דאס ארויסהאדעווען די נערוננג פון אונזער עסן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 518 מאל

דאס ארויסהאדעווען די נערוננג פון אונזער עסן

שליחה דורך ממרום שלח אש »

יידל האט שוין געמאכט א לאנגס און א ברייטס איבער די נושא איז נאטורליך געזונטער? אין פרינציפ בין איך מסכים, אבער מען ברויך אויך האלטן פאר די אויגן די פאקט אז נייע ערפינדונגען, נישט דוקא וואס ווערן ערפינדן אין א לעב, נאר אלעס וואס מענטשן טוען, ווערן געטריבן פון אינטערעסן, און נישט אייביג איז געזונט די הויפט ציל. אפילו אויב געלט איז נישט די טרייב קראפט, שטייען אבער קורץ טערמיניגע רעזולטאטן, ווי זיך גרינגער מאכן און מאכן זאכן מער פאן און פארגעניגן - פיל העכער ווי לאנג טערמיניגע תוצאות וואס ווערן בדרך כלל מינימיזירט אדער אינגאנצן פארזען.

על כל פנים, איך האב היינט געזען א גאר אינטערעסאנטע ארטיקל אין די ני טיימס. איך וועל אראפברענגן דעם בילד, כדי אויפצוטרייבן אינטערעסע צו ליינען די גאנצע זאך.

עס ווייזט די קאנטענט פון אנטי אקסידענטס און אנטאסייניען - ביידע ווערן באטראכט צו זיין זייער פאטענט אקעגן הארץ פראבלעמען, קענסער, צוקער און דימענשיע - אין מאדערענע מאכלים לעומת זייערע ווילדע עלטערן

בילד

ער שרייבט אז די ווילדע פארגייער פון אונזערע היינטיגע עסן זענען פי כמה געזונטער, נאר מענטשן האבן אויסגעוועלט צו האדעווען די עסן וואס איז די בעסטע און זיסטע אין טעם, און אזוי פארלוירן כמעט יעדע נאטורליכע בענעפיט.

די אינטערעסאנטסטע נקודה איז, ווי כ'האב געשריבן, אז עס הייבט זיך נישט אן פון מאדערענע צייטן, בעלי בחירה וועלן על פי רוב זיך צוכאפן צום את הטוב ואת המות ווי צום רע ואת החיים.

די טענה איז אבער מער אויף אונזער דור, בעת אמאל זענען מענטשן געווען אומוויסענד, איז פארשטענדליך אז מען האט געזוכט דאס בעסטע פאר די גומען, אבער היינטיגע צייטן איז דאך עס ממש א סקאנדאל, ווי ער שרייבט אין איינס פאר די לעצטע פאראגראף

The United States Department of Agriculture exerts far more effort developing disease-resistant fruits and vegetables than creating new varieties to enhance the disease resistance of consumers. In fact, I’ve interviewed U.S.D.A. plant breeders who have spent a decade or more developing a new variety of pear or carrot without once measuring its nutritional content.

http://www.nytimes.com/2013/05/26/opini ... ral&src=me
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר