וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?

הודעהדורך יידל » מאנטאג מערץ 04, 2013 11:05 pm

ווען מ'ליינט איבער וויסנשאפטליכע טעמעס אדער מ'הערט פון וויסנשאפטליכע שטודיעס קומט אפט ארויף די פראגע. וואס איז די מעטאד וואס וויסנשאפטלער נוצן כדי צוצוקומען צו זייערע מסקנות? צו בויען זיי עס אויף סברות כרסיות, אדער צו האט עס עפעס א מעטאד, א סיסטעם, וועלכע זיי פאלגן נאך? די אמת איז אז וויסנשאפט (דהיינו, סייענס – science) איז א סיסטעמאטישע און לאגישע צוגאנג צו אנטדעקן וויאזוי זאכן אינעם יקום ארבעטן. די ווארט סייענס קומט פונעם לאטיינישען "סיענשע", scientiaוועלכע מיינט: וויסנשאפט, knowledge. אנדערש ווי די ארטס (ארטס זענען די נישט-סייענטיפישע זאכן וועלכע ווערן שטודירט אקאדעמיש, א שטייגער ווי היסטאריע, מעלערייען, ארכיטעקטור, טאנץ וכדו'), צילט וויסנשאפט צו רעזולטאטן וועלכע מ'קען מעסטן דורך טעסטן און אנאליזירן. וויסנשאפט איז באזירט אויף פאקטן, נישט אויף שיטות און דיעות. די פראצעס פון וויסנשאפט איז אזוי אויסגעארבעט אז עס טשעלנדזשט געדאנקען און טעאריעס דורך פארשונגען. וויסנשאפט'ס אויפגאבע איז נישט איבערצוווייזן וויסנשאפטליכע טעאריעס, נאר צו אויסשליסן נישט אמת'ע הסברים, ווי לאנג מ'קומט צו צו א לאגישע מסקנא און הסבר.

צו פארשטיין די וויסנשאפטליכע מעטאד, מוז מען קודם פארשטיין וואס איז געווען ביז מען איז אויפגעקומען מיט די מעטאד. איך האב אביסל מאריך געווען דעריבער דא, און איך האף נאך צו שרייבן אסאך דערוועגן אבער דערווייל וועל איך שרייבן בלויז איבער דעם מעטאד זעלבסט און נישט איר היסטאריע אדער די היסטאריע פון וויסנשאפט בכלל. נאך א נקודה וואס מ'מוז מקדים זיין איז אז עס איז נישטא למעשה א קלארע מעטאד וועלכע יעדע סייענטיסט אין די וועלט פאלגט נאך, נאר עס איז מער א כלליות'דיגע פרעימווארק לויט וועלכע מ'מעסט סייענטיפישע טעאריעס. פארשטייט זיך אז אין סייענס גופא איז אויך דא דרגות פון בעסערע טעאריעס און שוואכערע טעאריעס, אבער אויף די כלליות'דיגע מעטאד איז דא א הסכמה פון איעדן סייענטיסט באשר הוא שם.

    די וויסנשאפטליכע מעטאד (די סייענטיפיק מעטאד - the Scientific Method)


ווען וויסנשאפטלער טוען פארש ארבעט (וועלכע רופט זיך אין ענגליש ריסוירטש research), קלויבן זיי געווענדליך ראיות צו שטיצן אדער אפפרעגן א היפאטעזע (אין ענגליש, הייפאטיזיס hypothesis), דאס הייסט, א הסבר וועלכע מ'שלאגט פאר צו ערקלערן די סיבה פון א נאטורליכע פענאמענאן). ווען זיי קלויבן ראיות, פאלגן זיי נאך די וויסנשאפטליכע מעטאד צו קלויבן ראיות וועלכע מ'קען מעסטן און טעסטן. די סיבה פארוואס זיי פאלגן נאך דעם מעטאדע איז וויבאלד מענטשן זענען מלא נגיעות כרימון. כדי צו מאכן זיכער אז די טעאריע איז נישט פרי יצירת הנגיעות, נאר איז באגרינדעט אין מציאות, דארף מען זען צו די מציאות שטימט מיטן טעאריע. דערפאר נוצט מען די סייענטיפיק מעטאד.

די וויסנשאפטליכע מעטאד איז בערך ווי פאלגנד:
  1. מען מאכט אן אבזערוואציע אדער אבזערוואציעס. דהיינו, מען אבזערווירט א נאטורליכע פענאמענאן. סייענס איז געבויעט אויף נאטור. עס הייבט זיך דעריבער אן דורכן אבזערווירן נאטור. לדוגמא, אייזיק ניוטאן האט געשריבן אז ער איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע פון גראוויטי נאכן אבזערווירן אן עפל אראפפאלן פון בוים.
  2. מען פרעגט שאלות איבער דעם אבזערוואציע. פארוואס איז עס אזוי, פון ווי קומט דאס, וואס האט דאס גורם געווען, צו קען מען דאס מונע זיין וכו'. ניוטאן, נאכן זען דעם עפל פאלן, האט ער אנגעהויבן פרעגן פארוואס איז עס אזוי? אויב איז עס וויבאלד עס איז דא א כוח וואס ציעט אראפ דעם עפל, דאן פארוואס פאלט די לבנה נישט אראפ?
  3. מען פארמירט א היפאטעזע - א דעסקריפציע איבער וואס מען האט אבזערווירט און א הסבר פארוואס עס איז אזוי ווי מען האט אבזערווירט. אין ניוטאן'ס קעיס האט ער פארמירט זיין טעאריע פון גראוויטי.
  4. מען מאכט פרעדיקציעס געבויעט אויף דעם היפאטעזע. דהיינו, לויט די הסבר וועט אויסקומען אזוי און אזוי. געבויעט אויף ניוטאן'ס טעאריעס האבן צוויי מאטעמאטיקער און אסטראנאמער פאראויסגעזאגט אז דער פלאנעט נופטאן עקזיסטירט.
  5. מען טעסט דעם היפאטעזע און די פרעדיקציעס מיטן מאכן עקספערימענטן וועלכע מ'קען דערנאך רעפראדוצירן (איבערמאכן).
  6. מען אנאליזירט די אינפארמאציע און מען ציט מסקנות. דערנאך נעמט מען אן אדער ווארפט מען אפ דעם היפאטעזע, אדער מ'מאדעפיצירט דעם היפאטעזע אויב ס'פעלט זיך אויס.
  7. צום לעצט, מאכט מען איבער די עקספערימענטן אזוי פיל מאל, ביז ווען עס איז מער נישט דא קיין שום סתירה צווישן די פאקטן (דהיינו, די רעזולטאטן פון די עקספירימענט) און די טעאריע.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די ערשטע רעקארדירטע פאל אין די היסטאריע ווי מיר זעהן די וויסנשאפטליכע מעטאד אין באנוץ איז אין... ספר דניאל! עס אריינצולייגן אין היסטארישן פערספעקטיוו: אין יאר ג' קע"ד האט נבוכדנאצר, דער קעניג פון דעם מעכטיגען בבל'ישען אימפעריע, אינוואדירט יהודה. ער האט דאן גענומען –צווישן אנדערע - א גרופע פון קלוגע יוגנטליכע לייט קיין בבל, ווי ער האט געפלאנט זיי איינציגליגערן אינעם קעניגליכן געמיינדע. זיין מטרה דערמיט איז געווען אפצושוואכן די נייע קעניגרייך וועלכע האט איבערגענומען יהויקם (וועלכער איז אויך געגאנגען אין גלות קיין בבל), אזוי ארום אז דער נייער יהודה'ישער קעניג צדקיהו האט זיך געטראפן אן קיינע ראטגעבער און קליגע לייט וועלכע זאלן אים העלפן פירן דאס קעניגרייך. מיט א שוואכע קעניגרייך האט נבוכדנאצר זיך געשפירט פארזיכערט אז דאס אידיש פאלק וועט נישט מאכן קיין אויפשטאנד און דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט.
ווילנדיג אויסנוצן די קלוגע אידן פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, האט נבוכדנאצר באפוילן אז מ'זאל די אלע יוגנטליכע אנהייבן טרענירן וויאזוי צו זיין געניטע אריסטאקראטן און געלערנטע לייט. די אויפטו איז געווען אז נאכן ווערן טרענירט אין די בבל'ישע קולטור וועלן די אידן פארגעסן פון זייער אידישער פארגאנגענהייט, און אנשטאט פלאנירן אן אויפשטנד וועלן זיי זיך איינגלידערן אין בלל אלס טייל פון די אריסטאקראטישע געמיינדע.
צווישן די קלוגע יוגנטליכע וועם נבוכדנאצר האט געפירט קיין בבל זענען ארויסגעשטאנען פיר בחורים מיט די נעמען דניאל, חנניה, מישאל און עזריה. זיי האבן געהאט אפגעמאכט ביי זיך אז וועלן זיך האלטן פעסט צו זייער רעליגיע. אין דניאל קאפיטעל א' ווערט פארציילט וויאזוי זייער ערשטער נסיון איז געווען צו אנהייבן עסן נישט כשר'ע עסן. אלס א חלק פון דעם פראגראם וואס די יוגנטליכע זענען דורך, זענען זיי געגעבן געווארן קרעפטיגע, נארהאפטיגע מאלצייטן ווי עס פאסט פאר מיטגלידער פון די אריסטאקראטישע געמיינדע. די פיר אידן האבן געזאגט פאר זייער אויפזעער אז זיי ווילן נישט עסן די נישט כשר'ע עסן, נאר זיי ווילן לעבן אויף א פשוט'ע גרינס-באזירטע דיאטע. דער אויפזעער האט נישט מסכים געווען. ער האט צו זיי גע'טענה'ט "ירא אני את אדני המלך אשר מנה את מאכלכם ואת משתיכם, אשר למה יראה את פניכם זעפים מן הילדים אשר כגילכם, וחייבתם את ראשי למלך? – איך האב מורא פארן קעניג וועלכער האט באשטימט ענקערע דיאטעס. אויב כ'וועל ענק פאלגן וועט ער דאך נאך א קורצע צייט זען אז איר זעט אויס שוואכער ווי די אנדערע יוגנטליכע וואס זענען אין ענקער יארגאנג, און דאס קען מיר קאסטן מיין לעבן!"
דניאל איז דאן אויפגעקומען מיט א וואזשנעם פלאן. "הער צו," האט ער געזאגט צום סארווירער. "לאמיר מאכן א טעסט פון צען טעג. במשך די צען טעג וועסטו אונז גיבן נאר געוויקסן און וואסער, און נישט וויין מיט פלייש. נאך די צען טעג וועסטו קוקן צו ס'דא א חילוק צווישן אונז און די אנדערע יוגנטליכע." דער סארווירער האט מסכים געווען צום פלאן און דאס האבן זיי טאקע געטוןץ פאר צען טעג האט ער זיי געברענגט בלויז גרינס און וואסער, און די טייערע עסנווארג האט ער גענומען פאר זיך. נאך צען טעג, ווען מ'האט פארגליכן די אויסזען פון דניאל, חנניה, מישאל און עזריה מיט די אויסזען פון די אנדערע יוגנטליכע האט זיך ארויסגעשטעלט אז נישט נאר האט די עסן נישט געהאט קיין שלעכטע השפעה אויף די פיר, נאר פארקערט גאר, זיי האבן נאך אויסגעזען געזונטער ווי אלע אנדערערע!
מיר האבן דא – צום ערשטן מאל אין די רעקארדירטע היסטאריע – אלע קלאסישע עלעמענטן פון וואס ווערט היינט אנגערופן "די וויסנשאפטליכע מעטאדע". עס הייבט זיך אן מיט א היפאטעזע. דער אויפזעער האט געטענה'ט אז א דיאטע פון גרינסן וועט זיי מאכן אויסזען שוואכער, דניאל פארמירט אבער א היפאטעזע אז זיי וועלן אויסזען פונקט אזוי געזונט ווי די וואס עסן דעם קעניגליכן דיאטע. דניאל מאכט א פרעדיקציע, באזירט אויף דעם היפאטעזע, אז נאך צען טעג עסן גרינס, וועט מען נישט אנזען קיין חילוק צווישן זיי און די אנדערע. מען מאכט א טעסט פון צען טעג און מען אבזערווירט די רעזולטאטן. די רעזולטאטן ווייזן אז גרינס איז מעגליך נאך געזונטער ווי די קעניגליכע מאלצייטן. אין רעזולטאט, טוט דער סארווירער אננעמען דניאל'ס היפאטעזע אז גרינס איז פונקט אזוי געזונט און פון דענסמאל אן גיבט ער זיי צו עסן נאר גרינס.
עס קען מעגליך אויסקוקן גאר פשוט צו אונזערע אויגן, אבער בימיהם איז דאס געווען א גרויסע חידוש.
למעשה איז דניאל'ס באנוץ פונעם וויסנשאפטליכן מעטאד געווען היבש "פרימיטיוו" פונעם היינטיגן וויסנשאפטליכן שטאנדפונקט. היינט זענען דא אפאר תנאים וואס מ'מוז נאכקומען, כדי עס זאל הייסן סייענס.

די היפאטעזע דארף זיין טעסטבאר (דהיינו עס זאל זיין שייך צו אויספירן טעסטס דאס צו נאך פארשן און יעדער זאל קענען איבערמאכן דעם טעסט) און עס דארף זיין פאלציפירבאר (דהיינו, אז מ'זאל קענען אויפווייזן אז דאס איז פאלש). און אנדערע ווערטער, ווען מען קומט אויף מיט אן היפאטעזע מוז מען אויך אויפקומען מיט א טעסט וואס וועט אויספרובירן דעם היפאטעזע, און אויב די טעסט וועט דורכפאלן וועט די היפאטעזע זיין אפגעפרעגט. אויב קען מען נישט אויפקומען מיט אזא טעסט, דאן איז די היפאטעזע נישט סייענטיפיש. דאס מיינט אז וויבאלד מיר קענען עס נישט אפפרעגן, קענען מיר נישט וויסן צו עס איז טאקע אמת אדער נישט און דערפאר האבן מיר גארנישט פון נוצן אזא היפאטעזע מסביר צו זיין די נאטור. מען דארף באטאנען אז דאס מיינט נישט אז אזא היפאטעזע איז נישט אמת. עס קען זיין אז דאס איז אמת, מיר קענען אבער נישט וויסן צו עס איז אמת.

א גוטער דוגמא צו דעם כלל איז א סגולה. לאמיר לדוגמא נעמען די סגולה פון כאפן עפל פון א רבי'ן שמחת תורה כדי צו ווערן א חתן. געווענליך קומט אויף אזא סארט סגולה אויף דעם פאלגענדעם אופן. מען מאכט אן אבזערוואציע (מען זעט אז איינער, געווענליך אן אלטער בחור, וואס האט געכאפט אן עפל ווערט א חתן אין די צייט נאך שמחת תורה). מען מאכט אן היפאטעזע אז כאפן אן עפל פועל'ט אז דער בחור זאל ווערן א חתן. איצטער דארפן מיר טעסטן דעם היפאטעזע. טעארעטיש גערעדט וואלט מען געקענט טעסטן דעם היפאטעזע די פאלגענדע וועג: מען קלויבט אויס אין א ראנדאם, בלינדן אופן 100 בחורים פון 18 יאר און העכער. מען צעטיילט די 100 בחורים אין צוויי גרופעס. די 50 בחורים אין גרופע א' דארפן פרובירן צו כאפן אן עפל שמחת תורה. די אנדערע 50 אין גרופע ב' זאלן נישט כאפן, זיי זענען די קאנטראל גרופע. (כדי צו פארמיידן פלאצעבא אפעקט אויף גרופע א' וועלן מיר שיקן גרופע ב' כאפן עפל פון עפעס א לץ אויף אן אופן אז די בחורים וועלן זיך ערנסט איינרעדן אז זיי כאפן עפל פון א צדיק, אדער וועלן מיר זיי הייסן טון עפעס אן אנדערע "סגולה" ווי נאר מיר וועלן וויסן אז עס איז באמת נישט קיין סגולה נאר פאר די בחורים וועלן מיר איינרעדן אז דאס איז א סגולה, אזוי אז אויב העלפט דא די פלאצעבא זאל עס אויך העלפן פאר גרופע ב'.) אויב איז די היפאטעזע אז כאפן אן עפל פועל'ט אויף שידוכים אמת, דאן דארף די פראצענט פון בחורים וואס ווערן חתנים אינעם קומענדיגן יאר זיין פיל העכער אין גרופע א' ווי גרופע ב'. פאר אונזער משל לאמיר אננעמען אז אין גרופע א' האבן 35 בחורים געכאפט און 15 בחורים נישט. אויב ווערן אין ביידע גרופעס 20 חתנים, דאן ווייזט זיך איבער אז די סגולה איז פאלש, ווייל וויבאלד עס איז דא אין גרופע א' 70 פראצענט וואס האבן געטון די סגולה האבן די בחורים פון גרופע א' 70 פראצענט מער שאנסן צו ווערן חתנים ווי די בחורים אין גרופע ב'. אפילו אויב גרופע א' וועט האבן 30 חתנים און גרופע ב' נאר 15, אבער 15 פון די 30 חתנים אין גרופע א' זענען בחורים וואס האבן נישט געכאפט עפל, דאן איז נאך אלץ איבערגעוויזן אז די סגולה איז פאלש. נאר אויב אין גרופע א' וועט זיין א העכערע נומער חתנים ווי אין גרופע ב', און רוב פון די חתנים וועלן זיין פון די וואס האבן געכאפט עפל (אדער אפילו אויב נישט רוב, נאר אין א ערנסט העכערן פראצענט מער פון די וואס האבן נישט געכאפט), נאר דאן וועלן מיר וויסן אז די סגולה העלפט טאקע.

דאס איז אלעס אבער טעארעטיש גערעדט. אין מציאות מיין איך אז רוב מענטשן וואס גלייבן אין די עפל כאפן סגולה וועלן שרייען אז די אלע בחורים פון גרופע א' וואלטן נישט געווארן חתנים ווען נישט זיי כאפן אן עפל אבער פאר די בחורים פון גרופע ב' האט זיך טאקע נישט אויסגעפעלט די סגולה ווייל זיי האבן געקענט ווערן חתנים אן הילף פון סגולות.

אבער אויב איז דאס טאקע ריכטיג, דאן איז די היפאטעזע מער נישט טעסטבאר, ווייל אפילו מ'וועט דורפירן דעם אויבענדערמאנטן טעסט, וועט נאך אלץ נישט ווערן איבערגעוויזן אז די היפאטעזע איז פאלש, און ווי געשריבן: א היפאטעזע וועלכע מ'קען נישט אויפווייזן אז עס איז פאלש איז נישט סייענטיפיש און מיר קענען עס נישט אננעמען.

ווען מ'שטודירט און מ'פארשט וויסנשאפט, דארף מען נוצן דידאקטיוו ריזענינג, אמת'ע הנחות וועלכע פירן צו א מוכרח'דיגע מסקנא, און נישט "אינדאקטיוו ריזענינג". דידאקטיוו ריזענינג מיינט א לאגישער חשבון אין וועלכער די מסקנא איז מוכרח. א ביישפיל איז די פאלגענדע חשבון.
1. א מענטש לעבט נישט אויף אייביג.
2. דזשארדזש וואשינגטאן איז א מענטש.
מסקנא: דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג.
דאס הייסט אז נאכדעם וואס מען האט אראפגעלייגט א הנחה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג, און נאך אן הנחה אז דזשארדזש וואשינגטאן איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן, איז מוכרח אז דזשארדזש וואשינגטאן לעבט נישט אויף אייביג. אינדאקטיוו ריזענינג, לעומת זה, איז א מסקנא וועלכע איז מסתבר אבער נישט מוכרח. לדוגמא:
1. א יעדע לעבעדיגע זאך וואס מיר ווייסן נאר דערפון דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
מסקנא: א יעדע לעבעדיגע זאך דארף צוקומען צו וואסער עס זאל קענען לעבן.
עס איז טאקע שטארק מסתבר, אבער מוכרח איז עס נישט. עס קען דאך זיין עס זאל עקזעסטירן א לעבעדיגע זאך וואס דארף נישט צוקומען צו וואסער, און מיר זאלן נישט וויסן דערפון. און דערפאר קענען מיר נישט אראפלייגן א הנחה אז יעדע לעבעדיגע זאך דארף וואסער צום לעבן. מיר קענען סך הכל זאגן אז אלע לעבנס-פארמען וואס מיר ווייסן דארפן וואסער אויף צום לעבן.
אן עקספירימענט דארף האבן א דיפענדענט ווערייעבל (וועלכע טוישט זיך נישט) און א אינדיפענדענט ווערייעבל (וועלכע טוישט זיך יא). און אונזער אויבענדערמאנטע ביישפיל פון די עפל ווארפן סגולה פאר שידוכים, איז די עפל ווארפן די אינדיפענדענט ווערייעבל, אין די דיפענדענט ווערייעבל איז דאס ווערן א חתן.

אן עקספערימענט דארף האבן אן עקספערימענטעל גרופע און א קאנטראל גרופע. די קאנטראל גרופע איז מיט וואס די עקספערימענטעל גרופע ווערט פארגליכן צו זען צו ס'איז דא א חילוק. אין אונזער ביישפיל, איז גרופע א' וואס מ'שיקט כאפן עפל די עקספערימענטעל גרופע און גרופע ב' איז א קאנטראל גרופע. די קאנטראל גרופע וועט נישט כאפן עפל און די רעזולטאטן אין גרופע א' וועלן ווערן פארגליכן מיט די רעזולטאטן פון גרופע ב'.

די וויסנשאפטליכע מעטאד און וויסנשאפט בכלל קען זיין היבש קאמפיליצירט און פרוסטרירנד. א טעאריע ווערט כמעט קיינמאל נישט אויפגעוויזן. עס בלייבט פשוט אלס גאר שטארק מסתבר, אבער נישט אלס פאקט. געציילטע טעאריעס ווערן יא "געזעצן", דהיינו, וויסנשאפטליכע געזעצן. א דוגמא פון א טעאריע וועלכע איז געווארן א געזעץ, איז די טעאריע פון גראוויטאציע ( גרעוויטי gravity ) וועלכע ווערט היינט גערופן "די געזעץ פון גראוויטאציע". א דוגמא פון א טעאריע וועלכע איז פארבליבן א טעאריע אבער ווערט פאררעכנט אלס אמת איז די טעאריע פון גערמס (germs).

איינמאל עפעס איז שוין א געזעץ מיינט דאס אז עס האט נישט קיין שום אויסנאם. אבער מיט דעם אלעם האט מען שוין געטוישט געוויסע דעטאלן פון סייענטיפישע געזעצן ווען מען האט אנדעקט נייע פאקטן וועלכע האבן נישט געשטימט מיטן ביז איצטיגן געזעץ. דאס מיינט אבער נישט אז טעאריעס זענען גארנישט ווערד. כדי אן היפאטעזע זאל ווערן א טעאריע, דארף די היפאטעזע דורכגיין ערנסע טעסטס, געווענליך אזעלכע טעסטס וועלכע נעמען אריין אפאר וויסנשאפטליכע דיסציפלינען (א סייענטיפישע "מקצוע" הייסט א דיסציפלין), און וועלכע ווערן אויסגעפירט דורך באזונדערע גרופעס סייענטיסטן. זאגן אז עפעס איז "בלויז א טעאריע" איז אן אמערצישער אויסדרוק ווען עס קומט צו סייענס, ווייל אין סייענס איז א טעאריע עפעס וואס האט שטארקע הוכחות פון אבזערוואציעס און עקספערימענטן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 04, 2013 11:12 pm

ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו פארשטיין יידל?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8405 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג מערץ 04, 2013 11:15 pm

פרוביר צו כאפן עפל אלס סגולה צו פארשטיין יידל'ען.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מאנטאג מערץ 04, 2013 11:34 pm

זייער שיין יידל, דאס איז לכאורה אויך די געדאנק אינטער אן אנקעטע.
איך וואונדער מיר זייער, אזוי ווי דו האסט געשריבן ברוב חכמתך אז מ׳האט דאס שוין פראבירט און עס ארבעט אייביג. אבער איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי.
לאמיר פראבירן מסביר זיין;
ווען דו מאכסט אן אנקעטע אין באבוב 45 ווער זאל זיין רבי, וועט 95% זאגן רמ״ד (5 פראצענט אויבערחכמים זענען אייביג דא)
ווען דו וועסט מאכן אין באבוב 48, וועסטו זעהן אז 95% וועט דיר זאגן אז ר״ב זאל זיין רבי.
די זעלבע אין ראדני, הופער, גרויסע שוהל, סאסמאן וכו׳.

איז וואס טוהן זיי נישט צו מאכן אזוי? נעמען 50 פראצענט פון ראדני און 50 פון הופער, קען דאך נישט ווייטער גיין ווייל די תוצאות וועלן זיין 50-50.

איז נפשי בשאלתי, ווי אזוי קען ארבעט עס? און די פראבלעם איז אז ארבעט דאך יא!!!

ווען די שרייבסט אז מ׳פרבירט עס אויס, ביסט גערעכט, און ווען עס ארבעט ווערט עס א מציאת, ביסטו אויך גערעכט. אבער למען השם ווי אזוי ארבעט עס? דא שטעקט די גרויסע פראבלעם. יעדער גלייבט סייענטיסט אז זיי האבן נישט געהאט קיין חלום ביינאכט און מחליט געווען עס צו פארשפרייטן.

ווען די סייענטיסטן גייען ארויסקומען אז עכט גייען מיר אויף די האנט און עס דאכט זיך אונז אז מיר גייען אויף די הענט. איך וועל זיין זיכער אז זיי בעיסן אז אויף פאקטן און טעסטס, אבער די קשיא גייט שרייען און קוויטשן; הע???????? ווי אזוי ארבעט דאס????

איך מיין אז דאס איז די גרויסע פראבלעם וואס דער עולם האט מיט סייענטיסטן. איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג מערץ 04, 2013 11:40 pm

:like איך ווייס נאך אלץ נישט וואס די סייענטיסטן ווייסען, איך ווייס אבער אז יודל ווייסט עפעס נעמ-נארמאליש אסאך, און מיט אזא געלונגענע מסודרדיג פענע אזוי עלעקוואנט געליפערט באצויבערטע סחורה חדשים לבקרים -עס איז צום שטוינען,
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5720 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 05, 2013 10:21 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו פארשטיין יידל?

הרג'סט מיר! ביטע זאג מיר אז דו מאכסט אן הלצה.

ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער שיין יידל, דאס איז לכאורה אויך די געדאנק אינטער אן אנקעטע.
איך וואונדער מיר זייער, אזוי ווי דו האסט געשריבן ברוב חכמתך אז מ׳האט דאס שוין פראבירט און עס ארבעט אייביג. אבער איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי.
לאמיר פראבירן מסביר זיין;
ווען דו מאכסט אן אנקעטע אין באבוב 45 ווער זאל זיין רבי, וועט 95% זאגן רמ״ד (5 פראצענט אויבערחכמים זענען אייביג דא)
ווען דו וועסט מאכן אין באבוב 48, וועסטו זעהן אז 95% וועט דיר זאגן אז ר״ב זאל זיין רבי.
די זעלבע אין ראדני, הופער, גרויסע שוהל, סאסמאן וכו׳.

איז וואס טוהן זיי נישט צו מאכן אזוי? נעמען 50 פראצענט פון ראדני און 50 פון הופער, קען דאך נישט ווייטער גיין ווייל די תוצאות וועלן זיין 50-50.

איז נפשי בשאלתי, ווי אזוי קען ארבעט עס? און די פראבלעם איז אז ארבעט דאך יא!!!

ווען די שרייבסט אז מ׳פרבירט עס אויס, ביסט גערעכט, און ווען עס ארבעט ווערט עס א מציאת, ביסטו אויך גערעכט. אבער למען השם ווי אזוי ארבעט עס? דא שטעקט די גרויסע פראבלעם. יעדער גלייבט סייענטיסט אז זיי האבן נישט געהאט קיין חלום ביינאכט און מחליט געווען עס צו פארשפרייטן.

ווען די סייענטיסטן גייען ארויסקומען אז עכט גייען מיר אויף די האנט און עס דאכט זיך אונז אז מיר גייען אויף די הענט. איך וועל זיין זיכער אז זיי בעיסן אז אויף פאקטן און טעסטס, אבער די קשיא גייט שרייען און קוויטשן; הע???????? ווי אזוי ארבעט דאס????

איך מיין אז דאס איז די גרויסע פראבלעם וואס דער עולם האט מיט סייענטיסטן. איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען.


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די שאלה איז, אבער כ'וועל דאך פרובירן צו ענטפערן (אפשר שלא כהלכה, ביטע פרעג איבער אויב האב איך נישט פארשטאנען די פראגע). איך האב געשריבן אויבן אז "פארשטייט זיך אז אין סייענס גופא איז אויך דא דרגות פון בעסערע טעאריעס און שוואכערע טעאריעס, אבער אויף די כלליות'דיגע מעטאד איז דא א הסכמה פון איעדן סייענטיסט באשר הוא שם". לאמיך אבסיל מער מאריך זיין אויף דעם נקודה.

סייענס ווערט אפט צעטיילט אין צוויי, "הארטע סייענס" און "ווייעכע סייענס". הארטע סייענס זענען די דיסציפלינען (ד.מ. מקצועות אין סייענס) וועלכע זענען פעסט און באגרינדעט. ווייעכע סייענס זענען די דיסציפלינען וועלכע זענען אביסל שוואכער און נישט אזוי שטארק באגרינדעט. די נאטורליכע סייענסעס (אסטראנאמיע, ביאלאגיע, כעמיע, פיזיקס וכדומה) זענען אלע הארטע סייענסעס. די סייענסעס זענען הארט וויבאלד "עס איז שייך צו פארמירן פרעדיקציעס וועלכע מ'קען נאכדעם טעסטן, עס איז שייך צו מאכן פיזישע קאנטראלירטע עקספערימענטן, זיי פארלאזן זיך אויף דעטע וואס קען געציילט ווערן און אויף מאטעמאטישע מאדעלן, זיי פארמאגן א הויעכן דעגרי פון פונקטליכקייט און אביעקטיוויטעט" (וויקיפעדיע). אין אנדערע ווערטער, די סייענסעס זענען געבויעט אויף פאקטן, נישט השערות בעלמא און די פאקטן קענען געטעסט ווערן אין א לעב נאכאמאל און נאכאמאל און די טעסטס וועלן אלץ באקומען די זעלבע רעזולטאט.

די סאציאלע סייענסעס (אנטראפאלאגיע, ארכעאלאגיע, עקענאמיע, היסטאריע, לינגוויסטיקס, פסיכאלאגיע, סאציאלאגיע וכדומה) זענען אלע ווייעכע סייענסעס. די סייענסעס שטודירן נישט קיין הארטע מאטעריאלען וועלכע ס'שייך צו טעסטן אין א לעב, ביי די דיסציפלינען מוז מען צוקומען צו השערות, סברות, סטאטיסטיקס, סורוועיס, וכדומה. פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די סייענסעס. למעשה ארבעטן אויך די סייענסעס אויף דעם אופן אז מען מאכט א הייפאטעזע, מען זאגט פאראויס געוויסע רעזולטאטן וועלכע דארפן אויסקומען לויט דעם הייפאטעזע און דערנאך "טעסט" מען דעם הייפאטעזע דורכן איבערמאכן די סורוועיס אויף אנדערע מענטש אדער אין אנדערע אומשטאנדן. דערפאר איז עס טאקע אזוי אז די סייענטיסטן וועלכע שטודירן ווייעכע סייענסעס ווערן אראפגעקוקט דורך די סייענטיסטן וועלכע זענען עוסק אין הארטע סייענסעס, וויבאלד זיי האלטן אז דאס איז נישט די ריכטיגע סחורה. עס גייט עד כדי כך אז אסאך "הארטע" וויסנשאפטלער באשולדיגן פסיכאלאגיע אז עס איז בכלל נישט קיין סייענס. די סיבה איז וויבאלד איינע פון די וויכטיגע יסודות אין די סייענטיפישע מעטאד איז אז די הייפאטעזע דארף זיין "פאלציפיבאר". דאס מיינט, אז עס דארף זיין א וועג אויפצואוויזן אז די טעאריע איז נישט אמת. ווי כ'האב געשריבן אין מיין ערשטן תגובה, סייענס איז נישט געשטעלט אויפצואווייזן א טעאריע אלץ אמת, נאר אפצופרעגן נישט ריכטיגע טעאריעס. א טעאריע וואס קען נישט ווערן אפגעפרעגט איז אויטאמאטיש נישט סייענטיפיש. (דאס איז די סיבה סייענטיסטן וועלן קיינמאל נישט זאגן אז גאט איז דער אורזאך פאר א נאטורליכע פענאמענאן, וויבאלד צו זאגן אז דער אויבערשטער טוט עפעס איז נישט פאלציפיבאר. מען קען עס נישט אפפרעגן. עס איז נישטא קיין שום טעסט וואס אויב מען וועט עס דורכפירן וועלן מעגליך זיין רעזולטאטן וועלכע זאלן אפפרעגן דעם א.ג. "גאט היפאטעזע". דערפאר איז עס נישט סייענטיפיש און דערפאר דארף א סייענטיסט זוכן אנדערע הסברים וועלכע קענען יא אויפגעוויזן ווערן צו זיין פאלש. דאס מיינט נישט אז דער סייענטיסט גלייבט נישט אין באשעפער. ס'זייער מעגליך אז ער גלייבט, אבער "סייענטיפיש" איז עס נישט.) פסיכאלאגיע האט למעשה גאנץ א שיינע פאר טעאריעס וועלכע קענען בכלל נישט אויפגעוויזן ווערן אלץ פאלש דורך קיין שום טעסט. (א דוגמא איז פרויד'ס פסיכאנאליטישע טעאריע, ואכמ"ל).

איך האף ממשיך צו זיין שפעטער.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 05, 2013 2:55 pm

יעצט אז איך האב ערקלערט די חילוק צווישן הארטע און ווייעכע סייענס, קען איך פרובירן צו פארענטפערן דיין קושיא. דיין שאלה איז געווען (לויט ווי איך פארשטיי עס) אז ווען מ'מאכט א שטודיע איז עס געווענליך נאר 90% איינשטימיג מיט די טעאריע און וויאזוי ארבעט עס אויב די אנדערע 10% שטימען בכלל נישט מיט דעם טעאריע. די תירוץ איז אז ס'ווענד זיך פון וועלכע סייענס מען רעדט. אויב רעדט מען פון מאטעמאטיקס (וועלכע - אינאיינעם מיט פיזיקס - ווערט באטראכט ווי די הארטסטע סייענס) דאן דארף די טעאריע שטימען 100%. אויב שטימט עס נישט מיט איין פראצענט איז עס נישט ריכטיג. אבער אויב רעדט מען פון ביאלאגיע דאן קען מען ערלויבן פיצינקע סטאטיסטישע אפנויגונגען פון די טעאריע/היפאטעזע, וויבאלד סיי ווי זענען אלע ביאלאגישע ספישיס (דאס הייסט מינים) אנדערש איינע פון צווייטן מיט קליינטישגע מינדעוויכטיגע חילוקים. אויב אבער רעדט מען פון פסיכאלאגיע, דאן דארף מען נעמען יעדע טעאריע מיט אביסלע זאלץ. פסיכאלאגיע באנעמט זיך נישט מיט אבסטראקט מושגים ווי מאטעמאטיקס און טעארעטישע פיזיקס באנעמען זיך. עס באנעמט זיך נישט מיט דוממים ווי פיזיקס און כעמיע באנעמען זיף. עס באנעמט זיך נישט מיט צמחים און חיות ווי ביאלאגיע און גענעטיקס באנעמען זיך. עס באנעמט זיך מיט די קאמפליצירסטע באשעפענעיש וואס איז שייך: מענטשן. עס איז זייער זייער שווער - אויב נישט אוממעגליך - צו מעסטן מענטשען'ס געפילן, מחשבות און אימפולסן. נאך מער, עס איז דא טויזענטע פאקטארן וועלכע קענען גורם זיין א ביהעיוויאר אין א מענטש. פונקט נעכטן איז מיר אויסגעקומען צו ליינען גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל וויאזוי א יונגער אנטראפאלאג האט באוויזן אויפצושאקלן די וועלט פון סאציאלע סייענס מיטן אויפדעקן אז רוב מענטשן אין די וועלט זענען אנדערש ווי אמעריקאנע/אייראפישע מענטשן, און וויבאלד איבער 90% שטודיעס און סאציאלע סייענס זענען באזירט אויף אמעריקאנע און אייראפישע מענטשן מיינט דאס אז איבער 90% פון סאציאלע סייענס איז מעגליך אומריכטיג (אדער בעסער געזאגט, ריכטיג נאר אין אמעריקע)! אזא זאך וואלט קיינמאל נישט פאסירט אין, לאמיר זאגן, פיזיקס אדער גענעטיקס.

איך האף אז דאס פארענטפערט אביסל דיין פראגע. אויב האב איך נישט ריכטיג פארשטאנען דיין פראגע, ביטע פרעג נאכאמאל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:04 pm

האסט גוט פארענטפערט אן אנדערע קשיא וואס איך האב געהאט. תרם אקרא.
וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען איז פשוט. די סיבה פארוואס מ'מאכט אוועק די סייענטיסטן, איז נישט צוליב דעם וואס מ'גלייבט זיי נישט. נאר צוליב געוויסע שטודיעס ווען דו ליינסט עס טראכסטו: דער מענטש האט היינט געהאט וואדקע אין זיי סיריעל אנטשטאט מילעך. די עולם וויל פארשטיין פארוואס אדער ווי אזוי, מער פון ווי אזוי דו האסט עס אויס פראבירט.

קוקסט למשל אריין אין אריסטו, להבדיל רמב"ם, און אנדערע פון יענע דורות, זיי זענען דיר מער מסביר די לאגיק פון זייער שטודיע מער פון די פאקטן.
יעצט פארשטייסטו?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:14 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:האסט גוט פארענטפערט אן אנדערע קשיא וואס איך האב געהאט. תרם אקרא.
וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגען איז פשוט. די סיבה פארוואס מ'מאכט אוועק די סייענטיסטן, איז נישט צוליב דעם וואס מ'גלייבט זיי נישט. נאר צוליב געוויסע שטודיעס ווען דו ליינסט עס טראכסטו: דער מענטש האט היינט געהאט וואדקע אין זיי סיריעל אנטשטאט מילעך. די עולם וויל פארשטיין פארוואס אדער ווי אזוי, מער פון ווי אזוי דו האסט עס אויס פראבירט.

קוקסט למשל אריין אין אריסטו, להבדיל רמב"ם, און אנדערע פון יענע דורות, זיי זענען דיר מער מסביר די לאגיק פון זייער שטודיע מער פון די פאקטן.
יעצט פארשטייסטו?


די אמאליגע וויסנשאפטלער האבן געמישט נאטור וויסנשאפט מיט פילאזאפיע, צו פארשטיין דעם וואס אינאיינעם מיטן פארוואס. דאס האט אסאך מאל געברענגט אבסורדאלע מסקנות וואס צו פארענטפערן דעם אשר ברא איז עס גוט, אבער אין פאקט איז עס נישט אמת. זיי האבן געמאכט פיר יסודות און כנגד זה פיר עולמות, און אזוי ווייטער.
היינטיגע וויסנשאפט האט געלייגט א חומת ברזל צווישן מדעים מדוייקים (exact science) וואס מוז ווערן אויספרובירט און פעסטגעשטעלט, און פילאזאפישע, קריעטיוו הסברים אויפן פארוואס, ווי יעדער קען זאגן הנלפענ"ד.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4128 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:19 pm

ניין. מיינסט צו זאגן אז די טעאריעס לייגן זיך צומאל נישט אויפן שכל?
עס איז א געוואלדיגע פראבלעם מיט וואס סייענטיסטן מיטשענען זיך שוין זייט מ'האט אנגעפאנגען נוצן די סייענטיפיק מעטאד. ביז דאן האט מען זיך פארלאזט בעיקר אויף לאגיק און נישט אזוי ווייט אויף עקספערימענטן. דערפאר איז כמעט אלע זייערע סייענס געווען לאגיש און פארשטענדליך. די סייענטיפיק רעוואלוציע האט אבער געפירט צו א פארקערטע צוגאנג. מען דארף קוקן אויף די פאקטן פון נאטור און נאר נאכדעם פרובירן צו פארשטיין וואס גייט פאר. נאטור טוט זיך וואס זי וויל, און נישט וואס איז לאגיש און פארשטענדליך. דאס האט צוגעברענגט אז פיל מאל האבן זיך גרויסע סייענטיסטן געפלאגט אויף שאלות און עס נישט געקענט פארענטפערן ווייל זייער לאגיק איז געשטאנען אין וועג. צוויי גוטע דוגמאות צו דעם איז קעפלער (וועלכער האט געהאלטן אז די הילוך הכוכבים איז 'לאגיש' אבער האט עס נישט געקענט אויספיגערן, ביז ער האט אוועקגעקוקט פון לאגיק און נאר נאכגעפאלגט טייקא ברעהי'ס אבזערוואציעס), און איינשטיין (וואס איז אויפגעקומען מיט דעם טעאריע אז נישט צייט איז די קאנסטענט נאר ליכטיגקייט, א איפכא מסתברא'דיגע סברא וועלכע מאכט נישט קיין סענס אבער שטימט הונדערט פראצענט מיט די מציאות). קעפלער'ס געזעצן זענען גראדע פארשטענדליך צו א היינטיגער מענטש, וויבאלד מיר זענען שוין נישט אויפגעוואקסן מיט דעם געדאנקנגאנג אז די נאטור איז סימעטריקעל און 'לאגיש'. אבער ווער אימער ס'הערט איינשטיין'ס טעאריע צום ערשטן מאל וועט טראכטן אז איינשטיין האט ווארשיינליך געהאט וואדקע אין זיין סיריעל...

דאס ברענגט אונז צו נאך א פראבלעם וואס איז א שמועס פאר זיך, אז וויבאלד סייענס איז אזוי פארגעשריטן איז כמעט אוממעגליך פאר א נישט-סייענטיסט צו פארשטיין די עומק הדברים פון נייע שטודיעס און דיסקאוועריס. (נעם א דוגמא די היגס באסאן. וויפיל מענטשן קענסטו וואס פארשטייען עס גענוג גוט דאס צו קענען מסביר זיין פאר אנדערע?) דאס ברענגט צו אז ווען א נישט-סייענטיסט הערט א טעאריע, ציעט ער מיט די אקסלן. אבער פאר א סייענטיסט וועלכע האט אלע הנחות קדומות און קען זיך אויס אינעם נושא לאורכה ולרחבה וועט דאס זיין גאר פארשטענדליך און אפילו לאגיש.

---
קופערניקוס האקט. גיימיר ליינען
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:21 pm

קופערניקוס- מסכים, אבער למשל די דוגמה וואס איך האב גענוצט- אנקעטעס. יעדער ווייסט אז עס ארבעט, קיינער פארשטייט נישט ווי אזוי. איז אנשטאט יעדער זאל ברענגען הוכחות ברורות אויפצווייזן אז עס ארבעט, זיי מיר מסביר פארוואס עס ארבעט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:35 pm

ממי, ווען דו זאגסט אז אנקעטעס "ארבעט", וואס מיינסטו צו זאגן? גיב מיר א דוגמא ווען אנקעטעס האט געארבעט און פארוואס דו פארשטייסט נישט פארוואס עס האט געארבעט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:46 pm

פאר די וואלן פונעם פרעזידענט איז געווען איינער וואס האט געהאט א וועב זייטל און ער האט פונקטליך צוגעטראפן די תוצאות.
אז דו ווילסט מאכן למשל אן אנקעטע צו די אידישע עולם אין ניו יורק איז פרא אדער אנטי ציונים געשטימט. ווילסט נישט גיין נאר אין ווילי, ווייל אויב יא וועט 90% פראצענט זיין אנטי. וואס טוט ער?
ער פרעגט 100 אידן אין ווילי, 100 אין בארא פארק, 100 אין פייוו טאונס, 100 אין לעיקוואד, 100 אין קרית יואל, 100 אין מאנסי. וועט אויסקומען בערך
90 ווילי קעגן
20 ב"פ קעגן
5 אין פייוו טאונס קעגן (משום אויבערחכם)
10 אין לעיקוואד (מער אויבערחכם פראצענט)
100 אין קרית יואל
30 אין מאנסי.

א סך הכול פון 255 מענטשן קעגן. 255 פון 600 איז 42.5 פראצענט איז קעגן מדינת ישראל. צו איז דאס אמת? א נעכטיגע שושן פסח!

און אזוי ארבעטן אלע אנקעטעס, אבער קאמפעניס אין פאלעטישנס צאלן גראבע געלטער פאר אנקעטעס "ווייל עס ארבעט", פרעג איינעם ווי אזוי? וועט ער אויסזעהן ווי דער פאפענער איז מסביר א שווערע שטיקל סייענטס..
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:05 pm

דו רעדטס אודאי פון נטע זילבער. קודם כל, די הארטע סייענסעס דארפן כמעט נישט צוקומען צו סטאטיסטיקס. די סאציאלע סייענסעס וועלכע פארלאזן זיך כמעט גענצליך אויף סטאטיסטיקס, זענען טאקע ווייעכע סייענסעס. און טאקע ביי סטאטיסטיקס דארף מען וויסן אז ווי גרעסער די סעמפל, אלץ מער עקיורעט. לדוגמא, אין דיין משל האט מען אויסגעפרעגט 100 מענטשן פון יעדן שטאט. 100 מענטשן איז גאר א קליינע סעמפל. איך בין נישט צו באקאנט אין די נומערען וויפיל אידן וואוינען אלעס צוזאמען אין די שטעט וועלכע דו האס אויסגערעכנט, אבער 600 פון צענדליגע טויזענט מענטשן איז גאר א קליינע סעמפל און דעריבער איז דא א גרויסע מארדזשין אף ערראר. די זעלבע דארף מען אויך אריינעמען אין חשבון ווי רענדאם די אנקעטע איז (וועלכע 100 מענטשן פון בארא פארק? 100 מענטשן פון סאטמער 53 אדער 100 מענטשן פון שומר שבת?) ווי מער רענדאם אלץ בעסער.
וואס נעיט סילווער האט געטון איז אז ער האט גענומען די רעזולטאטן פון פינף זעקס רעספעקטפולע אנקעטעס (פון קאמפעניס וועלכע האבן א היסטאריע און א פראפעסינאליזם און ווייסן וואס זיי טוען), און דערנאך געמאכט אן עווערעדזש פאר די אלע אנקעטעס. דערנאך האט ער אראפגענומען און צוגעלייגט געוואנדן לויט געוויסע פאקטארן (לדוגמא, געוואנדן לויט די סטעיט, געוואנדן לויט וועלכע אנקעטע-קאמפעני האט געהאט גינסטיגע רעזולטאטן און וועלכע שלעכטע, געוואנדן לויט צאל פון פאטענציאלע שטימער און געוואנדן לויט די סטעיט'ס שטימען היסטאריע) און דערנאך ארויסגעקומען מיט א רעזולטאט. וויבאלד די רעזולטאטן פון צענדליגע גרויסע אנקעטע נעמער צוזאמען רעפרעזענטירט א ריזן פראצענט פון אייגענטליכע וויילער, האבן זיינע רעזולטאטן געהאט א גאר הויעכע סטאטיסטקעל זיכערקייט. נעיט אליינס האט אויך גע'טענה'ט אז עס איז דא צען פראצענט שאנס אז זיינע ציפערן זענען נישט ריכטיג, אבער וואס איז דען צען פראצענט שאנס? און טאקע דערפאר האט סילווער צוגעטראפן 50 פון 50 סטעיטס. צו פארשטיין סטאטיסטיקס אביסל בעסער (אויב ביסטו נייגעריג) וואלט איך רעקאמאנדירט צו ליינען "נאקעטע סטאטיסטיקס" פון טשארלס ווילען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יידל אום דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:07 pm

פארשטייט זיך אז אויב דו וועסט פרעגן 600 מענטשען פון איבער הונדערט טויזענט וועט דיין ריזאלט נישט זיין אזוי אקוראט, און אויב וועסטו פרעגן נאר זעכציג וועט עס זיין נאך ווייניגער אקוראט, אבער אויב וועסטו פרעגן מער מענטשען, וואס מער מענטשען דו נעמסט אריין אין די אנקעטע, אלס מער אקוראט וועלן די תוצאות זיין. פארשטייט זיך נאר אויב קלויבסטו אויס מענטשען צו פרעגן ראנדאמלי, ד.ה. אז דו גייסט נישט פרעגן נאר מענטשען וואס זענען ליסטעד אין די סאטמערע טעלעפאון ביך, אדער נאר מענטשען וואס האבן נערווען צו ענטפערן דיין פראגע בויגן, און דערפאר מאכן די אנקעטע קאמפאניס כל מיני טאקטיקן אז די ענטפערעס זאלן טאקע זיין ראנדאם. און מיט דעם אלעם געבן זיי אן אז זיי זענען נישט 100% פונקטליך, נאר געוואנדען אין די אנקעטע גיבן זיי פלאץ אפאר פונקטן ארויף אדער אראפ.

אבער איך מיין אז דאס האט נישט אהער, אנקעטעס איז דוכט זיך נישט קיין סייענס, נאר א וועג פון וויסן פובליק אפיניען.

----

כבר קדמני יידל, גיימער לייענען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7327 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm

וואו יידל, ווי אזוי האסטו געוויסט וואס איך גיי זאגן? איך הייב טאקע אן צו טראכטן אז דו ביסט א יודע מחשבות.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7327 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 5:48 pm

פון סטעיסט מיט מיליונען מענטשן האבן געפרעגט עטליכע טויזענט! דאס מאכט יא סענס?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 05, 2013 6:26 pm

אויב איז די אנקעטע דורכגעפירט אונטער איידיעל קאנדישענס, יא.

לאמיר פראבירן מסביר צו זיין, על אף וואס דאס דארף נישט שטימען מיר לאגיק, ווייל פאקטיש ארבעט עס.
אויב האסטו א קעסטל עפלעך, טייל עפלעך זענען פריש, טייל זענען פארשימעלט, וויפיל עפליך דארפסטו ארויסנעמען כדי צו וויסן וויפיל פראצענט עפליך זענען פארשימעלט? איינס? זיכער נישט, צוויי? אויך נישט, מאטעמאטיקער האבן זייער וועג פון זאגן, אז אויב נעמסטו ארויס א סעמפעל פון א געוויסע סומע עפלעך, אויב איז עס ארויסגענומען לויטער ראנדאם אן קיין חשבונות אדער בייעס, וועסטו באקומען אקוראטע חשבונות פון גאנץ א קליינע סעמפעל, 95% פראצענט פון די צייט. ד.ה. אז נניח אז דו נעמסט ארויס א סעמפעל פון 1000 עפלעך (פון א קאנטעינער פון טויזענטער אדער מיליאנען), און דו זעסט א געוויסע פראצענט זענען פארשימעלט, וועט 95% פון די מאל (וואס דו מאכסט איבער די אנקעטע) די סעמפעל רעפריזענטירן די ריכטיגע נומבער מיט א מארגין אוו ערראר פון 3% פלוס אדער מיינוס. דאס הייסט אז אויב איז דא דרייסיג פראצענט פארשימעלטע עפלעך, און דו מאכסט איבער די טעסט א הונדערט מאל, וועסטו 95 מאל ארויסנעמען צווישן 270 און 330 פארשימעלטע עפלעך, און צווישן 670 און 730 פרישע. די אנדערע 5 מאל וועסטו ארויסציען א גרעסערע אדער קלענערע נומבער פארשימעלטע. (ד.ה. מער ווי 330 אדער ווייניגער ווי 270).
דאס איז סטאטיסטיקס, און דאס איז שוין יא סייענס.

פארשטייט זיך ס'איז נישט אזוי פשוט, דא קומט אריין אסאך קאלקיולוס און מאטימאטישע און סטאטיסטישע דזשארגאן, וואס איז גיי אייך נישט איינרעדן אז איך קען.

ביי עפלעך פארשטייט זיך עס אביסל גרינגער, אבער ווען ס'קומט צו מענטשען, גלייבט זיך עס שווערער, ווייל דו פרעגסט דאך מיר קיינמאל נישט, און ווער זאגט דיר אז דו פרעגסט נישט פונקט אלע מענטשן וואס האלטן איין וועג און ממילא דיין ריזאלטס ריזעמבעלען נישט די גאנצע פאפולאציע (אדער לייקלי וואוטערס), אבער אויב נעמט מען אין חשבון אלע בייעסעס, און די מענטשען וועם מ'פרעגט זענען עכט ראנדאם, קומט מען צו צו די ריכטיגע (בערך) ריזאלטס.
ביי אנקעטעס קומט צו נאך א זאך, וואס הייסט weighting, ד.ה. אז מ'פרעגט יעדער באטייליגטער ווי אלט ער איז, וויפיל ער מאכט, מאן אדער פרוי, ראסע, רעליגיע, פאליטישע פארטיי, וכו' וכדו', און דערנאך נעמט מען אלעס צאם און מ'קוקט, פון די טויזענט מענטשען וועם כ'האב געפרעגט זענען 400 געווען דעמאקראטן, און 420 ריפאבליקאנער, 60 אינדיפענדענט, און 20 פון די גרין פארטיי, אבער ווען מ'קוקט אן לייקלי וואוטערס, זענען דא מער דעמאקראטן ווי 40%, און ווייניגער ריפאבליקאנער ווי 42%, און ווייניגער ווי 6% פראצענט זענען אינדיפענדענט, ממיילא דארף מען געבן מער געוויכט פאר די 400 דעמאקראטישע תשובות פאר וועמען זיי גייען וואוטען, ווי פאר די ריפאבליקאנער וכו', און נאך א חשבון, אז אינדיפענדענט, אפילו זיי זענען א קליינע פראצענט, איז זייער לייקליהוד צו גיין צו די שטימע בודקעס דאפעלט אזוי הויך, און ממילא דארף מען זיך דאפעלט רעכענען מיט זייער מיינונג, און אזוי גייען די חשבונות ווייטער און טיפער, און יעדער האט זיך זיינע וועגן פון צורעכענען אזוי פאר בייעס, און אזוי פאר לייקלי וואוטערס, אא"וו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום דינסטאג מערץ 05, 2013 6:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7327 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 6:34 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:לאמיר פראבירן מסביר צו זיין, על אף וואס דאס דארף נישט שטימען מיר לאגיק, ווייל פאקטיש ארבעט עס.


טאקע דאס פראביר איך מסביר צו זיין. אז דער עולם קוקט אראפ סייענטיסטן ווייל עס האט מיט לאגיק קיין שייכת נישט. (נישט אלעס, אבער א גרויסע פראצענט).
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 05, 2013 6:49 pm

דו האסט געפרעגט פריער אזוי:
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווען די שרייבסט אז מ׳פרבירט עס אויס, ביסט גערעכט, און ווען עס ארבעט ווערט עס א מציאת, ביסטו אויך גערעכט. אבער למען השם ווי אזוי ארבעט עס? דא שטעקט די גרויסע פראבלעם. יעדער גלייבט סייענטיסט אז זיי האבן נישט געהאט קיין חלום ביינאכט און מחליט געווען עס צו פארשפרייטן.

דאס האב איך דיר מסביר געווען, ווי אזוי ארבעט עס? מיט קאלקיולעישענס וואס זענען טרייען און טעסטעד, און זאכן וואס דו קענסט אויספראבירן ביי דיר אין קיטשען. (דארפסט נאר קויפן אפאר מיליאן עפלעך...)
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7327 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 05, 2013 8:11 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:לאמיר פראבירן מסביר צו זיין, על אף וואס דאס דארף נישט שטימען מיר לאגיק, ווייל פאקטיש ארבעט עס.


טאקע דאס פראביר איך מסביר צו זיין. אז דער עולם קוקט אראפ סייענטיסטן ווייל עס האט מיט לאגיק קיין שייכת נישט. (נישט אלעס, אבער א גרויסע פראצענט).

דו קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דאס אז צייט איז רעלאטיוו איז ווייניגער לאגיש ווי דאס אז צייט איז קאנסטענט אדער ווי דאס אז מאוומענט איז רעלאטיוו? דער חילוק איז אז צו דעם ערשטן זענען מיר נישט צוגעוואוינט וויבאלד עס איז אונז נישט נוגע אין טאג טעגליכן לעבן, און צו דעם צווייטן איז מען יא צוגעוואוינט, ווייל מען באגעגנט עס יעדן טאג, ממילא רעדן מיר זיך איין אז ס'איז מער 'לאגיש'. צוליב די זעלבע סיבה זעט אויס פאר א חרדי'שער איד אז די טעאריע אז די אוניווערס איז זעקס טויזנט יאר אלט איז מער לאגיש ווי דאס אז די אוניווערס איז פערצן ביליאן יאר אלט. די ערשטע האט מען געפרעדיגט אלע יארן, זענען מיר צוגעוואוינט דערצו, און דער צווייטער איז א נייער געדאנק וואס מיר האבן קונה געווען ביים ליינען ספרים חיצונים באהאלטענערהייט אונטער די דאכענע, הערט זיך עס מער מאדנע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 8:41 pm

עס קען ווען יא זיין לאגיש, נאר קעגן מיין אמונה.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 05, 2013 9:35 pm

ממי_שאמרו האט געשריבן:עס קען ווען יא זיין לאגיש, נאר קעגן מיין אמונה.

איך האב הנאה צו הערן אזא תשובה. רוב חרדי'שע אידן גיבן א מאך מיט די האנט, "ביליאן, שמיליאן, וואס ווייסען די סייענטיסטן." זיי פארגעסן אז מען קען פונקט אזוי חוזק מאכן פון זייער אמונה, "זעקס טויזנט, שמעקס טויזנט, וואס ווייסט די תורה?"
(גראדע האלט איך אז א פופצן ביליאן יעריגע יוניווערס איז נישט קיין סתירה מיט די תורה'דיגע אמונה, אבער דאס איז נישט דער שמועס יעצט).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאיר אום דינסטאג מערץ 05, 2013 10:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג מערץ 05, 2013 9:37 pm

מיט׳ן רשות פון יידל, אפשר קען מען דאס יא מאכן די שמועס דא? אדער לכל הפחות עפענען די שמועס אין א פרישע אשכול?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 05, 2013 9:59 pm

מען האט עס שוין עטליכע מאל דיסקוטירט אין קאווע שטיבל. זע דא און דא, וואו איך האב צווישן די בלעטער ציטירט דער באקאנטער מורה נבוכים וואו עס שטייט קלאר ארויס אז כאטש קדמות העולם איז טאקע א סתירה מיט די תורה'דיגע ניסים, דאך איז עס נישט קיין סתירה מיט פרשת בראשית, און מהאי טעמא זאגט ער אז מ'מעג אננעמען פלאטו'ס שיטה אז עפעס א חומר האט אייביג עקזיסטירט, און דער באשעפער האט גענומען דעם חומר און באשאפן די וועלט. ממילא, די סייענטיפישע טעאריעס איבער גיל העולם און אבולוציה וואס איז זיכער נישט קיין סתירה מיט די ניסים, נאר מיט בראשית ברא, אויף דעם קען מען רואיג אננעמען דעם מורה נבוכים אז בראשית מוז נישט זיין כפשוטו, גענוי ווי די פסוקים וואס ווייזן אויף התגשמות ח"ו זענען נישט כפשוטו.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7677 מאל

נעקסט

גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט