boxcover האט געשריבן:שכיוח ר' מאיר פאר די געשמאקע נושא, אבער וואס איז דאס אנדערש פון וויאזוי די באווייזן פאר עוואלוציע שטימען מיט דער תורה?
מאיר האט געשריבן:) דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי נעם איך נישט אן, ווייל אין פסוק שטייט אז אדה"ר נברא מעפר (אין עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
יאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:) דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי נעם איך נישט אן, ווייל אין פסוק שטייט אז אדה"ר נברא מעפר (אין עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
לויט די סייענטיסטן קומען אויך מענטשן פון דער ערד, נאר ס'איז דורכגעגאנגען פארשידענע גלגולים ביז מ'איז אנגעקומען צו די מדריגה וואס מיר האלטן היינט.
מאיר האט געשריבן:האט נישט דארווען געהאלטען אז דער ערשטער מענטש איז געווען א מאנקי?
מאיר האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:) דאס אז א מענטש קימט פין א מאנקי נעם איך נישט אן, ווייל אין פסוק שטייט אז אדה"ר נברא מעפר (אין עס איז נישט דא קיין proof אז מענשט קימט פין א מאנקי, עס איז נאר א טעאריע).
לויט די סייענטיסטן קומען אויך מענטשן פון דער ערד, נאר ס'איז דורכגעגאנגען פארשידענע גלגולים ביז מ'איז אנגעקומען צו די מדריגה וואס מיר האלטן היינט.
האט נישט דארווען געהאלטען אז דער ערשטער מענטש איז געווען א מאנקי?
אגב, אין די תורה שטייט אויך אז אדה"ר האט שפעטער (אחר החטא) באקריגען דעת.
מאיר האט געשריבן:זה לשון הראב"ד על ספר יצירה פ"א מ"א: כי שרשי היסודות הם ג' כי הארץ מורכבת ואינה יסוד פשוט. וכן ראוי, כי כשם שסיבת הויה משלש, העדר, ההויה, והנושא אל שניהם, והן שני הפכיים. כן כל המורכבים צריכין שתהיה משני הפכיים, והם האש, והמים, והרוח נושא לאש מצד חומו ולמים מצד לחותו. והנה הארץ מורכב משלשתם וכו' נמצאת אומר שכל צבא השמים והארץ והימים והם עצמם עליונים ותחתונים שרשם ויסודם אמ"ש (אויר מים אש) עכ"ל.
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מאיר, די גאנצע באגריף פון פיר יסודות אש רוח מים עפר איז אן אלטן גריכישע אויפטוה וואס איז שוין לאנג עבר עליו הכלח. דאס פרובירן צאם שטעלן היינטיגע סייענס מיט סייענס וואס מען האט געוויסט בזמן הראב"ד וחז"ל, שמעקט מיט די טעאריע פון די יעניגע וואס האלטן אז שלמה המלך האט שוין געוויסט ווי אזוי מען מאכט אן עראפלאן נאר ער האט נישט געוואלט פאר קיינעם פארציילן. אדער די וואס האלטן אז אריסטאו (וואס היינט ווייסן מיר וויפיל שטותים ער רעדט) האט גע'גנב'ט זיין חכמה פון שלמה המלך.
פאר יעדע מאמר פונעם ראב"ד אדער ווער אימער וואס האט געלעבט אין יענע צייטן, וואס שטימט עטוואס מיט היינטיגע סייענס, ברענג איך דיר צען וואס פאנגן נישט אן צו שטימען, א"כ מה בצע ? וואס האמיר אויפגעטאן אז איין מאמר שטימט בדוחק ? כ'כאפ נישט די געווינס.
יאיר האט געשריבן:מאיר האט געשריבן:זה לשון הראב"ד על ספר יצירה פ"א מ"א: כי שרשי היסודות הם ג' כי הארץ מורכבת ואינה יסוד פשוט. וכן ראוי, כי כשם שסיבת הויה משלש, העדר, ההויה, והנושא אל שניהם, והן שני הפכיים. כן כל המורכבים צריכין שתהיה משני הפכיים, והם האש, והמים, והרוח נושא לאש מצד חומו ולמים מצד לחותו. והנה הארץ מורכב משלשתם וכו' נמצאת אומר שכל צבא השמים והארץ והימים והם עצמם עליונים ותחתונים שרשם ויסודם אמ"ש (אויר מים אש) עכ"ל.
דער ראב"ד רעדט דוקא פון אטאמען? מיר זעט אויס אז ער רעדט בכלליות פון די וועלט און ער זאגט אז די גאנצע וועלט איז צאמגעשטעלט בלויז פון פייער, וואסער, און לופט. איך מיין אז דאס שטימט נישט לויט די היינטיגע סייענס.
יאיר האט געשריבן:וואספארא שייכות האבן די כוחות פון מים און אש מיט פראטאנס און עלעקטראנס?
יאיר האט געשריבן:אגב, דער גאנצער ספר יצירה גייט אויף דעם מהלך אז ס'איז נאר דא דריי יסודות, דאס איז נישט דוקא דעם ראב"ד'ס חידוש.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט