראל, אבער א דאנק די אייגענע עסן אינדוסטריע האט מען עס דורכגעשוויצט.

נו וואס זאגן ענק? די פראפעסארן און געלערנטע האלטן, מ'זאל האבן ווייניגער קינדער כדי די וועלט זאל נישט אויסוואקסן, די אידן האלטן אז מדארף און מ'טאר נישט טראכטן אזוי. איך וואין אין ארץ ישראל און איך זע די מצב דא, איך האלט נישט ס'וועט ווערן הונגער, אבער דאס אז ס'איז ענג פאר די מענטשן און ס'איז דא א מאנגל אין פלאץ איז א מציאות.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר