מעטראלאגיע (וועטער)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 18, 2012 5:50 pm

איך שטעל זיך פאר אז אסאך פון ענק וואונדערן זיך וויאזוי ווייסט דער וועטער נביא פארצוזאגן עטליכע טעג פאר א שטורעם אז ס'קומט, וויאזוי ווייסט ער דאס?

די תירוץ איז: "קאמפיוטער מאדל'ס".

ס'איז דא פארשידענע סארט קאמפיוטער מאדל'ס, בעסערע און שוואכערע, וואס רוב מאל ווייזן אלע בעיסיקלי די זעלבע אז ס'קומט א שטורעם, אבער מיט חילוקים אינעם גאנג פונעם שטורעם מיט 50 צו 100 מייל אדער מער, ווי אויך חילוקים אינעם שטארקייט און אינעם צייט ווען ס'וועט אנקומען, און די וועטער מומחים בויען זייער פארקעסט נאכן גרונטליך אנאליזירן די דעטא פון אלע מאדל'ס, און צוליב דעם זענען זיי אסאך מאל חוזק, ווייל זיי האבן נישט ריכטיג אנאליזירט די גאנג פונעם שטורעם.

אבער ס'מיינט נישט אז מיט בלויז קאמפיוטער מאדל'ס איז מען שוין א פארטיגער וועטער נביא, ס'איז דא גאר אסאך דעטאלן און פרטי פרטים אין וועטער, ווי למשל: וואס איז דאס היי פרעשור מיט לאו פרעשור, דזשעט סטרים, איי נינא און על נינא, און נאך.

איך האב שטארק חשק צו וויסן און קענען מעטראלאגיע, איז דא עמעצער צווישן אונז וואס האט א ברייטע ידיעה אין דעם פעלד?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:20 pm

ווער עס ווייסט אביסל מעג אויך זיך אנרופן, און אפילו ווער ס'ווייסט גארנישט אבער קען איבערטייטשן פון וויקי צו פון אנדערע פלעצער תבא עליו ברכה.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 24, 2012 6:12 pm

איבערטייטשן... ס'דאך מיין פאך! אקעי גיי מיר אביסל גוגלען איך בין צוריק נאך איבעסלע...
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 6:16 pm

קודם האסטו שוין פארדינט א לייק פון מיר, דאס איז זיכער און זיכער.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:50 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:איבערטייטשן... ס'דאך מיין פאך! אקעי גיי מיר אביסל גוגלען איך בין צוריק נאך איבעסלע...

מיר ווארטן מיט שפאנונג
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג אפריל 30, 2012 12:01 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:איך בין צוריק נאך איבעסלע...

האסט דיך באווארנט און געשריבן "איבעסלע", אנשטאט "אביסעלע" ;)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1468 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:09 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:איך בין צוריק נאך איבעסלע...

האסט דיך באווארנט און געשריבן "איבעסלע", אנשטאט "אביסעלע" ;)

:לייק
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

Re: מעטראלאגיע (וועטער)

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 12:26 pm

עס איז דא טעאריעם אין טאפאלאגיע וואס הייסט די Hairy Ball Theorem. עס לויטעט אז אויב האט מען א 3D באל [ספעיר] וואס איז פול מיט האר, וועט מען נישט קענען קעמען [comb] די האר אז אלע זאלן זיך אראפלייגן אין זייער פלאץ. דהיינו, אז עס וועט זיין א שטיק [tuft] פון האר וואס וועט אדער מוזן בלייבן שטיין אדער ווערן אראפגעלייגט אויף אנדערע געקעמטע האר וואס איז געקעמט געווארן אין אן אנדערע ריכטונג.

די טעארעם האט אן השפעה אויף די ווינטן אויף אונזער ערד קוגל [ספעיר]. דהיינו, אז עס וועט אלעמאל מוזן זיין (כאטש) איין פלאץ אויף די וועלט וואס עס בלאזט נישט קיין ווינט. דאס איז ווייל די ווינטן אויף אונזער ערד ספעיר זענען אזוי ווי די האר אויף די באל, און דאס בלאזן איז אזוי ווי מ׳קעמט די האר אין א ריכטונג. יעצט, אזוי ווי די טעארעם לויטעט קען מען נישט קעמען יעדע שטיק האר אויף א ספעיר אין זיין אייגענעם פלאץ (אזוי ווי איינס אויפ׳ן צווייטן אינ׳ם זעלבן ריכטונג). אנשטאט וועט עס זיך אדער מוזן לייגן אויף א געקעמטע האר אין אן אנדערע ריכטונג, אדער וועט עס מוזן בלייבן שטיין. דאס איז נישט שייך ביי א ווינט; ס׳קען נישט בלאזן ארויף צו ספעיס און ער קען נישט בלאזן צו א ווינט וואס בלאזט נישט אינ׳ם זעלבן ריכטונג.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט