פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

הודעהדורך boxcover » דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:24 pm

תיקון טעות: די דעמאקראטן און רעפאבליקאנער, די קאטוליקען און פראטיסטאנטען, די מוסלמענער און קריסטן, און די ליכוד און עבודה טוען נישט קיין קרימינאלע אקציעס איינער קעגען צווייטן (בדרך כלל).
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 405 מאל

הודעהדורך מאיר » דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:01 pm

פון וואסערע קרימינאלע אקציעס רעדט מען דא? איינמאל אין 20 יאר גיט מען אביסעל פעטש? דאס קומט פאר ביי די יענקי פענס עס וועל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך מאיר » דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:10 pm

אז מ'רעדט שוין יא פין דעם ענין (מ'דארף אפשר מאכען אן עקסטערע אשכול פין דעם) לא מיך נאר צילייגן אז פין די וומ"ס געטא (אזוי ווי איינער האט עס אנגעריפען) איז ארויסגעקימען די גאנצע מושג פין סאציאלע פראגראמען. הצלה, שומרים, ביקור חולים, חסד, חברים, איז אלעס פין וומ"ס. די מערסטע געלט פאר רובשקין (וואס אגב איז נישט קייין סאטמערער נאר אפשר פארקערט) איז געקימען פין די וומ"ס אין מאנראער געטא.

די איידעלע געפאלישטע באנעמונג פין די יעקישע איז אפשר מער זיס אויף די מינוט אבער העלפען א צווייטען (ווער איט קאנט'ס) זענען די רומענישע אסאך מער.

די משכילים פלעגען אייביג טענהן ווי מ'דארף זיך אפלערנען מידות פין די דייטשע קולטור, מיר האבען שוין געזען וואס דאס איז. אוודאי איז די געלאסענע שטיל רעדענדיגע באנעמונג זייער פיין אין שיין אבער ס'איז נאר א טפל. די אמתע יודישע מידה איז רחמנים אין גמילות חסדים.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג מערץ 08, 2013 5:35 am

א גוטן מאיר, איך גיי מיר נישט משוגע מאכן, איך האב סך הכל אריינגעווארפן א קליין תגובה'לע אזוי תוך כדי דיבור. נאכן אפליינען יודל'ס געשמאקן אשכול, די האסט זיך ארויפגעכאפט אויף נארישע אויסדריקן וואס איך האב געשריבן. און קלעבסט דערויף ווי א פארעקשנ'טן טישו אויף א שיך,,,,, האסטו געפרעגט, האב איך מיר געשטעלט אויף דעפענסיווע, און דיר גענטפערט- כלפי ציוניות מיין איך נישט דעם אידעלאגישן חלק, כלפי פראגראמען מיין איך נישט דעם טעכנישן חלק, יעצט ווילסטו דעבאטירן עטיקס? ווי קומט אריין פארברעכן ווען מרעדט פון חכמה? נניח ברוקלינער אידן זענען באמת חשובער, טיילן מיר יעצט שכר אויף התנהגות'ער?
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5781 מאל

הודעהדורך מאיר » פרייטאג מערץ 08, 2013 10:34 am

איך האב מיך נישט מער גע'טענה'ט מיט דיר, איך האב נאר געזאגט וואס איך האב געהאט צו זאגן, נישט דוקא פאר דיר.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 6:12 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 09, 2013 8:50 pm

מען קריגט זיך דא ווי די ספרדים, און דער עוורידזש איי קיו פין די אשכנזים גייט אראפ מיט יעדער תגובה אין דער געהענגעל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1619 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:41 am

איך האב גערעדט נעכטן מיט עמיצער (פון מאדערן ארטאדאקס סאסייעטי, צו אפשר נאך ווינציגער) וואס טוט שוין איבער צוואנציג יאר אינעם פעלד פון ארויסהעלפן אידן בכלליות צו טרעפן דזשאב'ס אדער לערנען סעקולאר עדיוקעישן אדער קוואליפיקאציעס ,אין די אלגעמיינע וועלט. ער זאגט מיר אזוי פון עקספיריענס, אז ער איז שאקירט און עמעיזד, וויפיל אינגעלייט ער טרעפט טאקע פון די גאר היימישע קאמיוניטי, וואס האבן "בריליאנטענע מוחות" (בלאדי אינטעלעדזשענט) און זענען משוגע גוט אין "טראכטן". פון זיין השערה נעמט זיך עס וויבאלד זיי זענען געוואוינט צו נוצן די קאפ פאר גמרא און תלמוד'יקל סטאדיס.
(ער וואלט געפייגערט אפצופירן כלל ישראל )
ער פערזענדליך קען אסאך וועלכע זענען אויסגעוואקסן לויערס. פון ביידע לאגערן. אזעלכע וואס האבן קודם געלערנט און נאכדעם שטודירט, און אזעלכע וואס האבן אויך געטוהן פארקערט.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:25 pm

הענק פעליסער, וואס יידל דערמאנט אין זיין פתיחת האשכול האט היינט ארויסגעגעבן א לענגערע איבערגעמאכטע ארטיקל, וואו ער לייגט צו אסאך אנדערע סיבות וואס מענטשען, פראפערסארן ווי ציווילע צוגלייך, האבן אריינגעשיקט וואס ס'קען אלץ גורם זיין די דעספאריטעט ציווישן די IQ פון אשכנזים און די אלגעמיינע באפעלקערונג.

ער זאגט אז ער האט אריינבאקומען קריטיק נאכן פאריגע ארטיקל פארן נישט ארויסברענגען אז א חלק פון די הויכע פראצענט נאבעל פרייז געווינער וואס זענען אידן געפינען זיך אויך ספרדים, און נישט נאר אשכנזים. ער דערמאנט טאקע א ליסטע פון אויסערגעווענליכע ספרדים, און ברענגט פון דזארדזש סארטון'ס בוך "אריינפיהר צו די היסטאריע פון סייענס" אז 95 פון 626 סייענטיסטן פון 1150 ביז 1300 זענען געווען ספרדים. 15%, סאך העכער ווי זייער פראצענטאלע פראפארציע. ער לייגט אבער צו אז היינטיגע צייטן ווען מ'מעסט די IQ לעוועלס פון ספרדים איז עס נישט העכער ווי די אלגעמיינע צפון איראפעאישע באפעלקערונג, און זיכער נישט אזוי הויעך ווי זייער ברידער די אשכנזים.

יעצט צום שאלה פון "פארוואס?" וואס מאכט אונז אזוי קלוג? האט ער צאמגעשטעלט א ליסטע פון 20 מעגליכע סיבות, 8 דערפון זענען פון זיין ארגינעלע ארטיקל, ס'איבעריגע איז פון וואס מענטשען האבן ארייגעשיקט.

איך וועל שרייבן די צוואנציג סיבות בקיצור, אפאר האט שוין די עולם דא ארומגערעדט, און איך בין זיכער אז יידל און די אנדערע חכמים דא וועלן קענען צולייגן זאלץ און שווארצע פעפער.

1) בבלישע יודזשעניקס
יידל האט שוין מסביר געווען אנהויב אשכול, אז די אינטעלעקטואלע און רייכע זענען פארטריבן געווארן קיין בבל, און די ארעמע פויערן זענען געבליבן אין א"י און פארמישט געווארן מיט די שכנים.

2) עם הספר
כנ"ל

3) געזונטע היגיענע און דיעטע
האט יידל געמסביר'ט דא.

4) אותיות מחכימות
איז ענליך צו נומבער 2, ברענגט ער פון הרב ד"ר ירמי' אונטערמאן אז ס'דא א חיוב ביי אידן צו לערנען תורה מיט די קינדער, ממילא זענען אידישע קינדער געווען מער ליטעראט ווי די גוים. וואס ביי די גוים פאר צוויי דריי טויזענט יאר צוריק איז געווען א אומדערהערטע זאך אז א גאנצע באפעלקערונג זאל זיין קענען ליינען און שרייבן. ווי אויך דאס אויסהאלטן א איידעם וואס לערענט האט געמיינט אז ס'האט זיך זייער געלוינט צו זיין געלערענט, דאס איז געווען די העכסטע שטרעבונג, בשעת ביים גוי איז געווען אנדערע שטרעבונגען.

5) תקנת ר׳ יהושע בן גמלא
זייט אריבער צוויי טויזענט יאר צוריק איז פאראן א חיוב פאר יעדע אידישע פאטער, צו לייגן זיין קינד אין א חינוך אינסטאטוציע. ביז הונדערט יאר דערנאך איז געווען ביי אידן א יוניווערסאלע חינוך וואס האט אויסגעלערענט אינגלעך צו לייענען, שרייבן, און ציילן. די ערשטע פאלק אין היסטאריע וואס האט עס באוויזן. ער זאגט אז די פינאנציעלע קאסטן פון אויסהאלטן א קינד אין חדר האט געמאכט אז ארעמע פארמער וואס האבן עס נישט געקענט עפפארדן זענען עווענטואל אוועקגעפאלן צו קריסטנום, און די אידישע פאפולאציע איז אראפ פון פיר און אהאלב מיליאן צו 1.2 מיליאן.

ממילא איז אויסגעקומען אז בעיקר זענען די רייכע און קלוגע זענען געבליבן אידן, און די ארעמע און נידעריגע IQ זענען אוועקגעפאלן.

איין פראבלעם וואס איך האב מיט דעם איז אז א חלק פון די תקנה איז געווען אז שכ"ל איז א קהלישע עקספענס, און די רייכע האבן געצאלט פאר די ארעמע. אבער קען זיין אז דאס איז אלעס פיין און וואויל אין די שטעט, אבער אין די ארעמע דערפער איז נישט געווען ווער ס'זאל אויסהאלטן, און אפילו אויב יא איז די קוואליטעט פון די חינוך געווען סובסטאנציאל שוואכער.

6) שטאטישע לעבן
ביז פאר צוויי טויזענט יאר זענען מייסטענס אידן געווען פארמער, ארץ ישראל איז געווען א לאנד פון אגריקולטור, און אכציג-ניינציג פראצענט אידן האבן געטוהן פעלד ארבייט. א טויזענט יאר שפעטער זענען קוים צען צוואנציג פראצענט געבליבן פארמער, דאס איז טיילווייז א רעזולטאט פון תקנת ר' יהושע בן גמלא, ווייל איינמאל א קינד קען מאטעמאטיק, שפראך, לייענען שרייבן, האט מען נישט פארשווענדעט זיינע כשרונות אויף פעלד ארבייט, נאר געגאנגען אין די שטעט טרעפן ארבעט אין מעקלעריי, האנדל, און פינאנץ.

דאס וואוינען אין א שטאט העכערט די IQ פון א מענטש, א 2006 שטודיע ווייזט א 19.4 פראצענטיגע חילוק ציווישן שטאטישע און דערפישע סטודענטן, אין גריכענלאנד האט א צווייטע שטודיע אין 1970 געטראפן א צען ביז דרייצן פראצענטיקע חילוק, אנדערע שטודיעס ווייזן אביסל קלענערע חילוקים, אבער א חילוק איז זיכער דא, און יידן זענען פון די לענגסטע אנגייענדע פעלקער וואס דורכאויס זייטן חורבן וואוינען זיי בעיקר אין שטעט.

תמליון האט שוין אנגערירט די נקודה דא.

7) שפראך און מחשבה
דר. סעם ליהמאן-ווילציג, א פאליטישע סייענס פראפעסאר אין ארץ ישראל האט עם געשריבן, אז די געבוי פונעם תלמוד, די דיאלעקט ציווישן שואל און משיב, הוא אמינא און מסקנא, לערענט אויס א מענטש א וועג פון טראכטן, זען אלע צדדים אין א נושא, נישט אננעמען גארנישט בלינדערהייט, נאר פרעגן שאלות אויף אלעם, אפילו א פסוק, א תנא, אדער די אייגענע שיטה. דר. סענפארד אראנאף, סייענס פראפעסאר אין ריידער יוניווערסיטעט האט עם אויך געשריבן ענליכס.

8) פארהייראטע רבנים
א גרויסע חילוק ציוושן די קאטוילישע גלחים און להבדיל די אידישע רבנים איז, אז די גלחים ברענגען נישט קיין קינדער אויפן וועלט. דאס מיינט אז לעגאויס די היסטאריע, בשעת די קלוגסטע ביי די גוים, די געלערענטע און גלחים האבן אפגעהאקט זייער גענעלאגיע, האבן די אידישע אינטעלעקטואלן געהאט אסאך קינדער, מיט גרויסע פאמיליעס.
איחוד פעלד האט עס שוין צוגעברענגט דא.

9) בת תלמיד חכם
תנו רבנן לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם לא מצא בת תלמיד חכם ישא בת גדולי הדור לא מצא בת גדולי הדור ישא בת ראשי כנסיות לא מצא בת ראשי כנסיות ישא בת גבאי צדקה לא מצא בת גבאי צדקה ישא בת מלמדי תינוקות ולא ישא בת עמי הארץ מפני שהן שקץ ונשותיהן שרץ ועל בנותיהן הוא אומר (דברים כז, כא) ארור שוכב עם כל בהמה תניא ר' אומר עם הארץ אסור לאכול בשר (בהמה) שנאמר (ויקרא יא, מו) זאת תורת הבהמה והעוף כל העוסק בתורה מותר לאכול בשר בהמה ועוף וכל שאינו עוסק בתורה אסור לאכול בשר בהמה ועוף: (פסחים מ"ט ע"ב)

גמרות אזוי ווי דעם זאגן אן דעם איד אז ער זאל שטרעבן צו טרעפן א פרוי א טאכטער פון א געלערענטע מאן, דאס איז די גרעסטע און חשוב'סטע זאך ביים זוכן א פאסיגע ווייב. און פארשטייט זיך די זעלבע פארקערט, יעדע ערליכע איד האט געוועלט א בחור א תלמיד חכם פאר אן איידעם. בשעת ביי די גוים האט מען פראבירט חתונה צו האבן העכער אינעם סאציאלן לייטער, אריסטראקאטישע בלויע בלוט, אדער מלחמה העלדן, האט מען ביי אידן געזוכט די קלוגע. בשעת א קלוגע ארעמע בחור איז ביים גוי שווער געגאנגען, איז ביים איד אנגעקומען צו ווערן דעם ראש הקהל'ס איידעם מיט זיין צארטיגע געראטענע קלוגע געלערענטע טאכטער.

10) ביי-לינגואל
נוראלאגן היינט צייגן צו אז קענען מער ווי איין שפראך הייבט די IQ פון א מענטש, ווי אויך זיין זכרון, גמישות המחשבה, התמודדות עם בעיות, און נאך אסאך זאכן. ממילא ביי אידן, וואס יעדער קען לפחות צוויי שפראכן, די אידישע שפראך, און די שפראך פון די לאנד וואו מ'האט געוואוינט, און יעדע קינד וואס האט געלערענט חומש האט געקענט א דריטע שפראך, און אויב איז ער אנגעקומען צו גמרא האט ער געקענט א פערדע. און אזוי ווי אידן האבן אלעמאל געוואנדערט פון לאנד צו לאנד האבן זיי געקענט מערערע שפראכן, און האבן זיך ערווארבט א שפראך וואס איז געמישט פון דייטש, פויליש, לעטיש, ליטוויש, אונגעריש, רוסיש, אוקרייניש, פראנצויזיש, האָלענדיש, אא"וו. די שפראך ענהאלט אין זיך א קיבוץ פון די אלע קולטורן, ליטעראטור, און קונסט. דאס מיינט אז די עצם רעדן די שפראך מאכט קלוג.

11) פארפיינט און פארפלאגט צו קלוגשאפט
אידן אין אייראפע זענען געווען פארבאטן פון רוב אלגעמיינע באשעפטונגען, ווי למשל פעלד ארבעט און אגריקולטור, זיי האבן געווענליך נישט געטארט פארמאגן קיין לאנד, און דאס האט געשטופט די אידן אין די גרויסע שטעט אריין, וואו זיי האבן געמוזט טוהן בוכהאלטעריי, האנדל, אינוועסטירן און מעקלעריי. ביי די קריסטן אין געווען פארבאטן צו פארבארגן פאר ריבית, האט זיך די איד צוגעכאפט דערצו און געשעפט חיונה דערפון. רעקארדס צייגן צו אז אום 1270 זענען 80% פון אידן אין דרום פראנקרייך געווען לייער. שפעטער וואן מ'האט זיי פארטריבן פון מערב אייראפע האבן די אשכנזים געוואנדערט קיין פוילן און די ארומיגע לענדער, וואו זיי האבן ממשיך געווען מיט זייער באשעפטונגען, און איבערגענומען פירן אסאך ביזנעסער, וויבאלד זיי זענען געווען גוט מיט מאטעמאטיק און ביזנעס כשרונות.

די אשכנזים וואס האבן נישט געקענט באקומען די גוטע דזשאבס האבן נישט געקענט אפארדן צו וואוינען אין די שטעט וואו ס'געווען קהילות, נאר געוואוינט איינזאם אין די דערפער, וואו אסאך פון זיי זענען עווענטואל פארפאלן און אויסגעמישט געווארן.

12) אויסגעזיפט געווארן דורך די רדיפות
אידן האבן קיינמאל נישט געלעבט צו לאנג במנוחה אויף איין פלאץ, שטענדיג געהאט רדיפות, גירושים, און פאגראמען, איז אויסגעקומען אז די רייכערע אידן זענען געווענליך געווען די וואס האבן זיך געקענט ארויסדרייען, אדער דורך זיך ארויסשווערצן, געהאט קשרים מיט אנדערע לענדער וואו זיי האבן געקענט צו זיי אנטלויפן, געקענט שמירן זיך ארויסצודרייען פון צרות, און געהאט קאנטאקטן אין די העכערע רעגירונגס פאזיציעס. איז אויסגעקומען אז די רייכערע, וואס עשירות מיט הויכע IQ גייט אסאך מאל צוזאמען, האבן געהאט גרעסערע שאנסן איבערצולעבן און אנגיין מיטן נארמאלע לעבענס שטייגער, און האבן קינדער, און די שוואכערע זענען פארטיליגט געווארן און ס'נישט געבליבן פון זיי קיין דורות.

13) קלוגע קרענק
ס'דא וואס טענה'ן אז די גינעטישע מחלות וואס די אשכנזישע אידענטום איז געבענטשט מיט, וואס אויב האט מען צוויי קאפיס פונעם גענע איז נישט צו געשמאק, אבער אויב האט מען נאר איינע קען עס גורם זיין העכערע נוראלאגישע וואוקס, שנעלערע פארבינדונגען אינעם מח, אא"וו.
אבער די טענה איז אביסל שוואך, ווייל הגם מיר האבן מער פון די גענעס ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג, איז עס נאך אלץ א קליינע פראצענט, איינס אין צוויי טויזענט, און דאס וואלט נישט געקענט גורם זיין אזא גרויסע דיסקרעפענסיע אקראס די באורד.

14) תחשוב טוב יהיה טוב
א PHD פון לאנדן, א עלעקטריק ענזשיניר האט עם אריינגעשיקט, אז נישט גענעס, נאר פאזיטיווע טראכטן איז גורם העכערע IQ. ער האלט אז אידן האבן מער פאזיטיווע מחשבות ווי גוים, און דאס איז גורם אידן זאלן זיין קלוגער. אויב לאמיר שוין זאגן אז ס'איז אמת, דארף מען זעהן פארוואס טאקע אידן טראכטן מער פאזיטיוו. איז דאס דען נישט אנגעהאנגן אין גענעלאגיע?

15) שאך מאט
אשכנזים האבן אלעמאל ליב געהאט צו שפילן שאך, א מאגאזין אין 1905 האט אנגערופן שאך די "נאציאנאלע אידישע שפיל". כמעט 50% פון שאך גרענדמעסטערס (די העכסטע טיטל א שאך שפילער קען באקומען) זענען אשכנזים. ווען קינדער שפילן דעם שפיל שארפט עס אויס די קאפ און קען פאטענציאל העכערן די IQ.

16) מוזיק
נגינה איז אלעמאל געווען א מבוקש ביי אידן, כבד את ה' מהונך, מגרונך. פארשער היינט גלייבן אז מוזיקאלע טרעינינג העכערט ניוראן אנטוויקלונג, און קינדער וואס לערנען מוזיק זענען בעסער אין מאטעמאטיק, אנאליסיס, זכרון, קריעטיוויטי, ריכוז, ארבעטן אונטער פרעשור, מאטיוואציע, און סייענס.

17) פאמיליע סאפארט
אשכנזישע קינדער האט מען געווענליך העכערע ערוואנטונגען, יעדע אידישע מאמע וויל איר קינד זאך זיין די בעסטע אין וואס אימער, און די אידישע פאמיליעס האבן צוגעשטעלט די סופרארט, און אויך די דראנג, צו שטייגן, און אנצוקומען. סוקסעס ברענגט סוקסעס, און סוקסעס און געלט ברענגט בעסערע חינוך פאר די קינדער. די עוורעדזש אשכנזישע איד אין אמעריקע האט צוויי אהאלב מאל אזוי סאך געלט ווי די עוורידזש אמעריקאנער, דאס מיינט אז א אידיש קינד קען וויילן מער יאר אין סקול און באקומען העכערע בילדונג, פאר ער דארף גיין ארבעטן.

18) קלוגערע האבן ווייניגער אסימילירט
עפעס א איד אנליין האט עם געשריבן אז אין זיין אפיניען, א אשכנזי וואס איז נישט אנגעקומען צו עפעס, האט געפילט כאילו ס'פעלט עם עפעס, און עווענטואל האט ער איבערגעלאזט אידישקייט און אסימילירט.

19) עמפאטישע רבנים
א צווייטער אנליין וואס רופט זיך "זאב פון דזשו יארק סיטי" טענה'ט אז רבנים זענען גאונים אין עמפאטיע, זיי האבן ליב יעדען מענטש, און ממילא העכערט דאס סאמהאו די IQ דורך האבן מער עמאציאנאלע סופארט אין די קינדער יארן.

20) אנטי-סעמיטיזם
א דריטער קאמענטאר זאגט אז דער איד האט א דראנג אנצוקומען צו אקעמישע סוקסעס, עשירות, ווייל ער וויל זיך שפירן פארזיכערט. וויבאלד די שטענדיגע פחד פון אנטיסעמיטיזם הויערט העכער זיין קאפ.

די צוואנציג זענען אסאך איבערגעקייעט די זעלבע סיבה אנגעקוקט פון א צווייטע שטאנדפונקט, אבער אז ער זאגט 20 סיבות, ווער בין איך צו זאגן ווייניגער? און אפאר פון די לעצטע זענען אויך א חלק דמיונות, א חלק wishful thinking, ספעציעל די וואס קומען פון אנאנימע אנליין קאמענטירער. (איך ווייס, איך בין אויך אזאנס...)

צום סוף זאגט ער אז ס'מעגליך אז אונזער קלוגשאפט איז אין רעזולטאט פון אלע סיבות צוזאמען, און שלאגט פאר אז די וועלט זאל אונז נאכמאכן, שפילן שאך מיט די קינדער, אנשטאט שפילן ווידאו געימס, אויסהערען קלאסישע קאמפאזיציעס אנשטאט וואטשען פאטבאל, עסן ווייניגער טאקסיק מאכלים, לערנען שפראכן, און מוטינגען קינדער אז זיי קענען אנקומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום פרייטאג יוני 21, 2013 12:15 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:05 pm

וואס טוט זיך מיט ונטמתם בם - ונטמטם בם? אז מען עסט מאכלות אסורות ווערט דאס הארץ פארשטאפט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך פשטידא » זונטאג יוני 23, 2013 4:30 pm

יידל האט געשריבן:אין פאקט איז די מציאות אז 40% פון אשכנזים שטאמען פון בלויז 4 פרויען! אז מ'טראכט אריין אין דעם איז עס דאך מרפסין איגרא.


ריכטיג. נישט נאר 40%, נאר כמעט 100%, סיי פון אשכנז'ישע אידן און סיי פון ספרד'ישע אידן שטאמען פון פיר פרויען. לאה, רחל, בלהה, און זלפה.

בנוגע די עצם טעמע פונעם אשכול, אני כשלעצמי האב זיך אלעמאל פארלאזט אויף די ווערטער כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איך ווייס מ'קען עס אויסטייטשן אנדערש אבער פאר אנכי הקטן איז דאס גענוג.

און א זייטיגע נקודה. בנוגע די פראגע וועגן ספרדים און אשכנזים איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט ציטירט פונעם מנחת אלעזר אין זיין ספר "חמשה מאמרות", וואו ער שרייבט אויף איינעם פון די גרעסטע ספרדי'שע גדולים מיט 150 יאר צוריק נאכ'ן אראפברענגען וואס יענער שרייבט אויף א געוויסן ענין, היות שהספרדים בזמנינו רובם נמוכי השכל וקטני המח וכו', עיי"ש.

און דאס נוצט ער אלס א לימוד זכות...
פשטידא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יוני 23, 2013 8:53 pm

פשטידא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אין פאקט איז די מציאות אז 40% פון אשכנזים שטאמען פון בלויז 4 פרויען! אז מ'טראכט אריין אין דעם איז עס דאך מרפסין איגרא.


ריכטיג. נישט נאר 40%, נאר כמעט 100%, סיי פון אשכנז'ישע אידן און סיי פון ספרד'ישע אידן שטאמען פון פיר פרויען. לאה, רחל, בלהה, און זלפה.

די פיר אמהות האבן געלעבט פאר קרוב צו 4000 יאר צוריק, דא רעדט מען דאך פון פיר פרויען וועלכע האבן געלעבט אביסל איבער 1500 יאר צוריק, ממילא איז דאס א גרויסע חידוש. 40 פראצענט איז 3.5 מיליאן מענטשן. (זע דא פאר דעטאלן)

פשטידא האט געשריבן:בנוגע די עצם טעמע פונעם אשכול, אני כשלעצמי האב זיך אלעמאל פארלאזט אויף די ווערטער כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איך ווייס מ'קען עס אויסטייטשן אנדערש אבער פאר אנכי הקטן איז דאס גענוג.

אבער פארוואס נאר אשכנזים? די תורה באלאנגט נישט צו די ספרדים?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך פשטידא » זונטאג יוני 23, 2013 9:34 pm

יידל האט געשריבן:
פשטידא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אין פאקט איז די מציאות אז 40% פון אשכנזים שטאמען פון בלויז 4 פרויען! אז מ'טראכט אריין אין דעם איז עס דאך מרפסין איגרא.


ריכטיג. נישט נאר 40%, נאר כמעט 100%, סיי פון אשכנז'ישע אידן און סיי פון ספרד'ישע אידן שטאמען פון פיר פרויען. לאה, רחל, בלהה, און זלפה.

די פיר אמהות האבן געלעבט פאר קרוב צו 4000 יאר צוריק, דא רעדט מען דאך פון פיר פרויען וועלכע האבן געלעבט אביסל איבער 1500 יאר צוריק, ממילא איז דאס א גרויסע חידוש. 40 פראצענט איז 3.5 מיליאן מענטשן. (זע דא פאר דעטאלן)


איך פארשטיי. אבער מיינע ד' אמהות איז מער אקוראט...

אין מציאות איז אמת אז ס'איז שטארק מעגליך. א ריזן פראצענט למשל פון די סאטמארע קהילה וועט צוריקגיין 4-5 דורות און אלעמאל טרעפן א געמיינזאמען זיידן. עמיצער וואס האט פאר 150 יאר געהאט 12 קינדער וועלכע האבן איבערגעלעבט און אויפגעשטעלט דורות, האט אן ערנסטן שאנס צו האבן היינט צענדליגער טויזנטער אייניקלעך.

פשטידא האט געשריבן:בנוגע די עצם טעמע פונעם אשכול, אני כשלעצמי האב זיך אלעמאל פארלאזט אויף די ווערטער כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איך ווייס מ'קען עס אויסטייטשן אנדערש אבער פאר אנכי הקטן איז דאס גענוג.

אבער פארוואס נאר אשכנזים? די תורה באלאנגט נישט צו די ספרדים?


א גוטע פראגע, אבער דאן דארף דער אשכול זיין געווידמעט צו די שאלה פארוואס ספרדים נישט. נישט זיך קאנצענטרירן אויף די פראגע פארוואס אשכנזים יא.
פשטידא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג יוני 23, 2013 11:24 pm

די שטודיע ווייזט אז די פיר פרויען קומען פון מזרח. שטימט עס נישט מיט די שטודיע וואס וויל אונז אלע מאכן בני גרים (דאס ארגסטע פון אלעם, בני עוברים על השלש שבועות, נעמליך די כוזרים).

ולויט וואס איך ליין אין דעם ארטיקל אין וויינעט וואס יידל האט צוגעלינקט, זע איך בכלל נישט די גדולה מיט דעם געפינס. די רעדע איז פון 4 פרויען אין די צוועלפטע און דרייצנטע יארהונדערט (נישט אלע פיר זענען אפילו געווען אינעם זעלבן יאר הונדערט!), אידן זענען שוין געווען אין אייראפע לאנגע הונדערטער יארן בעפאר. די פיר פרויען זענען זיכער נישט געווען די וואס האבן אויפגעשטעלט אידישקייט אין אייראפע. בסך הכל האבן זיי איבערגעלאזט א צייכן אין די די ען עי פון אלע זייערע אייניקלעך, וואס אנדערע מענער און פרויין האבן נישט איבערגעלאזט, פארוואס וועט שוין יידל מסביר זיין.

דאס כשלעצמו אז פיר פרויען פאר ניין הונדערט יאר צוריק זאלן האבן אזויפיל מיליאנען אייניקלעך, איז בכלל נישט קיין חידוש. ווי פשטידא האט שוין אנגעמערקט, יעדע פרוי וואס האט געלעבט דאן און אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, האט שאנסן צו האבן די זעלבע צאל אייניקלעך, זייער די ען עי איז נאר נישט אנמערקבאר אין די אייניקלעך.

מען דארף אפילו נישט זיין קיין גענעלאאג פאר דעם, מיט אביסל מאטעמאטיק קען מען עס אליינס אויסרעכענען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך chosen people » זונטאג יוני 23, 2013 11:51 pm

האבן די אשכנזי'שע פרויען אויכט א העכערן IQ, אויב יא פעלט אוועק א שיינע פאר טעמים פון די 20, למשל 2, 7, וכדו'..
chosen people
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יוני 25, 2013 12:09 am

דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט ונטמתם בם - ונטמטם בם? אז מען עסט מאכלות אסורות ווערט דאס הארץ פארשטאפט.

וואס איז טאקע פשט אז די אלע פארשטאפטע קעפ האלטן אין איין געווינען נאבעל פרייזעס בעת מיר ריינע אויסגעלייטערטע גמרא-אויסגעשארפטע קעפ פארשטייען קוים ענגליש?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יוני 25, 2013 12:13 am

די פיר פרויען זענען זיכער נישט געווען די וואס האבן אויפגעשטעלט אידישקייט אין אייראפע. בסך הכל האבן זיי איבערגעלאזט א צייכן אין די די ען עי פון אלע זייערע אייניקלעך, וואס אנדערע מענער און פרויין האבן נישט איבערגעלאזט, פארוואס וועט שוין יידל מסביר זיין.

זייער אסאך לאזן איבער די ען עי במשך די צייט אפשניט, דער חידוש איז אז אזא גרויסע פראצענט היינטיגע אידן שעירן "די זעלבע" אפשטאם, דאס איז א גענעטישע באווייז אז די אידן האבן במשך די דורות זייער שטארק געהיטן זיך נישט צו אויסמישן מיט די גויים, און זענען שטענדיג געווען אפגעזונדערט לגבי חיתון.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג יוני 25, 2013 12:19 am

פשטידא האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אין פאקט איז די מציאות אז 40% פון אשכנזים שטאמען פון בלויז 4 פרויען! אז מ'טראכט אריין אין דעם איז עס דאך מרפסין איגרא.


ריכטיג. נישט נאר 40%, נאר כמעט 100%, סיי פון אשכנז'ישע אידן און סיי פון ספרד'ישע אידן שטאמען פון פיר פרויען. לאה, רחל, בלהה, און זלפה.


ווער זאגט? אפשר זענען פופציג פראצענט הינטיגע אידן אפשטאמיג פון די כוזרים אדער פון די אדומיים-גרים בימי חשמונאים אדער פון די ערב רב אדער פון סתם גויים וואס האבן זיך אויסגעמישט מיט אידן? אויף דעם דארפן מיר האבן גענעטישע באווייזן אז בדרך כלל האט מען זיך געהאלטן אפגעזונדערט.
[quote="פשטידא"]
וועגן כי היא חכמתכם ובינתכם, דער פסוק זאגט אז אזוי לאנג ווי מען וועט אפהיטן די תורה וועט "די תורה" זיין אונזער חכמה אין די אויגן פון די פעלקער, דער פראבלעם איז אז די פרייע אידן היטן דאך נישט די תורה און זיי זענען די וואס געווינען די נאבעל פרייזעס. ווען דו וועסט פרעגן א גוי מיט וואס זענען די אידן קלוג, וועט ער דיר נישט ענטפערן וויבאלד ס'איז דא עטליכע הונדערט טויזנט פרומע אידן וואס היטן די תורה, נאר ווייל זיי זענען געלונגענע סייענטיסטן און ביזנעס לייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך לבונה זכה » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:07 pm

א פרישע באריכט איבער דעם מקור פון אשכנזישן אידנטום:

http://www.nytimes.com/2013/10/09/scien ... ml?hp&_r=0
The New York Times
October 8, 2013
Genes Suggest European Women at Root of Ashkenazi Family Tree
By NICHOLAS WADE
Over the last 15 years geneticists have identified links between the world’s Jewish communities that point to a common ancestry as well as a common religion. Still, the origin of one of the most important Jewish populations, the Ashkenazim of Central and Eastern Europe, has remained a mystery.

A new genetic analysis has now filled in another piece of the origins puzzle, pointing to European women as the principal female founders, and to the Jewish community of the early Roman empire as the possible source of the Ashkenazi ancestors.

The finding establishes that the women who founded the Ashkenazi Jewish community of Europe were not from the Near East, as previously supposed, and reinforces the idea that many Jewish communities outside Israel were founded by single men who married and converted local women.

The study, published Tuesday in the journal Nature Communications, is based on a genetic analysis of maternal lineages. A team led by Martin B. Richards of the University of Huddersfield in England took a fresh look at Ashkenazi lineages by decoding the entire mitochondrial genomes of people from Europe and the Near East.

Earlier DNA studies showed that Jewish communities around the world had been founded by men whose Y chromosomes bore DNA patterns typically found in the Near East. But there was a surprise when geneticists turned to examine the women founders by analyzing mitochondrial DNA, a genetic element that is separate from the main human genome and inherited just through the female line.

Unlike the Y chromosomes, the mitochondrial DNA showed no common pattern. In several of the smaller Jewish communities it clearly resembled that of the surrounding population, suggesting a migration pattern in which the men had arrived single, perhaps as traders, and taken local wives who then converted to Judaism.

But it wasn’t clear whether or not this was true of the Ashkenazim. Mitochondrial DNA tends to change quite rapidly, or to drift, as geneticists say, and the Ashkenazi DNA has drifted so far it was hard to pinpoint its origin.

This uncertainty seemed to be resolved by a survey published in 2006. Its authors reported that the four most common mitochondrial DNA lineages among Ashkenazis came from the Near East, implying that just four Jewish women were the ancestresses of nearly half of today’s Ashkenazim. Under this scenario, it seemed more likely that the Ashkenazim were the result of a migration of whole communities of men and women together.

But decoding DNA was still quite expensive at that time and the authors of the 2006 survey analyzed only a short length of the mitochondrial DNA, containing just 1,000 or so of its 16,600 DNA units, in all their subjects.

The four mitochondrial lineages common among Ashkenazis are now very rare elsewhere in the Near East and Europe, making it hard to identify with certainty the lineages from which they originated.

With the entire mitochondrial genome in hand, Dr. Richards could draw up family trees with a much finer resolution than before. His trees show that the four major Ashkenazi lineages in fact form clusters within descent lines that were established in Europe some 10,000 to 20,000 years ago. The same is true of most of the minor lineages.

“Thus the great majority of Ashkenazi maternal lineages were not brought from the Levant, as commonly supposed,” Dr. Richards and colleagues conclude in their paper. Overall, at least 80 percent of Ashkenazi maternal ancestry comes from women indigenous to Europe, and 8 percent from the Near East, with the rest uncertain, the researchers estimate.

Dr. Richards estimates that the four major lineages became incorporated into the Ashkenazi community at least 2,000 years ago. A large Jewish community flourished in Rome at this time and included many converts. This community could have been the source of both the Ashkenazim of Europe and the Sephardim of Spain and Portugal, given that the two groups have considerable genetic commonality, Dr. Richards said.

Doron M. Behar, of the Gene by Gene company in Houston and a co-author of the 2006 survey, said he disagreed with Dr. Richards’ conclusions but declined to explain his reasons, saying they had to appear first in a scientific journal.

David B. Goldstein, a geneticist at Duke University who first detected the similarity between the founding mothers of Jewish communities and their host populations, said the new analysis was well done but that the estimate of 80 percent European origin for the Ashkenazi maternal lineages was not statistically justified, given that mitochondrial DNA lineages rise and fall in a random way.

A recent analysis based on the whole genomes, not just mitochondrial DNA, of Jewish communities around the world noted that almost all overlap with non-Jewish populations of the Levant, “consistent with an ancestral Levantine contribution to much of contemporary Jewry.” Dr. Richards said that the finding was compatible with his own, given that the Levantine contribution was not that great.

Another recent study, also based on whole genomes, found that a mixture of European ancestries ranged from 30 percent to 60 percent among Ashkenazi and Sephardi populations, with Northern Italians showing the greatest proximity to Jews of any Europeans.

The authors of this study in Nature Communications, led by Gil Atzmon of the Albert Einstein College of Medicine, noted that there had been mass conversions to Judaism in the early Roman empire, resulting in some 6 million citizens, or 10 percent of the population, practicing Judaism.

Dr. Richards sees this as a possible time and place at which the four European lineages could have entered the Jewish community, becoming very numerous much later as the Ashkenazi population in northern Europe expanded from around 25,000 in 1300 A.D., to more than 8.5 million at the beginning of the 20th century.
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:14 pm

אן ארטיקל אין הארץ, ווי דער שרייבער טענה'ט אז די הויכע נומבער נאבעל פרייז געווינער איז נישט צוליב העכערע IQ, אדער אנדערע גינעטישע סיבה, נאר ווייל אידן נאכן קריג האבן געזוכט וואו זיי קענען האבן פולע גלייכבארעכטיגקייט, און זיי האבן עס געטראפן אין סייענס. מיר איז שווער צו גלייבן אז דאס זאל זיין די גאנצע סיבה, ווייל בשעת אידן געווינען הונדערט מאל פראצענטווייז פון וויפיל זיי וואלטן געדארפט אין פראפארציע, זענען נישט דא הונדערט אידן קעגן יעדע גוישע תלמיד אין יוניווערסיטעט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:16 pm

פאר די וואס האבן נישט קיין אקסעס צום פולען ארטיקל, הרי שלכם לפניכם.

The real reason why Jews win so many Nobel prizes
Forget the genius genes or bookish culture hocus pocus. Jewish achievement in the sciences is a modern phenomenon, but the passions that drove it are now ebbing away.

By Noah Efron | Oct. 21, 2013

Camp Young Judea, a Zionist sleepaway camp where I passed a bit of my youth, tweeted this just after this year's Nobel Prize winners were announced, and it got me thinking: Did you know... Of the 8 individuals who have won Nobel Prizes this year, 6 are Jewish, 2 are Israeli, and 1 is a Holocaust survivor!

I did know, of course, and so did everyone else.

In the weeks following the announcement, I read hundreds of tweets and dozens of posts about Jews’ banner performance in Stockholm; I’ve seen it lead the TV news on all three Israeli stations that carry the news, gotten emails about it from enthusiastic relatives and overheard discussions about it in the faculty cafeteria.

While most reactions were triumphalist (“Super Jews and Our Incredible Nobel Prize Statistics,” ran one headline), some were pensive. Here in Israel, the fact that two chemistry laureates had abandoned the Jewish State when they realized it held no jobs for them, tinctured our national pride with self-censure.

Elsewhere, rabbis and pundits tried to puzzle out what it is about Jews that make them so super at science.

Broadly, two sorts of theories have been floated. One is that Jews have primo genes. Charles Murray, the Enterprise Institute scholar and co-author of The Bell Curve, set out the case for this a few years ago in an essay in Commentary called “Jewish Genius," writing bluntly that “something in the genes explains elevated Jewish IQ.” Another theory is that Jews love hitting the books, as Israeli economics laureate Robert Aumann told the army radio station Galei Tzahal: Jewish homes have overflowing bookshelves. Throughout the generations we have given great honor to this intellectual pursuit.

There are good reasons to doubt both sorts of theories. For one thing, Jewish excellence in science is a new thing. When the great Jewish folklorist Joseph Jacobs set out in 1886 to compare the talents of Jews with the talents of other Westerners, he found their performance mediocre in every science save medicine. In the first decades of the 20th century, Princeton psychologist Carl Brigham tested the intelligence of Jews in America, and concluded they “had an average intelligence below those from all other countries except Poland and Italy.” Jewish excellence in science is a phenomenon that flowered in the decades before and, especially, after the Second World War; it is too recent a phenomenon to be explained by natural selection, or even by putative ancient cultural traditions.

The real explanation of Jewish success in science lies elsewhere. The 20th century began with massive migrations of Jews, to the United States, to the cities of Russia (and then the Soviet Union), and to Palestine. In each of these new lands, Jews turned to science in great numbers because it promised a way to transcend the old world orders that had for so long excluded most Jews from power, wealth and society. Science, based as it is on values of universality, impartiality and meritocracy, appealed powerfully for Jews seeking to succeed in their new homes. It is not so much what Jews were (smart, bookish) that explains their success in science, as what we wanted to be (equal, accepted, esteemed), and in what sorts of places we wanted to live (liberal and meritocratic societies).

But I’m not the Grinch. I would have nothing against devoting a week each year to tweeting, blogging and chatting about how Jews rule when it comes to Nobel Prizes, and totally rock as scientists, were it not for the fact that our self-congratulation keeps us from seeing something that matters. Nobel Prizes are a lagging indicator. Given years after the achievements they celebrate, often to long-retired scientists, they reflect a state of affairs that existed 30, 40, and sometimes 50 years ago. They are a browning snapshot of bygone days.

What bugs me about attributing the remarkable prominence of Jews among Nobel laureates to genes or enduring cultural traditions is that doing so suggests that Jewish success in science will inevitably continue as a matter of course. Most likely it won’t. The percentages of Jews among new American Ph.D.s in the sciences has declined greatly over the past generation. In Israel, spending on higher education has continued to decline during most of the same period; to many of the growing numbers in Israel who embrace religion, the appeal of science has nearly vanished. The passions that drew Jews to sciences in such great numbers have dissipated.

Maybe this was inevitable, maybe not. Either way, there is no good reason to expect that the remarkable contributions of Jews to science will continue for generations to come. Rather than celebrating the late ripening fruit of our parents’ and grandparents’ toil, each Nobel Prize is a chance to ponder whether we oughtn’t be planting afresh the too-often neglected fields they bequeathed us.

Noah Efron teaches in the Graduate Program on Science, Technology & Society at Bar-Ilan University. His forthcoming book, "A Chosen Profession: Jews and Science in the Twentieth Century," will be published jointly by Johns Hopkins University Press and Hebrew Union College Press.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:02 pm

איך פארשטיי נישט וואס דער שרייבער וויל. יתכן אז די סיבה וואס שטיפט אידן צו לערנען סייענס איז וויבאלד מיר ווילן זיך אויסצייכענען אין אקעדעמיע צוליב פרעשור, פונדעסטוועגן נעמט דאס נישט אוועק קיין איין טראפ פון דעם חידוש אז למעשה צייכענען מיר זיך טאקע אויס. ווען אידן וואלטן געהאט פיזישע שטארקע קערפערס וואלטן זיי מסתם זיך גענומען צו ספארטס, אזוי ווי די שווארצע האבן געטון, און זיי וואלטן דארט זיך אויסגעצייכנט, יעצט אז מיר האבן גוטע קעפ, האבן מיר זיך גענומען צו סייענס, און מיר זענען דארט מצליח. אמאל איז געווען דער טיפישער חלום ביי אידן צו ווערן דאקטוירים, האבן זיי דארטן מצליח געווען, לעצטנס איז געווארן די מאדע ביי אידן זיך אריינצולייגן אין טעכנאלאגיע און עפענען היי טעק ביזנעסער, זענען מיר דארטן מצליח אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם. למעשה דארף דאס א הסבר פארוואס ווען אידן לייגן זיך אריין אין סיי וועלכע קאפ ארבעט זענען זיי מצליח.
אגב, דער שרייבער פון דעם ארטיקל, נח עפרון, איז דער ארויסגעבער פונעם העכסט אינטערעסאנטן בוך: עכטע אידן, וואס דאקומענטירט די געפעכטן צווישן די חרדים און פרייע אין ישראל אויף זייער אן אביעקטיווער אופן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 7:34 pm

@געפילטע פיש סתם פאר נייגער, דו צאלסט זיי א חודש'ליכע סובסקריפשאן?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 7:40 pm

ניין, אויב שרייבט מען זיך איין באקומט מען צען ארטיקלעך א חודש פאר פרי.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך מיסטער מענטש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 7:44 pm

אידן זענען קלוג ווייל זיי האבן די הייליגע תורה וואס מאכט קלוג

איי איך לערן נישט ?

אבער מיינע זיידעס האבן געלערנט

און א קלוגע מענטש געבוירט קלוגע קינדער

על פי טבע
מיסטער מענטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:34 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 21, 2016 1:25 pm

יידל האט געשריבן:עס איז באקאנט מארק טוועין'ס אבזערוואציע איבער אידן'ס חכמה

איך האב געטראפן אין מיין ארכיווען א אידישע איבערזעצונג פון מארק טוועין'ס באקאנטע אפשאצונג איבער אידן, באקאנט אלס די: Concerning The Jews. זייענדיג א גאר אינטעליגענטע שרייבער האט ער פארמאגט א גאר הויעכע ענגליש. סא די איבערזעצונג קען זיין אינטערסאנט פאר אסאך:

דא:
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1921 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט