מעטראלאגיע (וועטער)

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1556 מאל

מעטראלאגיע (וועטער)

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך שטעל זיך פאר אז אסאך פון ענק וואונדערן זיך וויאזוי ווייסט דער וועטער נביא פארצוזאגן עטליכע טעג פאר א שטורעם אז ס'קומט, וויאזוי ווייסט ער דאס?

די תירוץ איז: "קאמפיוטער מאדל'ס".

ס'איז דא פארשידענע סארט קאמפיוטער מאדל'ס, בעסערע און שוואכערע, וואס רוב מאל ווייזן אלע בעיסיקלי די זעלבע אז ס'קומט א שטורעם, אבער מיט חילוקים אינעם גאנג פונעם שטורעם מיט 50 צו 100 מייל אדער מער, ווי אויך חילוקים אינעם שטארקייט און אינעם צייט ווען ס'וועט אנקומען, און די וועטער מומחים בויען זייער פארקעסט נאכן גרונטליך אנאליזירן די דעטא פון אלע מאדל'ס, און צוליב דעם זענען זיי אסאך מאל חוזק, ווייל זיי האבן נישט ריכטיג אנאליזירט די גאנג פונעם שטורעם.

אבער ס'מיינט נישט אז מיט בלויז קאמפיוטער מאדל'ס איז מען שוין א פארטיגער וועטער נביא, ס'איז דא גאר אסאך דעטאלן און פרטי פרטים אין וועטער, ווי למשל: וואס איז דאס היי פרעשור מיט לאו פרעשור, דזשעט סטרים, איי נינא און על נינא, און נאך.

איך האב שטארק חשק צו וויסן און קענען מעטראלאגיע, איז דא עמעצער צווישן אונז וואס האט א ברייטע ידיעה אין דעם פעלד?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר