בדמייך חיי

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט

בדמייך חיי

הודעהדורך הערשי » פרייטאג יולי 12, 2013 2:57 pm

התנצלות
זינט איך האב אפגעשריבן א תגובה איבער בלוט אפאר חדשים צוריק האבן מיר מאנכע געבעטן אין אישי צו שרייבן מער. די סיבות פארוואס כ'האב געצעגערט זענען עטליכע:
א) ס'איז אן אפענער וועלט היינט. די וועלכע האבן צוטריט צו קאווע שטיבל קענען אויך ליינען א ים מיט אינפארמאציע אויף די אינטערנעט אין ענגליש אדער עברית. ממילא וועמען ס'אינטערעסירט קען דאך אהין גיין.
ב) כ'בין נישט ממש ראוי לאותו איצטלא צו שרייבן מאמרים איבער נושאים וואו איך זעלבסט האב זיך נאך אסאך צו לערנען. אפשר א ראש לשועלים בין איך. פארט שפירט זיך עס לעכערליך.
ג) פארוואס און פארוועמען? צוויי האבן מיר געבעטן אין אישי, דאס הייסט אז דריי דורשטן, פיר קענען באשטיין מהיכי תתי, און פאר קהל הקודש שטערט עס נישט.
דאס איז אלס דער מתחילה מאי קסבר. דער לבסוף מאי קסבר איז אז איך זעלבסט האב הנאה פון שרייבן. איך טו עס ראש וראשון להנאתי ולטובתי, ואם ישמע חכם ויוסיף לקח אבוא בזה על שכרי.
כשעלה ברצוני יא צו שרייבן, האט זיך מיר גע'ספק'ט מאימתי, פון וואו אנצוהייבן, באשר מיני דמים הן הרבה און דער סוגיא איז ברייט און טיף. האב איך זיך מיישב געווען צו זיין א הדבק במדותיו. מה הוא מבראשית אף אני מבראשית, אבער נישט מבראשית ברא, דהיינו נישט ממקור הדמים, נאר משעת לקיטתן, דאס הייסט הקזה.

הלכות הקזת הדם ובו ז' סעיפים

צירקולאציע
בלוט פליסט אין די אדערן. פשיטא! אבער ניין. גאלען, דער לעצטער אוטאריטעט בעיניי רפואה פאר הונדערטער יארן, האט ווייט נישט ארויסגעהאט די בלוט צירקולאציע סיסטעם, ארטעריעס, אדערן, הארץ, לונגען ואביזרהו. די מעשה גייט אז אין יאר רנ"ב, שנת גירוש ספרד ומציאות עולם החדש, איז פויפסט אינאסענט השמיני קראנק געווארן בחליו אשר ימות בו. אמרו לו איצטגניניו אין תרופה למכתו נאר מ'זאל אזוי דוקר זיין דריי בא'חנ'טע קינדערלעך און אריינגיסן זייערע לויטער בלוט אין פיסק פונעם רוימישן צדיק ותעלה לו ארוכה. ממש ווי פרעה, שוחט תינוקות ורוחץ בדמם, און ווי דער פסוק זאגט הלעיטני מן האדום האדום הזה על כן קרא שמו אדום. למעשה האט עס געהאלפן ווי אויף א טויטן באנקעס, אדער ווי אויף א גוסס בלוט אין די קישקעס, ושבק חיים, ואתו עמו כלומר אליו הילדים אשר חנן, אבער נישט פאר מ'האט זיי געצאלט צו יעדער איין דוקאט.
צו דער מעשה איז אמת אדער פראסט פראפאגאנדע דונגען זיך היסטאריקער. וואס איז מסתמא יא אן אמת, ווי דער שטייגער איז ביי בלבולים, איז דער אינטערשלאג. א מעשה לאזט זיך פארקויפן אויב אלס ארום איז וואר. די מיטלאלטער טעאריעס, איבער אלס און אלעמען, האבן זיך געדרייט ארום ד' יסודות, ד' ליחות, י"ב מזלות, ז' מיני מתכות, ז' ימים, ז' כוכבי לכת, קר וחם לח ויבש, און אלס איז געווען פארקניפט און געבינדן אין איין גרויסער געוועב פון משפיעים ומקבלים, יסודות והרכבות, גוף ונפש, דורכגעאקערט און אויסגעדרינגען מפי ספרים וסופרים גריכיש, קריסטליך, אראביש, און אידיש. איך זוך צו הערן דברים של טעם, אדרבא, אפשר קען דא איינער מסביר זיין, וואס פונקטליך מיינען גידין, ערקין, וורדין לויט די מקורות. פארוואס זענען גידין קשה כעץ, און גיד הנשה איז דאך א נערוו נישט קיין אדער, און וואס איז דער חשבון פון שס"ה גידין לפי חכמת הניתוח, און וואס איז פשט דם נבלע באברים.
הפנים, בלוט גלייך אין מויל אריין איז נישט געווען קיין ווילדער געדאנק. ס'נישט גרינג צו לערנען צירקולאציע דורך ניתוחי מתים ווייל אן קיין דרוק פאלן איין די אדערן. ווי אויך פעלט זיך אויס בדיקת תולעים אויגן צו זען און צו ארויסהאבן דאס גאנצע סיסטעם. בכלל פלעגט מען דאך נישט שניידן צוליב השארת הנפש. ס'האט נישט קיינעם אינטערסירט צו וויסן מער ווי די פריערדיגע און צו זענען מיר דען קלוגער פון גאלען?
עד שבא וויליאם הארווי ולימד בספרו "רחשי לב", נדפס בק"ק פרנקפורט בשנת שפ"ח לפ"ק ביים גרויסן ספרים יאריד, די פונדאמענטן פונעם בלוט צירקולאציע טעאריע וואס מיר האבן היינט.
נעמליך, די צירקולאציע איז א פארמאכטן פלומבינג סיסטעם, אין יוצא ואין בא. די בלוט ווערט געפירט אוועק פון הארץ דורך רערן גערופן ארטעריס. ארטעריס זענען שטארק און דוערהאפטיג און קענען ביישטיין די הויכע דרוק אונטער וואס בלוט ווערט געשפריצט ארויס פון הארץ. די הויפט ארטערי איז די עארטא, ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים, שרי אלפים, ושרי מאות, ושרי עשרות. וואס א צווייג ווייטער ווערן די אדערן אלס קלענער און שמעלער און דער דרוק לאזט נאך. ביים סוף זענען די אדערן, גערופען קאפילאריעס, גאר קליין און דינטשיק און מיקראסקאפיש ממש, און דארט גייען די בלוט צעלן אריבער כבני מרון איינס אויפאמאל. די קאפילאריעס פארמאגן לעכער (כדי לשבר את האוזן), גענוג קליין נישט אריבערצולאזן קיין צעלן און גרויסע פראטינס, אבער גענוג גרויס יא אריבער צו לאזן וואסער, גאזן, און שפייז מאלעקיולס. אריבער די אנדערע זייט פון די קאפיליריעס הייבן זיך אן די אדערן גערופן וועינס. די וועינס ווערן כסדר דיקער און ברייטער, על דרך די ארטעריעס נאר קאפויער פון אונטען ארויף, ביז אלע צווייגן קומען זיך צונויף צו צוויי גרויסע אדערן וועלכע גיסן אריין אינעם הארץ. די בלוט אין די ארעטריעס ווערן געטריבן דורך פיזישע דרוק (אלגעמיינע בלוט דרוק). די בלוט אין די אדערן ווערן געפירט דורך א רייע מוסקלען, סיי אין די ווענט פון די אדערן גופא און סיי קערפערליכע מוסקלען (דערפאר איז רעקאמענדירט זיך אויפצושטעלן פון בענקל פון צייט צו צייט זיך אויסצוציען די גלידער).

מלאכת ההקזה
ווי מיר טרעפן אפט אין גמרא, פלעגט דער עולם זיך לאזן בלוטיגען אין גרויסן. ס'האט געהייסן אז אלע מיחוש'ן קומען פון אומבאלאנץ אין די ליחות'ער, און ארויסלאזן אביסל פון דער פארגיפטע בלוט וועט ערלויבן די קערפער זיך צוריק שטעלן אויף די פיס. ס'איז געווען א פראצעדור מיט הכנות פאר דעם און סעודות נאכדעם. אן אפגעבלוטיגטער איז געווען א חולה מסוכן, זאגט דער גמרא, פארוועם חילול שבת איז מותר. אולי יש לומר ס'געווען א סכנה פון אינפעקציע און נישט בלויז אנעמיע. ס'האט געקענט קומען עדי כדי כך אז מען זאלן ברויכן א בלוטונג זיך צו היילן.
דער אופן הבלוטונג איז געווען מיט א מעסערל און א שיסל. דער אומנא פלעגט ארומשניידן דעם ארעם, אראפציר אדער ארויפציר, אויבערפלעכליך אדער אביסל טיפער, הלוך וחתוך עד זוב דם. קבלת הדם איז געווען אין דער בעקן און האט געהאט א דין ווי מכות וויין, אחוץ מ'האט געדארפט מעסטן וויפיל בלוט מ'האט פארגאסן, א פינט צו צוויי, לכל מראה עיני הכהן. שפעטער האט מען פאבריצירט מער צוגעפאסטע געצייגן צו דער מלאכה. און ווי קען מען פארגעסן פון באנקעס? קליינע בלוטזויגער פשוטו כמשמעו. אין אייראפע פלעגן די בארבער זיין די אומנין, און ביידע מלאכות זענען געווען אונטער איין גילד (יוניאן). די בארבער סלופ, רויט בלוי און ווייס, וואס מען זעט נאך היינט אין אמעריקע, סיבאליזירט בלוטזויגעריי. דאס געצאפעריי האט אנגעהאלטן ביז דער מאדערנע צייט, אפילו נאכדעם ווי די ליחות טעאריע איז מער נישט געווען גאנגבאר.
בזמן הזה, הייסט די פאך פלעבאטאמי, וואס טייטש אדער-שניידן. פלעבאטאמי טוט מען מער נישט דירעקט לצורך רפואה, נאר אין פאל פון צופיל אייזן אין די בלוט. היינט נעמט מען בלוט צו דיאגנאזירן. בלוט לצורך גופו נישט לצורך מקומו. פלעבאטאמיסטס קענען זיין דאקטוירים, נורסעס, לאברעטאריע טעכניקער, אדער בלויז פלאבאטאמיסטס. אין ניו יארק ברויך מען א סערטיפיקאט אויף צו פראקטיצירן.

מקום ההקזה
מעיקר הדין קען מען שעפן בלוט סיי אימער מען קען צוקומען צו לעכערן אן אדער. אבל אמרו חכמים צו נעמען לכתחילה פון די דריי וועינס וואס לויפן אין ארעם אונטער די הויט, והמהדרין זוכן נאך די "מידיען קיוביטל וועין" דייקא, מלפנים די עלנבויגן. ומה נשתנו אלו מאלו? פשוט, ארטעריעס זענען טיף אונטער די הויט, ווייטאגן ביטערליך ווען געטשעפעט, זענען יורה כחץ, און פלאטערן א דופק, איז וואס זיך זוכן צרות? אויב פעלט אויס צו שטודירן די מאס אקסיגען אין די בלוט גייט מען יא צו אן ארטעריע, געווענליך אין די געלענק, אבער דאס איז אן אנדערע פאך אנגאנצן. פארקאטשן די ארבל איז בילכער ווי אראפציען די הויזן, פאר דאס מערהייט פאציענטן, עכ"פ. בשעת הדחק הגדול, קען מען נעמען פון א דיכט. בשעת הדחק קטן, פון די רוקן פון האנט. פון פיצלעך נעמט מען פון פערשט, אבער דאס איז פון קאפעלעריעס, נישט פון קיין וועין. ווי אויך די היים אינטרומענטן צו מעסטן בלוט צוקער וכדומה, לעכערט קאפילעריעס.
פלעבאטאמי איז א חכמה ואינה מלאכה, און חכמה מיין איך נישט ווינסשאפט, נאר פאכמאנשאפט. פונקט ווי די חכמה פון תקיעת שופר שטעקט נישט אין וויסן אלע שיטות אין שיעור תרועה, נאר אין בלאזן אז ס'זאל שאלן, כן הדבר הזה. די וועינס זענען נישט ביי אלעמען אייניג. כאטש ס'איז אין פרצופיהם שווין, דאך איז אלעמאל די נאז אין צענטער פון געזיכט, אזוי בין מגדל ובין הים לפני פי החירות. די מעשה מיט וועסקיולער טישו, ד.ה. די אדערן, איז ווי ביי בוים ווארצלן. ס'וואקס וואו אימער מ'גיבט עס א מקום להתגדר בו. ועל אלה אני בוכיה, א קענסער טומער קען זיך צעוואקסן נאר א דאנק די אדערן וואס שלענגלען זיך אריין דערין און פיטערן דעם טיגער. דערפאר ביי יעדן ארעם ברויך מען באזונדער צו קוועטשן און רוקן און דרוקן און אפקרעכצן, אוי, ווער איז געווען דיין 'לעקטערישן?
חוש המישוש איז מער פערלעסליך ווי חוש הראות. צומאל זעט דער פאציענט אן אדער שטארצן בלוי און שמייכלדיג אבער די פלעבאטאמיסט איז פארנומען באטאפן סביב סביב לה. אל תביט אל מראהו, דאס איז א קליינטשיקער אויבערפלעכליכער וועין, ענג כחודו של מחט און טראפט א מקור אכזב. מ'דארף עס צו שפירן, שטייף און רונד, און שאצן דעם שיעור אלכסון, עומקה רוחבה ועוביה, און אט דאס איז דער חכמה.

את המזרק ואת כליו
ארעמבאנד. דאס בינד מען ארום הדק היטב דעם בשר התפוח צו פארשטייטערן דעם בלוט פלוס אויפן וועג צוריק צום הארץ. די תועלת דערפון איז א דאפעלטע. איינס די אדערן זענען גרינגער צו געפונען ווען זיי טאנצן ארויס צוליב דעם דרוק. צוויי, ווען מען שטעכט שוין שפריצט עס כנחל נובע, ע"ד די שטופערישע קינדער וועלכע טרעטן אויף די שווים-באסיין שלויך צו אפשטעלן די וואסער פלוס און צו שפריצן אזוי משתין בקיר. ס'נישט כדאי צו לאזן דעם ארעמבאנד פארפעסטיגט פאר צו לאנג, ספעציעל ווען די טעסט איז א CBC, ווייל די בלוט ווערט געדעכט דורכדעם וואס די חלק המים גליטש זיך ליבערשט אדורך די בלאקאדע ווי די צעלן. דער שיעור ווערט געברענגט אלס פחות מכזית בכדי אכילת פרס: איין מינוט. למעשה, אויב די בלוט קריכט אריין אין פלעשל נישט ממש כסוסים זרמתם, יש מקום להקל. בכל אופן, חליצת של יד איז אייביג קודמת להוצאת כף ומחתה. אז מען שלעפט ארויס דעם נאדל ואזור חגור עליו, גייט שפריצן ווי ביי די כפרות. בדוק ומנוסה.
יין שרף. אלקאהאל איז תמיד וויכטיג להומם ולאבדם, די מיקראבן, דאס הייסט. דאס מענטשליך הויט איז א זן ומפרנס פיל בריות, בעיקר מער צו דער זייט אויף ביצי כנים. מיליאנען פיצינקע אשר לא ימנה ואל יספר מרוב. און דאך לעבט מען א גוטן טאג מ'ווייסט נישט פון קיין צרות צוזאגן. אז, ס'זאל זיך נישט מאכן, מען באקומט א שניט, א קראץ, א פליק, מ'וואשט עס יא אויס מיט פעראקסייד אדער נישט, און דער בעל דבר איז א בריא אולם, נעמט זיין אמיון איבער די קעיס ולא נודע כי באו אל קרבנה. טאמער חלילה די אימיון הינקעט אונטער איז מען אויף ציפקע צרות, ווייל מיקראבן אין די בלוט איז נישט קיין מוציא מיט האניג.
מ'קען נישט סטעריליזין די הויט, סיידן דורך ווייקן אין בליטש, און פרובירט דאס נישט צוטאן אינדערהיים. די אלקאהאל, בנוסף מיטן רייבן, טוט אויף אזויפיל לזנב כל הנחשלים. ס'איז אן ענין פון השתדלות, ווייל ווי געשמועסט, מ'קען זיך ממילא נישט אויסהיטן פון אריינדרינגער מבקשים להמיתו, ואלמלי אמיון בעוזרו אין יכול לו. סייווי ווערט דאך די בלוט געצויגען דורך וואקום, ממילא מיט גייענדיג מיטן שטראם, זענען די מיקראבן מער גענויגט אריינצוטאנצן אין פלעשל ווי אריינקריכן אין אדער אריין.
ודע, שעיקר ענין פונעם ציפ וואס מען שפירט ביים שטאך אינה באה אלא מן היי"ש. ס'דא אומנין וועלכע פארווישן די אלקהאל מיט וואטע. אנדערע פאכן א ווינטל ווי חסידישע אידן ביים פארלעשן ליכט. און אנדערע שטעכן אריין ווען ס'נאך טופח על מנת להטפיח און ס'ציפקעט טאקע ווי ביי מרור. ודע עוד, אז ווייטאג שפירט מען אין די הויט וואו ס'דא רויע נערוון. די אדער האט נישט קיינע נערוון און איז אינו מרגש באזמל. אז דער אומנא ציט אויס די הויט ווי א פויקל במקום החתך, ווערן די נערוון פארטעמפט און מ'שפירט נישט מער ווי א קיצל, ועל כגון דא איתמר חכמה ואינה מלאכה.

את המחט ואת כנו
וזאת לפנים, א סירינדש פון גלאז, ובראשו א נאדל דורכגעלעכערט בנקב מפולש, אינעם סירינדש איז געווען א שפרונגער פארזיגעלט מיט גומי. ווען מען האט געצויגען דעם שפרונגער איז געווארן געשאפן א וואקום וואס האט געזויגען די בלוט אריין אינעם סירינדש. נאכן ארויסשלעפן דעם נאדל פון אדער, האט מען אראפגעדרוקט דעם שפרונגער און אריין געשפריצט די בלוט אין א פלעשל. די נאדל און סירינדש האט מען דאן איינגעווייקט אין בליטש וואסער און גע'כשר'ט אויף איבערצונוצן בין גברא לגברא. עידס און העפעטייטעס זענען נאך דאן געווען כל המחלה אשר שמתי לא אשים עליך.
היינט איז אן אנדער וועלט. ס'א וועלט מיט קרענק און מיט פלאסטישע כלים. גארנישט נוצט מען נישט איבער. נאדלן זענען אלע ניי און מוזן קומען מיט פלאסטישע העלזער צו פארדעקן חודו של מחט אויפן ארט. ס'דא גאנצעטע פראטאקאלן אין פאל א פלעבאטאמיסט צעשטעכט זיך מיט א גענוצט נאדל. דאס גאנצע שפיטאל שטעלט זיך אויף די אונטערשטע פיס.
נאדלן קומען אין פארשידענע מאסן. ווי גרעסער די מאס נומער אלס קלענער די נאדל לאך. געווענטליך נוצט מען א 23. קינדער אדער פאציענטן מיט צעקראכענע ארעמעס פארלאנגען א פינף-און-צוואנציגער. בלוט נדבנים שטעכט מען מיט א קליינעם נומער, מער א מרצע ווי א נאדל. גרעסערע נאדלן מאכן שנעלער דעם זשאב, אבער לאזן איבער א וואונד כגריס. קליינע נאדלן זענען מער עלול צו צעפליקן די צעלן. ביי בלוט נדבות וואו צעבראכענע צעלן זענען אזוי נוצבאר אויף טארנספיוזשן ווי צעבראכענע מצות אויף לחם משנה, ווי אויך זויגט מען כחצי ליטרא, פעלט זיך אויס אזא פילא דעייל בקופא דמחטא. פלאטערלעך קומען מיט קליינע נאדלן און לאנגע קאטשקע העלזער, ספעציעל געאייגענט פאר שווערערע פעלער וואו מ'קען זיך נישט באכלעפטשען מיט געהעריגע געצייגען, למשל א שטאך אויף דער האנט. ס'קאסט טאקע אכט מאל די פרייז פון פשוטע נאדלן, אבער ווי זאגט יום טוב עהרליך, "ס'איז טייער, אבער ס'איז ווערד."
די פלעשל ווערט צוגעטשעפעט צום נאדל דירעקט, אדער דורך אן אדאפטער, א באזונדערע פלאסיטשע כלי. די פלעשער זענען לער אין בו אויר. אויר אין בו אבל וועקום יש בו. די וועקום איז דער כוח וואס ציט אריין די בלוט.

די פלעשאלאך
די פכים קטנים זענען א מסכת קטנה פאר זיך. BD, דער גרעסטער פאבריצירער פון זויגן קליפערלעך האט אזא צוויי צענדליג סארטן אויפן מארק. וואס איז דער מעשה? ווי באקאנט, ווייסט דאך יעדער פון די סדר העבודה ליו"כ, אז בלוט דארף האבן א ממרס אז נישט ווערט עס נקרש. אזוי איז דער טבע פון בלוט ווען ס'קריכט ארויס פון די אדערן, אז ס'ווערט פארליווערט. צומאל גליווערט זיך עס אזוי מלגיו, ממש די בלוט ווערן פארגליווערט אין די אדערן, און דאן קומט אריין קומעדין און לאווענאקס און ווייסעך וואס, מ'זאל נישט וויסן. הימאסטאסיס, אזוי הייסט די חכמת קירוש הדם, איז א לאנגע פרשה פאר זיך, און גאר א שיין סדרה, אז איר פרעגט מיר.
הפנים, דם שלקה איז נישט קיין תכלית אין די לאבאראטאריע. מען דארף האבן נוזלים. לאור זאת, זענען די פלעשער באשמירט מיט כעמיקאלן וואס שטערן די פארגליווערונג פראצעדור. די כעמיקאלן הייסן אנטי-קאאגיולאנטס (א"ק). נישט אלע א"ק קען מען נוצן פאר אלע טעסטן וואס מ'פירט דורך. איין א"ק פארקרומט די אויסזען פון די צעלן, ממילא איז דאס נפסל פאר CBC. אן אנדערע עסט אוועק די קאלציום און איז דערפאר אומנוצבאר צו מעסטן קאלציום אין די בלוט. א דריטע א"ק פארמאגט סאדיום. אופס, נישט נאמן צו מעסטן סאדיום. ווידער אן א"ק הרג'ט אפ דאס גאנצע פארגליווערונג סיסטעם. פארשטייט זיך אז מ'קען דאס נישט נוצן צו טעסטן די דאזע קומעדין צו געבן. יעדעס א"ק האט זיך זיינע מעלות און חסרונות ולא ראי זה כראי זה. ס'אפילו דא פלעשער וואס זענען כדים רקים און זענען געאייגענט פאר טעסטן וואס ברויכן דייקא יא נקרש. ווען די פלאש ווערט פיל דארף מען עס בייגן מעלה מטה ומטה ומעלה עד שנבלל יפה יפה. טייל מאל זענען פלעבאטאמיסטס פויל צו מישן און ס'ווערן נולד אזוינע קניפלעך אין פלעשל וואס פארשטאפן די טעסט מאשינען און ס'גייען קללות.
פלעשער קומען אין קאלירן. יעדעס קאליר באצייכענט אן אנדער א"ק. ס'דא כמה קאלירן, הויפטזעכליך אבער, חמשה מראות הדמים הן, ואלו הן:
לילא: גייט צו העמאטאלאגיע פאר CBC, הימאגלאבין, פאר צוקער-ליידנדע A1C טעסטס, וכו'
בלוי: גייט צו קאאגולאציע פאר פארגליווערונג טעסטס
גרוי: גייט צו כעמיע פאר צוקער טעסטס. די גרוי האט, אחוץ א"ק, א כעמיקאל וואס שטערט די בלוט צעלן פון פרעסן די צוקער אין פלעשל.
רויט: האט נישט קיין א"ק. גייט צו כעמיע, צום בלוט באנק, אדער גייט אין מיסט קאסטן.
גרין: גייט צו כעמיע פאר כלערליי טעסטן ושאר ירקות
מיינט אבער נישט אז ס'גייט צו א ותקרבון אלי כולכם נערים דוחפים זקנים. אלעס קומט מיט א סדר המערכה, זו קודמת לזו, וטעמו ונמוקו עמו. בלוי האט א דין קדימה, ווייל כמה דאפשר למהר העמאסטאסיס שטודיעס ממהרין. אפילו א קליין קניפל קען דראמאטיש טוישן טעסט רעזולטאטן. ולהוי ידוע אז איין שלעכטער דאזע אין קומעדין קען אפהרגענען א מענטשן אזוי גרינג ווי צדיקים האבן געקענט אוועקלייגן א שונא ישראל.
די צווייטע הקפדה איז נישט צו אריבערצופירן א"ק פון איין פלעשל צום אנדערן. אויב די נאדל ווערט פארשמירט מיט א"ק פון פלאש א', קען זיך דאך א משהו איבערכאפן צו פלאש ב', און ניין, ס'ווערט נישט בטל. דערפאר האט מען מתקן געווען אז וואס ווייניגער שעדליך די א"ק צו אנדערע טעסטן זאל גיין פריער. נאך בלוי קומט רויט, ווייל רויט האט דאך גארנישט. והבאים אחריו, גרין קודמת ללילא, ולילא קודמת לגרוי.
ס'דא נאך סארטן פלעשער. א פלאש צו מעסטן בילירובין דארף זיין טונקל. א פלאש צו מעסטן בליי פארפעסטיגונג דארף זיין ריין פון א משהו בליי. ס'דא א פלאש אין קאאגולאציע, שווארץ אין קאליר, וואס אנהאלט ארסו של נחש. איין קורטוב גיפט פארגליווערט די בלוט אין סעקונדעס צו א מקשה אחת, נישט קיין נפקא מינה מיט וויפיל קומאדין מ'האט זיך אנגעטרונקען. איר קענט זיך פארשטעלן וואס פאסירט אין א בעל חי נאך אזא ביס.
צומאל פעלט אויס צו משנה ממטבע שטבעו חכמים. איין ביישפיל, ווען מען נוצט א פלאטערל שטראמט דאך קודם אריין די לופט פון די קאטשקע העלזעל, קומט דאך אויס אז דאס פלעשל פילט זיך נישט אן כולו מיט בלוט. און דאס זאלט איר וויסן אז א בלוי פלעשל מוז זיין מלא על גדותיו. ס'אויסגערעכענט פונקטליך ניין חלקים בלוט צו איין חלק א"ק. ממילא, מוז בלוי זיין צווייט אין רייע. און אויב ציט מען בלויז א בלוי, שטעקט מען איין צום ערשט א רויטערל.

גומר זיין
אפגעזויגען, באנדאזשירט מען מיט וואטע און קלעפ. א וואויל אינגל קריגט סטיקער באנדאזשן, איינס אויפן ארעם, איינס אויפן שטערן, און נאך איינס פאר די שוועסטער. אז איר ווילט נישט דוקא אן ארעם בלוי געל און ברוין, לכה ואיעצך וואס צו טאן. לייגט דרוק אויפן וואונד, תיכף ומיד, ותיכף לשחיטה סמיכה. ווען איך זאג דרוק, מיין איך טאקע דרוק כמו שכתוב, קורות בית הבד סארט דרוק, נאר נישט אז דאס ארעם זאל זיך צעברעקלען. ביילן געשעט ווען בלוט רינט ארויס אונטער די הויט. אז מ'איז סותם די פתוחות פארהיילט זיך די וואונד אין צויי דריי מינוט אן קיינע באנדאזשן. וואטע זאלט איר נוצן פאר בדי שושנה.
די הלכה פארלאנגט אויסדריקליך אז די לעבעלס זאלן ווערן ארויפגעקלעבט אויף די פלעשער פארנט פונעם פאציענט משום מעשיות שהיו. ס'האט שוין פאסירט אז פלעשער פון עטליכע פאציענטן זענען געשטעלט געווארן אויפן באנק אדער אויפן וואגן ונתערבו דמים בדמים ובאו לידי סכנה. אז די פלעבאטאמיסט צעגערט מיט ווישן און וואשן און שיקט אייך לופטערן בעפארן קלעבן, דארפט איך זיך נישט שעמען צו זיין תובע בפה בפני נכתב ובפני נחתם. היי, ס'איז אייער בלוט און געזונט.
בצאתו מן הקודש, גייט מען אהיים און מ'הייסט די ווייב אפבראטן בשרא סומקא אגומרי, ווי ס'שטייט אין די גמרא אז מ'דארף עסן נאכן הקזה. יעדער זאל פרעגן זיין רב אויב אין די ניין טעג איז אויך מותר.
בלייבט מיר אלע געזונט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הערשי אום מוצ"ש יולי 13, 2013 10:33 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל

הודעהדורך בן תמליון » פרייטאג יולי 12, 2013 3:50 pm

וואו ר'הערש. פון ווי נעמט זיך אזא שריפט, מתובל מיט מליצות, לומדות און חכמת ניתוח אלעס אינאיינעם? שרייבט מער אין די נושא וואס רוב פון אונז ווייסן ווייניק. איבער די הקזה קומט ארויף אויפן געדאנק די בלוט דרייווס דא ביים היימישן ציבור. עס האט מיר אייהיק געוואונדערט איבער די פראצעדור וויאזוי גייט מיין בלוט אנקומען צו יענעם אן עס זאל ווערן געשעדיקט אויפן וועג? אגב האט מיר ג'חידושט אויפן אפליקאציע פרעגן זיי צו מען האט געהאט געשלעכטס מיט א צווייטן מאן, אז יא זאל מען נישט געבן בלוט. וואס איז די סיבה? און וויאסוי מעג מען אזוי דיסקרימינירן קעגן די הומוס היינט אין אמעריקע?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך MickyMouse » פרייטאג יולי 12, 2013 4:21 pm

יישר כח הערשי, א שיין ארטיקל.

@בן תמליון, מען לייגן די בלוט אין א מאשין וואס האלט זיך און איין שאקלן אזוי אז עס ווערט נישט פארגליווערט. ווען אימער מען נעמט בלוט נעמט מען אויך אראפ עטליכע פון די קליינע פלעשער און מען טעסט דאס צי עס איז געזונט. געהעריגע בלוט האלט זיך פאר בערך 10 טעג. פלעיטלאטס האלט זיך נאר פאר 3 טעג.

זיך ׳שלאגן׳ מיט אן אנדערע מאן איז א העלט העזארט פונקט ווי נעמען דראגס מיט א נידל לגבאי די געזונט פון די בלוט.
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך הערשי » פרייטאג יולי 12, 2013 5:11 pm

שאקלן איז נאר ביי פלעטלעטס. פלעטלעטס שטארבן אפ אין קעלט, דערפאר האלט מען עס אין שטוב טעמפעראטור וואו עס האלט זיך פריש פאר דריי טעג. רויטע צעלן לייגט מען אוועק אין פרידשידער און האלט זיך פריש פאר 35 אדער 42 טעג, ווענד זיך וואס מען לייגט אריין דערין. געווענדליך נאר 35 טעג.
לגבי געיס, די אקט פון משכב זכר איז נישט סכנה גשמית מער ווי ודבק באשתו. נאר וואס, פראצענטואל איז די געי באפעלקערונג עוסק אין היי ריסק בעהעיוויער, ווי דראגס און דאס האבן מערערע שותפים, און דערפאר זענען זיי פסול. און אז דו פרעגסט, אין הכי נמי, עס איז דיסקרימינאציע און וועט זיך נאך לכאורה טוישן.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג יולי 12, 2013 6:52 pm

"דערפאר ביי יעדן ארעם ברויך מען באזונדער צו קוועטשן און רוקן און דרוקן און אפקרעכצן, אוי, ווער איז געווען דיין 'לעקטערישן?"


ראפל!!!
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג יולי 12, 2013 7:20 pm

הערשי איך בין אומרעדנבאר .... געוואלדיגע ארבייט... אריינגעפלאכטן מליצים יקרים וידיעות איי.... בלוט לצורך גופו נישט מקומו, בפני נכתב ובפני נחתם, בין מגדול בין הים לפני פי החירות, חליצת יד קודמת להוצאת כף ומחתה...
ס׳א שאד מיר האבן דיר נישט מער אפטער...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך משה געציל » פרייטאג יולי 12, 2013 7:26 pm

וואו! אנגעפאנגען נאכנישט גענדיגט, עמיר עס ארויספרינטן און ענדיגן אום שבת.
א שיינעם דאנק ענד קיפ אפ יוויט אר פינאמעניל ווארק!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2731 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג יולי 12, 2013 7:58 pm

הערשי, געוואלדיג!
נעקסטיים איך הער דעם מוהל גריטשקענען 'בדמייך חיי' וועל איך מער נישט דארפן א בליק טאן אויף די וויינעדיגע פרויען מיט די תהלים'ליך. דיין רייכער ארטיקל געשריבן אונטער דעם קעפל, וועט באלד ארויפשווימען פאר מיינע אויגן. אז דו זאגסט ביזט נישט קיין גרויסער עקספערט, קען איך דיר נישט אפפרעגן. אבער אז איך וואלט געקענט טרעפן אזאנס ערגעץ אנדערש אויפן געוועב, בין איך שארף מחילוק. אזוי אריינצופלעכטן, מליצות, הומאר, און דברי תורה. אדרבה, צייכן מיר צו א לינק. איך קוק ארויס אויף נאך.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5781 מאל

הודעהדורך יואליש » מוצ"ש יולי 13, 2013 11:40 pm

קען דאס קומענדיגע שיעור זיין אין מראות דם?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג יולי 14, 2013 7:36 pm

גם אני מצטרף לבקשת יואליש
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 746
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג יולי 15, 2013 4:07 am

אומגלויבליך וואספארא הערש מיר האבן געכאפט דא צו אפבראטן בשרא סומקא אגומרי לכבוד דעם סיום פון הלכות הקזת הדם אין די ניין טעג. אזא גאוני'שע שטיק האב איך שוין נישט געליינט זינט דעם לעצטן ערב שבת ביי שיר השירים. מליצות ווי א יעב"ץ, שפראך ווי א שלום עליכם, מעדיצין ווי א ר' טוביה, און דאקטאריי ווי א רמב"ם- וואס רמב"ם, ווען רמב"ם? דער רמב"ם האט געוואוסט פון ארטעריס און וועינס צו זאגן? ער'ט מסתם אויסגעצאפט דאס בלוט פון דעם עגיפטישן פרעה און אים געלאזט טויט.
הערשי, איים קרעיזי אווער יו!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

Re: בדמייך חיי

הודעהדורך מי אני » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:20 pm

יואליש האט געשריבן:קען דאס קומענדיגע שיעור זיין אין מראות דם?

הערשי האט דערמאנט אז די ארטעריס טראגן די בלוט פון די הארץ און די וועינס טראגן עס צוריק. א חלק פון דאס תפקיד פון די בלוט איז אז עס זאל פירן/טראנספירן די אקסידזשען פון די לונגען (וואס עס באקומט דורך דורכגיין קאפילעריס אין די לונגען) צו די איבעריגע חלקים/צעלן פון די גוף. דעריבער אויפ׳ן וועג צוריק וועט עס נישט האבן אזויפיל אקסידזשען ווי אויפ׳ן וועג גייענדיג.

די בלוט קען טראספירן די אקסידזשען ווייל עס האט אין די רויטע בלוט צעלן א פראטין וואס הייסט ״הימאגלאבין״. הימאגלאבין האט דעם עלעמענט ״אייראן״ אין זיך, וואס דאס בונד זיך צו צו אקסידזשען און אזוי ווערט עס טראספירט. ווען אייראן ריעקט מיט אקסידזשאן גיבט דאס אפ א רויטע קאליר (כעין די סיבה פארוואס ראסט [rust], וואס פאסירט דורך א ריעקשאן צווישן אקסידזשען און אייראן, איז רויטליך אין קאליר). קומט אויס דערפון אז די בלוט אין די וועינס אויפ׳ן וועג צוריק איז ווייניגער (שוואכער/טונקעלער) רויט ווי אויפ׳ן וועג גייענדיג ווען עס האט מער אקסידזשען.

די סיבה פארוואס אונז זעה׳מיר אלעמאל (ווען מ׳באקומט א שניט וכדומה) בלוט אלס די (מער-ווייניגער) זעלבע קאליר/שעיד רויט, נישט קיין חילוק צו ס׳איז אויפ׳ן וועג גייענדיג אדער קומענדיג, איז ווייל אפילו עס איז אויפ׳ן וועג צוריק ווען עס קומט אין בארירונג מיט די אקסידזשען אין די לופט [אינדרויסן פונ׳ם גוף וואו אונז זעה׳מיר עס] בונד זיך די הימאגלאבין ווידער דערצו וממילא ווערט עס א שטערקערע רויט.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: בדמייך חיי

הודעהדורך טמיר » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:17 pm

Wow, דער מי אני איז עפעס א געטליכער בריאה אראפגעשיקט פון הימל צי אונזערע דור יתום צי פארשפרייטן חכמה בינה ודעת
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל


גיי צוריק וויסנשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט