בלאט 1 פון 1

מאטעמאטיק: דער חילוק צווישן ℵ און ∞

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:49 pm
דורך אבטולמוס
עס האט זיך דא אין שטיבל אריינגעשריבן א נייער מיטגליד בשם [tag]שליח[/tag]. והנה, זע איך אז אין זיין פראפיל שרייבט ער אז ער געפינט זיך אין "th dimension'∞". אין מאטעמאטיק, טוט דער סימבאל "∞" דענאטירן דעם מושג פון "אין-סוף". זאגט אונז, אלזא, אונזער נייער חבר אז ער לעבט גאר אין דער אין-סופ'דיגער דימענסיע פון רעאליטעט, וואס איז ∞ דימענסיעס ווייטער פון אונזערע דריי דימענסיעס, און אפילו פון די וויסנשאפטליכע 11 דימענסיעס.

אלעס פיין און וואויל, און אוודאי וואלט איך געוואלט הערן א ביאור אויף דעם, און וויאזוי עס לעבט זיך אזא עקזיסטענץ. אבער צו ערשט וואלט מיר אינטערעסאנט געווען אז ידידינו החדש זאל אזוי גוט זיין און מיר מסביר זיין א פראגע וואס איך האב אין מאטעמאטיק אין דעם ענין פון אין סוף. די פראגע איז זייער פשוט, און דאס איז אז איך וואלט געוואלט פארשטיין דעם חילוק צווישן דעם אין-סוף סימבאל ℵ, און דעם פריערדערמאנטן אין-סוף סימבאל ∞. ווען ווערט גענוצט דער סימבאל אלעף, און ווען לעמניסקעיט.

ולשליח הפתרונים.